דער היינטיגער מאמענט - פאר הונדערט יאר צוריק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

אין צוזאמענהאנג מיט דעם וואס איך רעכן - בעז"ה - אין דעם גאר נאנטן עתיד צו סעלעברירן מיין טויזענט'סטע תגובה דאהי אין קאווע שטיבל, וויל איך מיטטיילן די חברים היקרים איבער א העכסט אינטערעסאנטע אקטיוויטי וואס איך פיר זיך אין די לעצטע שטיק צייט, פאר מיר איז עס רייך, באלערנד, אינפארמאטיוו, גאר אינטערעסאנט, און הויפטזעכטליך פשוט ענזשויעבל, האב איך געקלערט משום אל תמנע טוב מבעליו אפשר קען עס זיין אינטערעסאנט פאר אנדערע אויך, און אפשר קען מען עס גאר טון צוזאמען בדיבוק חברים, אפגערעדט פון דעם וואס דאס קען צוברענגען א געוואלד מיט אינטערעסאנטע - היסטארישע ווי היינטצייטיגע - נושאים צו דיסקוסירן ברחבי ה'קאווע שטיבל.
מעודי בין איך געווען פאסצינירט (די ווארט קען גיין?) מיט אונזער רייכער אידישער עבר, אפשר ריכטיגער יודישער (ווי דער פוילישער אטיסלייג, אדער יידישער ווי דער ייוו"א פארלאנגט). די לעצטע פופציג זעכציג יאר בעפארן קריג, ווען די ליטעראטור און פארברענג מאטריאל איז אויסגעשטיגן צו א מעכטיגער אינדוסטריע, ארויס פון אלע פראפארצן, האט דאס נישט איבערגעהיפט איבער אונזער פאלק. כאטש, עס איז צום באדויערן אז דער חלק הארי פון די מאטריאל איז נישט ארויסגעגעבן געווארן דורך שלומי אמוני ישראל, איז אבער נישט אלעס "טריפה - פסול" (אזוי האבן די שלומי אמוני אנגערופן די כ'ל ב'איה ל'א י'שובון'ס וואס האבן בימים ההם אנגעזייט גרויסע חורבנות אין א ארימע צוריקגעשטאנענע מאסע וואס האט געדארשט נאך עטוואס ליין מאטריאל ווי אמעריקאנער אידן נאך א סלייס פיצא. זיי האבן הפנים געמיינט אז ליינווארג איז דאס גרעסטע גליק וואס וועט זיי באטרעפן, און אויסלייזן פון אלע פאקטישע פראבלעמען.
עס איז אפילו שווער אנצוטייטלען מיטן פינגער, אשר יאמר כי הוא זה, וועלכע ביכל איז דאס די טריפה פסול, ווייל כמעט אלע ביכלעך פון די וועלטליכע אידישע שרייבער דערציילן אונז מעשיות וואס זענען שוין געווען דאן היסטאריע, און זיי רעדן שוין ארום באריכות איבער די טריפה פסול'ע ביכער, משמע אז מען רעדט פון א געוויסן זשאנער שקדמה להם. מעגליך רוסישע ביכער, אדער די גאר פריע משכיל'ישע צייטונגען פון די אנפאנג ת"ר יארן).
מאידך גיסא, האב איך אויך זייער א שטארקן געפיל צו היסטאריע בכלל, און אונזער גלאררייכער עבר בפרט. עס איז לאו דוקא אז איך גלייך דעם מעלאנכאלישן לימוד פון היסטאריע לשם היסטאריע, און אוודאי נישט דער סארט כראנישע היסטאריע ווי פרעמענוראנטן און קברים בילדער, סיי ווייל איך האב נישט קיין געדולד זיך צו גיין מוטשען און אפירקראצן לימודים וואס מען קען ארויסנעמען פון א קוץ דא אדער א תג דארט, איך האב ליב היסטאריע מוגש כשולחן הערוך, און אויכעט ווייל איך בין סתם אזוי נישט משיג די עצם זאך, א פערזאן, זאך, געשעעניש, ווערט נישט מער אינטערעסאנט און וויכטיג צו וויסן - פאר מיר עכ"פ - ווייל זי האט זיך אפגעשפילט פאר הונדערט יאר צוריק, אויב וואלט עס היינט מיר פאראינטערעסירט, איז אינטערעסאנט עס צו וויסן פון אמאל אויך, אבער סתם קליינליכע פרטים וואס האבן בימים ההם נישט געשפילט קיין גרויסע ראלע, און איך וואלט עס העכסט ווארשיינליך נישט געוויסט ווען איך לעב ווען דאן, איז עס נישט קיין גרויסע מציאה נאר ווייל מען האלט שוין הונדערט יאר שפעטער.
וואס איך גלייך זייער יא, איז צו האבן א קלארן בילד פאר די אויגן פון דעם גאנצן הלך ילך, וויאזוי האט דאס לעבן בכלליות אויסגעקוקט, די פארשידנארטיגע קולטורן, די פאוער ברעיקערס בימים ההם, בכל דור ודור. צו פארשטיין וואסערע השפעה דער רבי צי יענער גאון צי להבדיל א וועלטליכער פערזאן האט געהאט אויפן דור, די פילפארביגע שטרעמונגען און קאלירן פון אלע שיכטן און קרייזן, שטעט און מדינות.
ווען מען וואקסט אויף, ספעציעל זינט דעם חורבן אייראפע, אפילו מען ליינט און מען הערט פילט מען אבער אלס אזא מחיצה המבדלת, די געשעענישן פון דעם נישט ווייטן עבר פון אייראפע בעפארן קריג איז עפעס ווי אויף איין זייט וואסער און מיר אויף די אנדערע זייט. אונזער לעבן און קארענט היסטארי הייבט זיך ווי אן פון תש"ה, אלעס פריער, פון פארן מבול, איז ווי עפעס א אנדערע וועלט בכלל צו וועלכע מיר האבן נישט קיין דירעקטע שיכות. דער אמת איז אבער, אז ווי מער מען ליינט זיערע צייטונגען, ביכער, מען הערט זייערע טעיפס און רעקארדירונגען, און מען זעט זייערע פילם'ס און ווידיא'ס זעט מען אלס מער דעם סדנא דארעא חד הוא, מה שנעשה הוא שיעשה ואין כל חדש. אודאי געוויס, עס איז דא פיל מיט חילוקים צווישן אונזער היינטיגער לעבנסשטייגער און דער אמאליגער, אבער דער שורש, די אונטערליגנדע ערקלערונג צו יעדן טאט און פאסירונג וואס מענטשן טוען, די חילוקי דעות און מהות'ן בלייבן די זעלבע.
איר פארשטייט שוין געוויס צו וואס איך ציל, נעמליך, ווען דער היסטארישער אידישער צייטונג'ס ארכיוו האט געמאלדן אז זיי גייען אנהייבן דיגיטייזן די פילע צייטונגען פון די צייטן ווען אידיש ליינערשאפט האט געגרייכט איר קלימאקס, ווען מיליאנען מבני עמנו, בלי גוזמא, האבן געליינט און געווירקט אויף די היימישע אידישע מאמע לשון, סעקולערע ווי פרומע אידן, חרדים און טראדיציאנעלע אידן (לפי השערתי איז ס'רוב אידנטום פונעם עלטערן דור - וואס רוב זייערע קינדער זענען גענצליך פריי געווארן - געווען אזא סארט טראדיציאנאלער איד, דערפאר איז רוב מאל אבסורד צו הערן השוואות פון אונזער היינטיגער לעבנסשטייגער צו די דאמאלס'דיגע וואס מען האט פונקט געטראפן בילדער, ווייל רוב אונזערע עלטערן, נראה לי לומר אז זיי זענען געווען אן אנדערע מין טיפ ווי דער געווענליכער עמך איד, והיינו דאהני להו צו איבערלאזן ערליכע דורות. דער אמת איך רעד פון פוילן - רוסלאנד, אונגארן איז א מסכתא פאר זיך). איז דאס ווי פארשטענדליך געווען כמים קרים על נפש עייפה, און אויף אלע פארום'ס האט מען זיך דערצו צוכגעכאפט ווי צו א געבראטנס. פארשטייט זיך אז פאר מיר פריוואט איז דאס געווען ממש עי דריעם קאם טרו. איך בין אפגעזיצן שעות אויף שעות דערויף.
למעשה האב איך געזעהן אז דאס איז נישט קיין וועג, איך האב זיך דערמאנט די ברייתא, מי שפקח אומר אשנה היום פרק אחד ולמחר פרק אחר, בין איך געפאלן אויף א שטיקל המצאה, וואס דאס וויל איך מיטטיילן מיטן עולם. איך האב אנגעהויבן צו ליינען, יעדן טאג דעם היינטיגן צייטונג! היינט, ליין איך דעם צייטונג פון ב' וזאת הברכה י"ב תשרי ע"ד. (צו מיין מזל איז די יאר אויסשטעל פונקט די זעלבע, מיטוואך גייט זיין ערב סוכות דא ביינונז אין ווארשע). איך האב צוויי צייטונגען צו מיין דיספאזיציע, דער היינט, און דער מאמענט. (פערזענליך בעפארצוג איך דעם מאמענט, ער איז עטוואס מער אידישלעך, און הלל צייטלין רעדאקטירט עס און מאכט זיכער עס טראגט א אידישן טעם. דער היינט דערגעגן איז שוין מער פריי. זשורנאליסטישער קוואליטעט מיין איך אבער אז דער היינט שטייט בעסער, כאטש דאס קען נאר געזאגט ווערן כלפי די אלגעמיינע נייעס. אין די היימישע נייעסער טוט זיך אפ א גע'געל'אכץ וואס דער בלאט קען זיך דערפאר פארשטעקן).
פארגעסט נישט, איך בין א רייכער איד, איך זיץ אויף מיין קאוטש מיט מיין טאבלעט ( די מערסט צוגעפאסטע דיווייס צו ליינען די צייטונגען. דערווייל איז עס נישט די מערסטע געשמאק, אבער אין א אימעיל האבן זיי מיר פארשפראכן אז מען גייט עס קענען אנהייבן דאונלאודן און ליינען אין א רעגולערן פי די עף פארמאט), און איך ליין זיך געשמאק ביידע צייטונגען נאכן עסן ב"ה פולע מאלצייטן צו דער זעט. מיינע שכנים ארום אבער, שטייען צוזאמען געשטופט צען קעפ פער צייטונג אנגעטון אפגעשליסן און אויסגעהונגערט, און דיסקוסירן און לערנען אריין א פשט אין יעדן ווארט פונעם צייטונג ווי ער וואלט געווען כאטש א שטיקל רשב"א.
די הרגשה דערפון איז געוואלדיג. מען ווערט ווי באשיינפערליך אריין געשלעפט אינעם דעמאלס'דיגן אטמאספער. (כאפט למשל א בליק אינעם לעצטן אויסגאבע פונעם "היינט". סעפט. 1 39'. די צייטונג זעהט אויס ווי דער בלאט וואלט מסתמא אויסגעזעהן אין אזא מצב, פיל מיט אנווייזונגען וויאזוי צו פארקלעבן די פענסטער און זיך פארהיטן פון די באמבע'ס, בעת ער לאזט נישט נאך און האלט אין איין מוטיגן דעם עולם צו זיין קאמפ'סגרייט און מיטן הילף פון די זיגריכע פוילישע מיליטער וועט מען באקעמפן דעם שונא. נאר נישט לאזן דעם מאראל ווערן געקלאפט! עס גייט דורך א קעלט אין די ביינער).
אלזא, אויב איז דא אזאלכע וואס שעירן די הנאה מיט מיר, און וואלטן געוואלט דאס טון, קען דאס זיין זייער אינטערעסאנט. זעצט אייך ארויף אויף איינשטיין'ס שנעלער-ווי-ספיד-אוו-לייט שנעלצוג, און לאמיר כאפן א רייזע צוריק אין תרע"ד. (אגב, שטעל איך זיך פאר איך בין נישט דער איינציגסטער וואס מיין מוח האט געמאכט א אסאסיאציע צווישן דעם למעלה מן הזמן, היה הוה ויהיה בהעלם אחד וואס שטייט אין די ספרים איז דער מציאות ארויסצי פונעם עולם הגשמי המוגבל, און דער חידוש פון איינשטיין).
