קאונסולמאן גרינפעלד געט אריין ביל לטובת מציצה בפה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2864 מאל

קאונסולמאן גרינפעלד געט אריין ביל לטובת מציצה בפה

שליחה דורך שעפטל »

מ'איז ביזי די לעצטע פאר יאר מיט די מציצה בפה אישו, צענדליגע זייטן זענען שוין געשריבן געווארן אין דעם נושא, צייטונגן האבן שוין געמאכט א שטורעם, מייקל סעווידזש האט דאס שוין אונטערגעריסן, א יעדע פאלעטישאן וואס לויפט יעצט איז דאס א שאלה וואס די ארטאדאקסישע אידן פרעגן וואס זיין מיינונג איז איבער מציצה און וואס ער גייט טוהן דערפאר, וואלן זענען דאמענירט געווארן אין די דירעקציע, שוין געגרינדערט געווארן א וועד הרבנים, צאמגענומען גרויס געלט, מ'האט שוין געפירט פאליטיק דערין אויך... מ'האט צאמגעזעצט מענטשן וואס זענען שוין נישט יארן געזיצן בענעזאם, אלעס איז פארנומען להעביר את רוע הגזירה, בקיצור לדורן ולתפילה ולמלחמה...

יעצט אבער האט עס איינער גענומען צום נעקסטן שטאפל, איז דאס די ווירקזאמע וועג? טיים וויל טעל...

קאנסול מעמבער ר' דוד גרינפעלד פון בארא פארק האט אריינגעגעבן אין די סיטי קאונסול א פארלאנג אז די סיטי קאונסול זאל מאכן א געזעץ אז די דיפארטמענט אוו העלטה פון ניו יארק סיטי און די באורד אוו העלטה זאלן זיך נישט קענען אריינמישן אין די מציצה בפה אישו בפרט, און אינעם גאנצן ברית מילה פרעצעדור בכלל.

דער פארלאנג צו באשטעטיגן אלס געזעץ איז געקומען נאכדעם וואס פאריאר האט די באורד אוו העלטה אדורכגעפירט א געזעץ אז יעדער טאטע דארף אונטערשרייבן א 'קאנסענט' דאס איז א צעטיל אז ער גייט מאכן מציצה פאר זיין קינד, טראץ דעם וואס די העלטה דעפארטמענט ווארענט אז ס'קען זיין א סכנה (איך גיי נישט דא איבערקייען די חסרונות דערפון, און פארוואס אלע רבנים און כמעט אלע ארטעדאקסישע אידן זענען דערקעגן).

דער ביל איז אריינגעגעבן געווארן פארגאנגענעם דאנערשטאג.

ובשם ה' נעשה ונצליח

Greenfield Introduces Bill to Prevent City from Regulating Bris Milah
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר