נייער פארום "העמק דבר"
- באריסטא
- מנהל
- הודעות: 716
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 7:28 pm
- האט שוין געלייקט: 20 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל
- קאנטאקט:
נייער פארום "העמק דבר"
אין אונזערע באמיאונגען כסדר צו פארבעסערן אונזער שטיבל און צוצולייגן אפציעס וואס וועלן צופרידנשטעלן ווי מער חברים נייגן מיר כסדר צו אן אויער צו וואס די טייערע חברים שרייבן און שלאגן פאר סיי אין פובליק און סיי אין אונזער פאסט-קעסטל.
דברי חכמה האט אייביג פארנומען א חשיבות דא אין קאווע שטיבל, און ארטיקלען און שמועסן איבער תורה, מחשבה און וויסנשאפט ווערט טייער געהאלטן ביי די פילע ידענים און חכמים וועלכע שעפן קורת רוח און נעמען אנטייל אין די שמועסן.
דער "תורה ומחשבה" פארום האט זיך ארויסגעשטעלט ווי א שפרודלדיגער קוואל פון הערליכע מאמרים און שמועסן הן אין עניני תורה און הלכה, און הן אין עניני מחשבה און אמונה. מחשבה, בטבעה, איז אן איידלער אונטערנעמונג, און פארלאנגט די נויטיגע סענסיטיוויטעט צו קענען זיך האלטן צו די גבולים אשר גבלו לנו רבותינו, און אונזערע פרינציפן וואס זענען באזירט אויף זיי. תודה לא-ל אז דער אינטעלעקטואלער ציבור האט זיך כמעט אייביג געהאלטן צו די פרינציפן, און עס ווערן פארפירט הערליכע מחשבה'דיגע שמועסן ע"ד התורה. זעלטן וואס מ'דארף פארמעקן הודעות וועלכע זענען ארויס פון די גבולים.
עס זענען אבער פאראן טייערע חברים וועלכע זענען נישט געוואוינט צו די סארט שמועסן, און וואלטן ליבערשט נישט געוואלט זיך אנשטויסן אין די טיפערע סארט חקירות און דעבאטעס. עס זענען כסדר געווען פארלאנגען אז מ'זאל טרעפן אן אופן וויאזוי צו באגרעניצן די סארט שמועסן כדי צו מאכן באקוועמער פאר די מיטגלידער וועלכע זענען אומבאקוועם דערמיט.
די חברי הנהלה האבן אסאך מחשבה אריינגעלייגט כדי צו טרעפן א לעזונג פאר דעם פראבלעם. בעיקר האבן מיר געהאלטן פאר די אויגן אז די שמועסן זענען צו חשוב אז די וואס ווילן יא לייענען און אנטייל נעמען זאלן עפעס פארלירן צוליב די אנדערע וואס ווילן נישט. דאס נישט וועלן מיטהאלטן אט די שמועסן דארף זיין א באשלוס וואס יעדער מאכט פאר זיך אליין, און די וואס ווילן יא מיטהאלטן דארפן דאס גרינג קענען טאן, אריינגערעכנט טרעפן די שמועסן אין "אקטיווע אשכולות". אזוי אויך דארפן די שמועסן זיין אפן צו ערמעגליכן גוגל צו האבן צוטריט צו די אשכולות, כדי דער גוגל סוירטש אפציע זאל ארבעטן, און אז איינער וואס זוכט צו לייענען אויף די ענינים זאל עס גרינג קענען טרעפן.
מיר זענען למעשה אויפגעקומען מיט א געדאנק וואס וועט האפנטליך עפ"י רוב לייזן דעם פראבלעם. צום ערשטן וועלן מיר אפטיילן די סענסיטיווע שמועסן אין א באזונדערן פארום וואס מיר וועלן פארלייפיג רופן "העמק דבר". צווייטנס, יעדער וועט האבן אן אפציע צו בעטן די הנהלה אז ער זאל נישט זען דעם פארום.
מיר נעמען אן אז רוב חברים ווערן אויטאמאטיש אריינגעשריבן מיט זייער ניק, ווי נאר זיי עפענען אויף קאווע שטיבל. דאס מיינט אז אויב מיר וועלן אנשטעלן אז דער פארום זאל נישט זיין זעבאר פאר דעם ספעציפישן ניק, וועט ער זיך עפ"י רוב נישט אנשטויסן דערין. ווען מען איז אריינגעשריבן מיט א ניק וואס איז אויסגעשלאסן פון "העמק דבר" וועט דער פארום בכלל נישט עקזיסטירן. עס וועט קיין ערגעץ נישט געזען ווערן, כאילו לא היה. איה"נ ווען מען איז נישט אריינגעשריבן וועט מען יא קענען זען דעם פארום, אבער ווי געזאגט, מיר נעמען אן אז מען איז רוב מאל יא איינגעשריבן, און אזוי וועט מען קענען באגרעניצן דעם פארום.
דאס זעט אונז אויס ווי דער ריכטיגער מהלך וואס וועט עפ"י רוב העלפן די וואס זענען אומבאקוועם מיט די שמועסן, און פון דער אנדערער זייט וועט עס גארנישט אוועקנעמען פון די וואס ווילן יא אנטייל נעמען.
דער נייער פארום וועט אריינגיין אין קראפט אין די קומענדיגע טעג, דערווייל נעמען מיר אן הערות, און אזוי אויך הצעות פאר א פאסיגן נאמען פאר דעם נייעם פארום.

- חכם באשי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 151
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
- האט שוין געלייקט: 265 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 224 מאל
הער [tag]באריסטא[/tag],
ווען נישט וואס איר מאכט אזא שיינע שטיבל, וואלט איך געבליבן אין קונשטאנטונא אדער אין קורדבא, צו באגדד. יישר כחכם! חזק ואמץ!
נ.ב. שפארט מיך "נישט" אויס פון העמק דבר, ביטע...
ווען נישט וואס איר מאכט אזא שיינע שטיבל, וואלט איך געבליבן אין קונשטאנטונא אדער אין קורדבא, צו באגדד. יישר כחכם! חזק ואמץ!
נ.ב. שפארט מיך "נישט" אויס פון העמק דבר, ביטע...
אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6659 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8389 מאל
א גרויסן דאנק פאר די איבערגעגעבנע ארבעט פון די הנהלה דא, בפרט מיט דעם נייעם אויפטוה. איך בין זיכער אז דאס איז א געוואלדיגע תיקון עולם, און לאמיר האפן אז עס וועט שוין בקרוב קומען דער טאג ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים. מ'עט נישט דארפן מער זיך באהאלטן אונטער כיסוי על גבי כיסוי, נאר מ'וועט פארברענגען און דורכשמועסן געדאנקען און רעיונות אפענערהייט, אן קיין פחד ומורא.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 370
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
מיך גייט גראדע נישט אן צו זעהן די זאכן. וואס מ'זעהט נאר פון די געדאנק איז אז די מנהלים שלאפן נישט, וואו זיי קענען נאר בעסער און באקוועמער מאכן שפארן זיי נישט קיין צייט. שכח באריסטא און דיינע חברים מנהלים.
איין קליינע פראגע אויב איך מעג. וואלסטו טאקע געזאגט אז בלויז 200 מענטשן ליינען דא? ווייל די לעצטע 24 שעה זענען דא געווען קנאפע 100 איינגעשריבענע באנוצער וואס דאס רופסטו אן רוב.
איין קליינע פראגע אויב איך מעג. וואלסטו טאקע געזאגט אז בלויז 200 מענטשן ליינען דא? ווייל די לעצטע 24 שעה זענען דא געווען קנאפע 100 איינגעשריבענע באנוצער וואס דאס רופסטו אן רוב.
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2751 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2863 מאל
פארשלאג: אזוי ווי מאחורי קען מען נאר ליינען ווען מ'איז איינגעשריבן, וואלט איך דעם עמק אויך אזוי געמאכט, און טאקע ווייטער געהאלטן די אפציע אז מ'זאל דאס קענען בלאקירן.
ווי איך קוק עס יעצט אן וואלט דאס יא געדארפט זיין מער א פארשפארטע זאך. וד"ל (אפגעזעהן פון די ומלאה וואס [tag]יאיר[/tag] טראמפייטערט שוין...)
אזוי צו אזוי, איז נישטא די ווערטער זיך אויסצודריקן איבער די ענדלאזע ארבייט וואס די מנהלים דא לייגן אריין. איי סימפעלי לאוו איט!

מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- באריסטא
- מנהל
- הודעות: 716
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 7:28 pm
- האט שוין געלייקט: 20 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל
- קאנטאקט:
יונגערמאנטשיק האט געשריבן:איין קליינע פראגע אויב איך מעג. וואלסטו טאקע געזאגט אז בלויז 200 מענטשן ליינען דא? ווייל די לעצטע 24 שעה זענען דא געווען קנאפע 100 איינגעשריבענע באנוצער וואס דאס רופסטו אן רוב.