איך מוז זיך אנטשולדיגן, איך פיר אייך איצט אריין אין א גאר אומאנגענעמע, שווערע סיטואציע. דער עולם איז אנגעזעצט, צובראכן, און אנגעצויגן. מען פילט ווי א שווערד הענגט איבער די קעפ, מען קען נישט אנגיין מיטן געהעריגן סדר היום, אלע תפילות, סליחות, די ימים נוראים, די גאנצע חודש תשרי דרייט זיך ארום איין זאך: דער בייליס פראצעס, וואס היינט האלט זי אין איר דריטן אדער פערדן טאג. דער עטלם שטייט געשפאנט און ציטערדיג, און מען ווייסט נישט מה יולד יום.
לשבחם יאמר, קיינער דא ביינונז האט נישט קיין הוו"א צו זאגן, ווער ווייסט, אפשר איז דער בלוט בלבול אמת...
לצערי, איז שווער צו לייגן גראדע לינק'ס, מען דארף אביסל אליינס ארום פאטשקענען. די מאקסימום ביז ווי איך קען לינקן איז דא פארן מאמענט, און דא פארן "היינט".. פון דא און ווייטער ברויך מען גיין ביי די זייט פונעם פעיזש, קליקן אויף "דפדוף", און דאן אויסוועלן דעם יאר, דערנאך דער חודש, און דאן קען מען וועלן דעם טאג. היינט למשל איז אקטאבער 13 1913.
ליינט און האט הנאה! אויב וועט זיין איינס אדער צוויי חברה וואס וועלן זיך צוכאפן צו דעם משוגעת קען עס זיין העכסט אינטערעסאנט. אפשר וועט מען אפילו קענען האבן א ספעציעלן פארום דערפאר. (פארשטייט זיך נאר אויב שליח וועט מסכים זיין צו ארבעטן פאר דעם רעיון...)

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- חכם באשי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 151
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל
דעת תורה,
ליינענדיג יעצט, אין יארע טווענטי טערטין, די הוילע דברי התחזקות אז מען זאל זיך האלטן פעסט וכו וכו', וויל איך אייך פרעגן אייער פערספעקטיוו, וואס איז אייער געפיהל ביים ליינען די ווערטער, האבענדיג יעצט דער עדווענטעדזש פון מאנדעי מארנינג קווארטער-בעק? דהיינו, ווען עס וואלט ווען געוועהן א חוזה ונביא, אדער א חכם עדיף מנביא (אגב, עס איז געוועהן איינער אזאנס, דער גור'ער רבי, וואס האט טאקע געמאכט פליטה), וואס וואלט פאראויס געזען דעמאלס דאס וואס איר ווייסט היינט, וואלטן די הוילע דברי חיזוק געהאט אן אפעקט אויף איהם, צו נישט?

אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
זייער אינטערעסאנט, ברענג איז נאך אזעלכע סחורה, דעת תורה. איך טראכט צו מיר ווי אין הונדערט יאר ארום וועט איינער ליינען די דריי הונדערט פינף און זעכציג בלעטערדיגע וועבערמאן אשכול, יעדן טאג איין בלאט. לדאבוני וועט מען נישט קענען זאגן מיט זיכערקייט אז "לשבחם יאמר, קיינער דא ביינונז האט נישט קיין הוו"א צו זאגן, ווער ווייסט, אפשר איז דער בלוט בלבול אמת..."
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
א גוטן מועד.
בד"ה. דעם צווייטן טאג יו"ט, פרייטיג פארטאגס, איז דער מונקאטשער רב, רבי צבי הירש שפירא בעל "דרכי תשובה" נפטר געווארן, מעלדט מען אונז אין א טעלעגראם פון קארפאטן-רוס. פאר מער דעטאלן וועלן מיר דארפן ליינען מארגן אין די צייטונגען.
איבערן ענין בייליס האב איך נישט קיין פרישעס, ווייל די אידישע צייטונגען זענען דאך נישט ארויסגעקומען יו"ט און די רוסישע צייטונגען וואס דער מאמענט האט אנאנסירט אויפן ערשטן זייט ערב יו"ט מען זאל דארט ליינען די נייעס, האב איך נישט פארשטאנען.
