איך געדענק, ווען כ'האב געזעהן דער אויבן דערמאנטע אריז"ל האב איך געפרעגט איינער פון מיינע רביס, אויב אזוי, פארוואס זאל איך נישט מוציא מן הכח אל הפועל זיין א יעדע הרהור עבירה? אויב לאז איך עס ביים הרהור וועל איך אלעמאל בלייבן מיט א פלעק? (בחור'ישע דאגות.....

אגב, איינער איז אמאל געקומען צום צאנז'ער רב און האט איבערגעלאזט א ספר פאר א הסכמה. די צאנז'ער רב איז ארויס פאר א מינוט און ווען ער איז צוריק געקומען האט ער געזעהן ווי די גארליצער רב ווארפט ארויס די ספר פון די פענסטער. ווען די צאנז'ער רב האט אים געפרעגט פארוואס ער האט עס געטון, האט די גארליצער רב ערקלערט אז ער האט געזעהן אן אינטערעסאנטע ווארט אינעם ספר. די מחבר האט מסביר געווען וואס איז פשט אז אזעלכע הייליגע צדיקים ווי ראובן, יהודה, דוד ושלמה האבן געזינדיגט, און נאך דערצו אזעלכע הארבע עבירות? נאר היות הרהורי עבירה קשה מעבירה, און ס'האט זיך געמאכט ביי די צדיקים א הרהור, האבן זיי עס נישט געוואלט לאזן ביים הרהור, נאר זיי האבן עס אויסגעפירט למעשה. האט די גארליצער אויסגעפירט, "בשעת'ן ליינען דער ווארט איז מיר אריין א הרהור ארויס צו ווארפן די ספר פון פענסטער, האב איך עס נישט געוואלט ח"ו לאזן ביים הרהור האב איך עס תיכף ומיד ארויס געווארפן".
.[/justify]