ווען איך רעד פון "רוב" מיין איך רוב פון די וואס פארמאגן א ניק דא. פארשטייט זיך אז עס איז פאראן א ריזיגער ציבור וואס לייענט דא און פארמאגט בכלל נישט קיין ניק (מיר האבן יעדן טאג בערך 1500-1600 באזוכער) - אבער מיר זוכן זיך צוצושטעלן צו רעגיסטרירטע חברים.
שעפטל האט געשריבן:פארשלאג: אזוי ווי מאחורי קען מען נאר ליינען ווען מ'איז איינגעשריבן, וואלט איך דעם עמק אויך אזוי געמאכט, און טאקע ווייטער געהאלטן די אפציע אז מ'זאל דאס קענען בלאקירן.
ווי אויסגעשמועסט ווילן מיר נישט מוותר זיין אויף גוגל, וואס איז וויכטיג סיי פאר אונזערע חברים, און סיי פאר אידישע לייענער איבער דער וועלט וואס זוכן איבער ספעציפישע נושאים. אז איינער פארמאגט נישט קיין ניק און עס שטערט אים דאס זיין אויסגעשטעלט צו די שמועסן איז ער מכובד צו מאכן א ניק און בעטן צו ווערן אויסגעשפארט.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1694 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6348 מאל
- קאנטאקט:
(אז מ'רעדט שוין, איז דא א וועג צו זוכען אין גוגל מאחורי הפרגוד פאר ווער עס האט דארט א ניק? אדער אין דער אינערליכע קאווע שטיבל זוך? הגם גוגל איז מיר ע"פ רוב גרינגער)
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2999 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:(אז מ'רעדט שוין, איז דא א וועג צו זוכען אין גוגל מאחורי הפרגוד פאר ווער עס האט דארט א ניק? אדער אין דער אינערליכע קאווע שטיבל זוך? הגם גוגל איז מיר ע"פ רוב גרינגער)
גוגל נישט. אוי יא וואלט מען געקענט מאכן העפי שעפטל און מאכען די העמק דבר צוגעמאכט..
גוגל האט נישט א ניק דארט..
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 63 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל
- קאמענטירער
- ידיד ותיק
- הודעות: 768
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
- געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
- האט שוין געלייקט: 323 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 681 מאל
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 63 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 574
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
- האט שוין געלייקט: 519 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1480 מאל
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1416 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1684 מאל
ג"א מצטרף ייש"כ פאר די הנהלה וואס פרובירט מיט אלע כוחות צו צופרידנשטעלן דעם גאנצן ציבור. דאס וואס די הנהלה האט געטוהן מיטן צימעס געדאנק איז געווען א גאונות. חאטש איך וואלט געשטימט אז דער העמק זאל נישט זיין אפן פאר נישט רעגיסטירירער שלא ליתן פתחון פה לשונאי ישראל, פארט איז בטלה דעתי ויה"ר שתשרה שכינה במעשי ידינו.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 6216 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1741 מאל
נישט פארגעסן צו באדאנקען שליח דערפאר. פון ווען כ'האב אים מעורר געווען צו טון אין די ריכטונג, האבן זאכן אנגעהויבן צו פארן...
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4521 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8035 מאל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1694 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6348 מאל
- קאנטאקט:
לויט ווי איך פארשטיי איז די טיילונג דא נישט צווישען מאמינים און אפיקורסים ח"ו, אדער צווישען דריי פערטל כפירה צו האלב כפירה (א מאמין הונדרעט פראצענט איז דאך קיינער נישט..) נאר צווישען אזעלכע וואס קלערן אז די גרויע מאטיריאל צווישען די אוירען זייערע איז געמאכט צו טראכטען אויך אויף מידערוויכטיגע ענינים ווי ווער האט געשריבען דער זוהר און וואס איז דאס גאט, און צווישען די וואס האלטן דאס איז נאר אויף אזוינע וויכטיגע ענינים ווי אויב נירבאטור האלט אז צומת הגידין פון גפן אז טעראריסטיש אדער עפעס.
ממילא דארף מען נישט חושש זיין מ'וועט נאר הערען איין צד, עס טיילט זיך דא בכלל נישט לויט וועלכע צד מ'שטייט, נאר לויט וויפיל נערווען מ'האט צו נוצען דאס קאפ. וכל ערום יעשה בדעת.