בד"ה. דעם צווייטן טאג יו"ט, פרייטיג פארטאגס, איז דער מונקאטשער רב, רבי צבי הירש שפירא בעל "דרכי תשובה" נפטר געווארן, מעלדט מען אונז אין א טעלעגראם פון קארפאטן-רוס. פאר מער דעטאלן וועלן מיר דארפן ליינען מארגן אין די צייטונגען.
איבערן ענין בייליס האב איך נישט קיין פרישעס, ווייל די אידישע צייטונגען זענען דאך נישט ארויסגעקומען יו"ט און די רוסישע צייטונגען וואס דער מאמענט האט אנאנסירט אויפן ערשטן זייט ערב יו"ט מען זאל דארט ליינען די נייעס, האב איך נישט פארשטאנען.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
אידן, רייסט איין! * יעצט איז א העכסט גורל'דיגער מאמענט! ממש איצט איז דער גמר דין! די לעצטע מינוטן פונעם בייליס פראצעס! יעצט ביינאכט קומט ארויס דער אורטייל.
מען ברויך קיינעם נישט מסביר זיין וואס דאס מיינט, נישט בייליס איז אויפן באשולדיגונגס באנק, דאס גאנצע אידישע פאלק איז! אין די מינוטן הערשט ביי אלעמען גרויס אויפרעגונג (נישט דוקא כעס; אין אונזער יארהונדערט - די ת"ר'ס - נוצט מען דאס ווי די אידישע איבערזעצונג פאר "עקסייטמענט", וואס מיינט אויך נישט בהכרח פרייליך, עס מיינט געשפאנט, אנגעצויגן, אום רואיג), נישט וויסנדיג וואס די קומענדיגע מינוטן וועלן ברענגן.
די באנדיטן און אנטיסעמיטן, די שווארץ מאה'ניקעס, האבן זיכער פלענער צו איבערפאלן און פאגראמירן חלילה, סיי וואס דער אורטייל זאל נאר זיין. כאטש, די רעגירונג האט ארויסגעשיקט א פארארדענונג פון פעטערבורג צו אלע גובערנאטארן, נישט צו דערלאזן קיינע אונרוהען אקעגן אידען.
למעשה, לויט רוב עקספערטן און בעאבאכטער וואס האבן מיטגעהאלטן דעם פראצעס, איז ערווארטעט אז בייליס וועט געפונען ווערן אומשולדיג. אוי גאטעניו, הלואי! אזוי צו אזוי, טענה'ן די בלעטער במשך דעם גאנצן פראצעס אז דעמעדזש דאן, דער שאדן איז שוין אפגעטון אפגעזען וואס דער פאקטישער אורטייל וועט זיין. די עצם זאך, אז אין צוואנציגסטן יאר הונדערט קען א פראקוראר אנגיין מיט אזא קעיס, איז שוין א שרעקליכער חורבן. דאך, איז פארשטענדליך אז מען האפט מיט פארצאפלטע הערצער אויף א גינסטיגן פסק.
*(אגב, גראדע אין די אלע האלב סעקולערע צייטונגען זעהט מען נישט קיין שום מאוומענט "איינצורייסן". מען זעהט טרויער, אנגעצויגנקייט, טענות, קללות, און דעפרעסיע, אבער מתפלל זיין זעהט מען נישט עכט. אפילו די פאקט אז אלע שולן לענגאויס אייראפע זענען געווען פול געפאקט אויף א פרעצעדענטלאזן פארנעם, און די סיבה דערצו איז קלאר בייליס' פראצעס, ווערט אבער דורך די צייטונגען אויסגעטייטשט אז "אין אזא צייט, ווילן אידן זיין צווישן אידן, זיי ווילן זיך אידענטיפיצירן מיט זייער פאלק". עס איז אבער אנצונעמען אז דאס צייגט בעיקר אויף די רעדאקציע און די שרייבער זייערע, ווייל סתם ביים המון עם, ביים פאלקס יד, איז גאנץ גוט דאקומענטירט א טענדענץ מתפלל צו זיין, איינצורייסן און זאגן תהילים בעת צרה).

- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
א דאנק הרב דעת תורה!
