איז ידיעה מאוחר עקוויבלענט צו חכמה מעיקרא?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
חכם באשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

איז ידיעה מאוחר עקוויבלענט צו חכמה מעיקרא?

שליחה דורך חכם באשי »

ליינענדיג [tag]דעת תורה[/tag]'ס געוואלדיגע טויזענט-תגובות-מתנה-אשכול, דא, האב איך דארט געשטעלט א פראגע, וואס [tag]שמעקעדיג[/tag] האט מעורר געוועהן אז ס'פאסט זיך איבער דעם א באזונדערע אשכול. היות אז מעולם לא עברתי על דברי שמעקעדיג, איז דאס מיין פראגע:

איז דער חכם עדיף מנביא פונקט אזוי שטארק ווי דער מאנדעי מארנינג קווארטער-בעק?

אויב וואלט געוועהן א איד פאר'ן קריג וואס וואלט בעיני חכמתו פאראויס געזען גענוי דאס וואס מיר ווייסן היינט פון ליכטנשטיין'ס ביכער, וואלט ער זיך געלאזט איבערעדן פון הוילע דברי חיזוק און הדרכות ישרות פון צייטונג שרייבער? אדער וואלט ער שוין דעמאלס זיך געקראצט אין קאפ נישט פארשטייענדיג וויאזוי מען קען זיך לאזן פירן צו די שחיטה מיט אזא מין נעאוויטעט?

די שאלה גייט אויף אלעס. לאמיר זאגן, אלס משל בעלמא. אין 50 יאר פון היינט, וועט ארויסקומען אז די רבי'ס זענען געוועהן אנהענגער פון א געהיימע קולט, שוין פאר צענדליגע יארן, וואס זייער מיסיע איז עוקר צו זיין אטענטישע אידישקייט און משריש זיין א נייע סארט אמונה ביי אידן, לאמיר אזוי זאגן. עס וועלן זיין ראיות ברורות, גוט דאקומענטירט. וועט דאן אויפגעוויזן ווערן, אז עס זענען געוועהן אזעלכע, שוין פאר דרייסיג יאר פריערט, וואס האבן דאס דערשמעקט, און זיך נישט געלאזט פון די רייצענדע בילדער מאגאזינען. אין 50 יאר ארום, וועט יעדער ליינען די צייטונגען פון היינט, און זיך נישט קענען גענוג אפוואונדערן וויאזוי א עם חכם ונבון האט זיך געלאזט פארפירן פון די קולטיסטן. אבער דער חכם, האט פשוט געהאט זיין בליק און ידיעה, אבער ער האט דאך ווייטער עטוואס געגלויבט אין די פראפאגאנדע? אדער האט ער שוין דעמאלטס זיך מרחיק געוועהן פון די רבי'ס כדין הרחקה פון א מסית ומדיח?
אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]
באניצער אוואטאר
חכם באשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

שליחה דורך חכם באשי »

נאך מער,

די היינטיגע קאנספירעסי חברה האבן א ברירה איין טאג אויפצושטיין און זיך טרעפן גערעכט... וועלן זיין דאן זאגן, נו, זעהט עטס, אונז זענען געוועהן גערעכט! אדער וועלן זיי דאס נישט קענען זאגן, ווייל סוף כל סוף, מיט זייער גאנצע פאראויס זעהן, האבן זיי דאך געלעבט אינעם באבעל, און זיי האבן נישט געליינט די היינטיגע צייטונגען מיט אזא מאז אומגלויבארקייט מיט וואס מיר וועלן עס ליינען אויף צוריקסוועג דעמאלטס ווען רוסלאנד האט שוין עמטלעך איבערגענומען אמעריקא.
אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

חכם באשי האט געשריבן:ליינענדיג [tag]דעת תורה[/tag]'ס געוואלדיגע טויזענט-תגובות-מתנה-אשכול, דא, האב איך דארט געשטעלט א פראגע, וואס [tag]שמעקעדיג[/tag] האט מעורר געוועהן אז ס'פאסט זיך איבער דעם א באזונדערע אשכול. היות אז מעולם לא עברתי על דברי שמעקעדיג, איז דאס מיין פראגע:
אין 50 יאר ארום, וועט יעדער ליינען די צייטונגען פון היינט, און זיך נישט קענען גענוג אפוואונדערן וויאזוי א עם חכם ונבון האט זיך געלאזט פארפירן פון די קולטיסטן. אבער דער חכם, האט פשוט געהאט זיין בליק און ידיעה, אבער ער האט דאך ווייטער עטוואס געגלויבט אין די פראפאגאנדע? אדער האט ער שוין דעמאלטס זיך מרחיק געוועהן פון די רבי'ס כדין הרחקה פון א מסית ומדיח?

געהערט פון א קלוג איד, האט ער געפרעגט, אויב האט מען אינז אנגעזאגט פון נביאים און אראפ ווי אזוי די מנהיגים אונזערע וועלן אויסקוקען, שטעלט זיך א שאלה וויאזוי קען זיין אז א עם חכם ונבון לאזט זיך אזוי פארפירן? האט ער געזאגט, אויב האט מען אונז געזאגט אז ס'וועט זיין א נסיון, וועט דאס זיין אזוי, נישט קיין נפק''מ צו מ'זעט שווארץ אויף ווייס אז ס'ווערט מקויים וואס די נביא זאגט אויף די מנהגי שקר שבימינו, נאר איין זאך, ווען א יחיד וויל באמת זען דעם אמת, קען ער דאס זען. ודפח''ח
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

פארשטיי איין זאך, די נביאים האבן גערעדט פון די כלליות האומה, ס'איז סאך מער מסתבר אז זיי האבן זיך באצויגן צו יאיר לפיד און בנימין נתניהו ווען זיי האבן געהאקט אויף די מנהיגים, ווי אז זיי האבן זיך באצויגן צו טאהש'ער אדער סקולענער רבי...
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

א ויהי דבר ד אלי לאמר בן אדם הנבא על רועי ישראל הנבא ואמרת אליהם לרעים כה אמר ד ד הוי רעי ישראל אשר היו רעים אותם הלוא הצאן ירעו הרעים את החלב תאכלו ואת הצמר תלבשו הבריאה תזבחו הצאן לא תרעו את הנחלות לא חזקתם ואת החולה לא רפאתם ולנשברת לא חבשתם ואת הנדחת לא השבתם ואת האבדת לא בקשתם ובחזקה רדיתם אתם ובפרך ותפוצינה מבלי רעה ותהיינה לאכלה לכל חית השדה ותפוצינה ישגו צאני בכל ההרים ועל כל גבעה רמה ועל כל פני הארץ נפצו צאני ואין דורש ואין מבקש יחזקאל פרק לד
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

דעת תורה האט געשריבן:פארשטיי איין זאך, די נביאים האבן גערעדט פון די כלליות האומה, ס'איז סאך מער מסתבר אז זיי האבן זיך באצויגן צו יאיר לפיד און בנימין נתניהו ווען זיי האבן געהאקט אויף די מנהיגים, ווי אז זיי האבן זיך באצויגן צו טאהש'ער אדער סקולענער רבי...

טאהש'ער אדער סקולענער רבי זענען מנהיגים? אז ס'קען זיין 2 ברודער'ס מנהיגים הולכי בערכאות (מיט 2 היתירים איינס פון לישכה, און די אנדערע די וויען'ער לעדעל) און האבן טויזענטער אידן יום כיפור די הייליגסטע טאג אין יאר, דאס האט נישט די נביא געמיינט?

פארשטייט זיך כ'מיין קיינעם פערזענדליך, ITS THE OVER ALL PICTURE
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
חכם באשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

שליחה דורך חכם באשי »

העי, אויטספאוקען!

חכם באשי איז א פרענק פארעך, און ער פארשטייט נישט צו די אשכזי'שע שמוץ. דער אשכול איז איבער א ספעציפישע נושא. כאטש איך פארשטיי וויאזוי איר האט אריינגעדרייט סאטמאר דא אהער, איז דאס שלא מן הענין, און פליז לאמיר עס נישט היי-דעזעקן. :P
אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

חכם באשי האט געשריבן:העי, אויטספאוקען!

פארשפארט