עס איז אינטערעסאנט צו שפעקעלירן וויאזוי אין א הונדרעט יאר פון יעצט וועט מען אנאלאזירן די היינטיגע בלעטער. לדוגמא, איבער די פטירה פון הרב עובדיה;
די צייטונגען זענען פארפלייצט מיט ארטיקלעך איבער די גרויסע פארלוסט וואס כלל ישראל האט פארלוירן! זיינע לייסטונגען פאר די ספרדישע אידנטום איז אומבאשרייבליך! ער ווערט באוויינט דורך אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, ליטוויש, חסידיש, ספרדיש.
(גראדע איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז די צייטונגען פון די סאטמארישע לאגער באריכטן נישט די פטירה ווי עפעס א אומגעהויערע פארלוסט, נאר אלטס עפעס א פאליטישער נייעסל פון א פארשטארבענער גייסטליכער פירער, און בין הדברים רייסט מען אריין א טאץ מיט קללות).
אוי! אינגאנצען פארגעסן! די מדינה הטמאה וועט שוין לאנג זיין א פארגאנגענהייט דעמאלטס, די אלע א.ג. רבנים וועלן לאנג לאנג זיין פארגעסן, קיינער וועט אפילו נישט וויסן פון וועם מען האט גערעדט. סארי, דיסריגארד.

ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
ברעיקינג: די בעשווארענע ריכטער (חבר מושבעים, זשורי אויף אמעריקאנער שפראך) האבן געפונען אז
בייליס איז אומשולדיג!!!
חסדי ה' כי לא תמנו.
בייליס איז אומשולדיג!!!
חסדי ה' כי לא תמנו.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
בד"ה - יעצט קומט אן די בשורה פון אר"י אז הגאון הגדול רבי יעקב דוד רידב"ז (מיט א יו"ד - נישט פארטוישן מיט רבינו דוד בן זמרא פון מצרים בזמנו פונעם אר"י באקאנט ווי דער רדב"ז) איז נסתלק געווארן. סאטמארע אידן ווייסן אביסל איבער דעם גאון, הויפטזעכטליך ווייל ער האט געפירט א מערכה קעגן דעם היתר מכירה און דערפאר אויך הרב קוק.
וועלמיר זען ווילאנג עס וועט דויערן די נייעס זאל אנקומען קיין אייראפע.
וועלמיר זען ווילאנג עס וועט דויערן די נייעס זאל אנקומען קיין אייראפע.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
"בייליס איז פריי" שרייט דער מאמענט.
דער "היינט'ס" העדליין איז שוין אביסל מער לאנגווייליג: דער אורטייל אויף בייליס'ן! בייליס באפרייט.
"הצפירה" שרייט אויס מיט פאטאס: בייליס זכאי בדינו! און לייגט צו אינעם קעפל אז ווען בייליס האט געהערט דעם פסק האט ער אוועק גע'חלש'ט, און עס האט געדויערט א וויילע ביז מען האט אים געקענט בארואיגן פון זיין גרויסע איבעראשונג.
דער המודיע, א ארטאדאקסישער וואכנבלאט אין פוילן, לאזט זיך אריין אין חשבונות אז דער טאג פונעם פסק איז געווען גאר א צוגעפאסטער. מגלגלין זכות ליום זכאי.. כאטש הערט מען שוין עפעס א היימישע שפראך, מען געדענקט אז ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט וועמען מען גיט אפ שבח והודאה פאר די ניסים. (גראדע, דער מאמענט האט א באשרייבונג פון א רעפארטער לעבעדיג וואס לייגט אראפ דעם מצב אין געריכט זאל בשעת'ן פסק דין, און דערציילט וויאזוי דער עולם האט אפגעזיפצט מיט פרייד "א דאנק גאט. בייליס איז פריי!" אינטערעסאנט צו ליינען גראדע, זייער לעבעדיג אראפגעלייגט).
"מוריה" - א אויסגאבע אין ארץ ישראל איז ארויסגעקומען מיט א עקסטערע ביילאגע, לדאבונינו איז עס נעלם געווארן און נישט פאראייביגט געווארן אין דיגיטאלן ארכיוו. (קודם האב איך געמיינט אז די נייעס האט פשוט גענומען לאנג אנצוקומען אהין. מען זעהט דאך אז דא אין קאווע שטיבל איז ערשט דינסטיג שפעט ביינאכט אנגעקומען א טעלעגראם דערוועגן, און מוצאי שבת האט ערשט אנגעהויבן אריין צו קומען די אפדעיטס...).
עס שטעלט זיך ארויס, אז אין די סאמע לעצטע מאמענטן האט דער פארזיצענדער פון געריכט פארגעליינט פאר די זשורי די קלאגע, ממש ארויס פונעם באשולדיגונגס דאקומענט, אנדערש ווי געווענליך - אין רוסלאנד עכ"פ -וואס מען דארף פשוט פארלייגן די פאקטן. א גאנצע געטועכץ איז געווען איבער דעם, אז די פראקורארן האבן בטוב ליבם ארויסגעשניטן פון די פארגעלייגטע קלאגע אז בייליס' מאטיוו איז געווען ריטואל, פאר רעליגיעזע צוועקן - מסתמא האבן זיי געהאלטן אז די ווערטער וועלן מער שאטן ווי נוצן.
ווען די ריכטער זענען צוריק ערשינען אין זאל נאך א נישט-גאר-לאנגע באראטונג, איז ווי פארשטענדליך די שטימונג אין זאל געווען העכסט געשפאנט און אנגעצויגן. דער הויפט אדוואקאט, גרוזענבערג, אליין א איד (כאטש א משומד אויב איך מאך נישט קיין טעות - בימים ההם בעפאר ציונות - און מיט איר נאצינאלער שטאלץ - איז געווארן שטארק איינגעגעסן ביי די אידישע מאסן, איז געווען ליידער נישט קיין נאווינע צו זעהן פרייע אידן זיך שמד'ן צו קענען פאראויסרוקן זייער קאריערע) איז נישט געווען אין געריכט זאל פשוט אויס מורא אז זיינע נערוון וועלן נישט קענען איבערטראגן דעם פסק.
די ערשטע פראגע וואס מען האט געשטעלט די זשורי איז געווען צי דער מארד האט טאקע פאסירט אין קיעוו "אויף זייצעוו'ס (א איד) גוט, נעבן די אידישע כירורוגישע שפיטאל". די אדוואקאטן האבן פארלאנגט מען זאל ארויס נעמען די פונקטליכע אדרעס פונעם לשון, אבער דאס געריכט האט עס צוריקגעוויזן. ווען די זשורי האט אויף די פראגע געענטפערט "יא", איז יעדער זיכער געווען אז דאס איז עס, בייליס גייט ארויסקומען שולדיג. דער הויפט פראקוראר האט זיך געדארפט אנלאנען אויפן טיש צו קענען האלטן זיין באלאנס, פון גרויס איבערראשונג.
אבער דאן האט מען פארגעלייגט די צווייטע שאלה, אויב בייליס איז שולדיג, אויף וואס די זשורי האט געענטפערט "ניין"! אלע - אבער ממש אלע - צייטונגען באצייכענען די מינוט ווי "א עלעקטערישער שטראם וואלט דורכגעלאפן די פארזאמעלטע". (מעין וואס מען שפירט ווען דער רבי קומט אריין צו די 56'סטע אייניקל'ס חתונה). ספאנטאן האבן זיך פון אלעמענס מיילער ארויסגעריסן א "דאנק צו גאט", און די בשורה האט געמאכט פליגלען און זיך בליץ שנעל פארשפרייט איבער דער גארער וועלט, די טעלעגראמען אפערירער האבן געארבעט איבערמידליך יענעם מאנטאג אויף דערנאכט.
דער קול מחזיקי הדת ([tag]לבונה זכה[/tag], איך מעג ברענגען פון דארט?...) ווידער איז תולה די שולד אז די גוים האבן געמאכט א בלוט בלבול אין גרעטץ, דעם פארביסענעם שונא פארן יהדות החרדית, וועלכער האט אין זיין היסטאריע בוך - געשריבן אויף דייטש, צוגענגליך צו אלע גוים - געשריבן אז די רבנים ביים וויכוח מיט די פראנקיסטן האבן פארלוירן דעם וויכוח, זיי האבן נישט געקענט אפענטפערן די ראיות איבערן בלוט בלבול. (גרעטץ רעדט זיך אפ אז די רבנים האבן נישט געקענט קיין אידישע און גויאישע היסטאריע, און נישט געוויסט צו זאגן אז די קירכע און די פויפסטן האבן אומצאליגע מאל פארדאמט דעם בלוט בלבול, און אנשטאט האבן די רבנים געברענגט ראיות פון תלמוד. גרעטץ שרייבט א ליגנט אז זיי האבן טאקע פארלוירן, א זאך וואס די היסטאריקער באהויפטן איז שקר, אמווייניגסטנס אויף די בלוט בלבול טענה האבן זיי דוקא גאר שטארק געווינען.
לעומת זה, דער המצפה, א וואכן בלאט פאר מער טיפערע אפהאנדלונגען, לאזט זיך אריין אין דעם פאקט אז אין די מאדערנע אידישע וועלט איז דעא מצב נישט געווען צופיל אנדערש ווי היינט! אנדערש ווי געשריבן פריער, האבן פאקטיש די מאדערנע אידן איבער דער וועלט געפונען אז "זיי האבן זיך נישט וואס אריין צו מישן אין א אנגייענדן פראצעס"! זיי זענען גאר ברוגז געווען אויף די ציוני'סטן פארן ארגאניזירן עפנטליכע פראטעסטן איבער דעם. הערשט נאך וואס בייליס איז פרייגעשפראכן געווארן, האט דער האמבורגער ראש הקהל זיך אנטשולדיגט אז ס'איז געווען א טעות, און מען וואלט זיך יא געדארפט אננעמען פאר בייליס. שאקירנד? זיכער. אבער עס קלינגט זייער קענטליך. מה שהיה הוא שיהיה.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
דעת תורה האט געשריבן:אלע - אבער ממש אלע - צייטונגען באצייכענען די מינוט ווי "א עלעקטערישער שטראם וואלט דורכגעלאפן די פארזאמעלטע". (מעין וואס מען שפירט ווען דער רבי קומט אריין צו די 56'סטע אייניקל'ס חתונה).
דעת תורה האט געשריבן:לעומת זה, דער המצפה, א וואכן בלאט פאר מער טיפערע אפהאנדלונגען, לאזט זיך אריין אין דעם פאקט אז אין די מאדערנע אידישע וועלט איז דער מצב נישט געווען צופיל אנדערש ווי היינט! אנדערש ווי געשריבן פריער, האבן פאקטיש די מאדערנע אידן איבער דער וועלט געפונען אז "זיי האבן זיך נישט וואס אריין צו מישן אין א אנגייענדן פראצעס"! זיי זענען גאר ברוגז געווען אויף די ציוני'סטן פארן ארגאניזירן עפנטליכע פראטעסטן איבער דעם. הערשט נאך וואס בייליס איז פרייגעשפראכן געווארן, האט דער האמבורגער ראש הקהל זיך אנטשולדיגט אז ס'איז געווען א טעות, און מען וואלט זיך יא געדארפט אננעמען פאר בייליס. שאקירנד? זיכער. אבער עס קלינגט זייער קענטליך. מה שהיה הוא שיהיה.
WOW!!
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
איך לאך, אין "די צייטונג" פון הונדערט יאר ארום, פ' חיי שרה תשע"ד, איז דא א גאנצער ארטיקל וועגן "הונדערט יאר צו משפט בייליס". (נישט צו גלייבן ווי די צייט לויפט. הונדערט יאר איז שוין אריבער פון איצט....). אינמיטן האבן זיי א קאפי פונעם הצפירה העדליין וואס כ'האב אויבן צוגעלינקט. זיי שרייבן דארט אינעם ארטיקל בשם עפעס א חרדי'שער היסטאריקער וואס האט כלומר'שט אנטדעקט אמעריקע מיט זיינע היסטארישע געפינסן איבער משפט בייליס, אבער באמת איז דאס בעיסיק נאולעזש וואס יעדער חדר יונגל ביינונז אין ווארשע ווייסט און האלט מיט. איך האב אלץ געמיינט אז "היסטארישע אויפדעקונגען" מיינט א זאך וואס בשעתו האט מען עס קוים געוויסט, נאר די אינסיידערס וכדומה. וואלט איך שוין געמעגט וויסן אז אויף חרדי'ש מיינט דאס ליינען דעם וויקיפידיע פעיזש איבער יענע זאך.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 65
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:23 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל