ארטאדאקסישע אידנטום אין אמעריקע פופציג יאר פון היינט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
לבונה זכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 11, 2013 3:36 pm
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 234 מאל

ארטאדאקסישע אידנטום אין אמעריקע פופציג יאר פון היינט

שליחה דורך לבונה זכה »

צייטונג-שרייבער און סאציאלע שטערן-זעער האבן אפטמאל ליב צו מאכן פרעדיקשעןס אןיף ווי אזוי געוויסע זאכן און מצבים וועלן אויסזען אינעם עתיד הרחוק. ווען מ'קוקט צוריק פרעדיקשאןס פון אמאליגע חוזים, שטעלט זיך צומאל אויס אז זייערע דברי נבואה זענען געווען ריכטיג, עכ"פ למחצה לשליש ולרביע, און צומאל נישט. ס'וואלט אינטערעסאנט געווען וואס דער עולם דא האלט איבערן עתיד פון חרדי'שן אידנטום אין אמעריקע ווי עס וועט אויסזען פופציג יאר פון היינט.

אזעלכע סארט פאראויסגעזאגעכצער דארף זיין באזירט אןיף עפעס קראנטס. ס'קען נישט קומען בלויז פון wishful thinking (הגם wishful thinking שפילט מסתמא א געוויסע ראלע, צומאל סוב-קאנשעסלי). דער פאראויס-זעער באטראכט געווענליך דעם יעצטיגן מצב, ווי אויך דעם trend פונעם נאנטן עבר און פונעם הווה, און לויט דעם קומט ער צו א געוויסע מסקנה לגבי דעם עתיד. למשל, ציונ'יסטישע הוגה דעות ווי הערצל, נארדוי, אחד העם ועוד, האבן צוזעענדיג דעם מצב פון דעם וואקסענדן אנטיסעמעטיזם אין אייראפע, פאראויסגעזען אן אייראפע וואו אידן וועלן זיך נישט טרעפן דאס פלאץ (א גאנץ-ריכטיגע אפשאצונג). מאידך גיסא, משכילישע און ציונ'יסטישע פרעדיקשאןס לגבי דעם אונטערגאנג פון חרדי'שע סארט אידנטום, באזירט אויף שטארקע טרענדס אינעם אייראפעישען אידישן לעבען פון פאר די צווייטע וועלט מלחמה, האט זיך אויסגעשטעלט אלס נישט ריכטיג. (זייערע פרעדיקשאןס האבן נאך אלץ געקענט זיין קראנט לויט די אינפארמאציע וואס זיי האבן געהאט. זיי האבן נאר נישט אריינגענומען אינעם equation אזעלכע unpredictable events ווי דער האלאקאוסט, מדינת ישראל, אמעריקע).



מיינע אייגענע שתי פרוטות: דער מצב פון "אידישקייט" גייט נישט זיין קיין סאך אנדערש אין פופציג יאר ארום פון דעם מצב היינט. רוב עולם וועט זיין פרום ווי היינט, מיט א גראד ארויף א גראד אראפ (באזירט אויפן ביז-איצטיגן טרענד, most likely, א גראד ארןיף). יא, ס'עט זיין גענוג אויבער-חכמים און באהאלטענע משכילים. מ'עט אפשר הערן מער איבער נושרים וועלכע האבן כפרה געשלאגן מיטן "סיסטעם." אבער איך גלייב נישט אז דאס וועט גרייכן הויכע פראפארציעס פונעם ציבור. די טשעקס און באלאנסעס וועלכע קאנטראלירן אונזער היינטיגן לעבנס-שטייגער, נעמליך, peer pressure, שטארקע פאמיליע סטרוקטשערס, שידוכים, צורך פאר קאמיוניטי, וכו', וועלן ווייטער אנהאלטן די איבערוויגענדע מערהייט אין די ראמען.

פרנסות וועט לכאורה זיין אזוי: בערך א צען פראצענט נגידים אדער הויכע פארדינער (חרדים האבן מער נגידים ווי די דזשענעראל פאפיולעישאן...), קאנצעטרירט אין די זעלבע ליינס ווי היינט, ריטעיל, ריעל עסטעיט, ועוד אזעלכע ביזנעסער וואו אמביציע שפילט א העכערע ראלע ווי שטודיע. דער מיטל קלאס פון wage ארבעטער אויף גוטע פאזיציעס וועט האלטן אין איין שרינקען, און די ארימע קלאס אין איין וואקסן (א טרענד וועלכעס איז שוין אין קראפט דורכאויס אמעריקע). דאס וועט אוטאמאטיש ברענגען צו א סיסטעם ווי פארצייטנס אין דער אלטער היים, אין וועלכע אן ענגער elite וועלן זיין משתלטים על הציבור און פוסעים על ראשי עם קודש, ואין פוצה פה. חרדים וועלן אפשר גיין מער אין קאלעדש ווי היינט, אבער ס'וועט ווייטער זיין א בדיעבד בבחינת אדם ההולך אצל פלגשו בהחבא.



יעצט, דער סאציאלער און פאליטישער מצב כלפי אונז חרדים אלס "אמעריקאנער בירגער" וועט לכאורה זיך יא טוישן, און נישט לטובה, און דאס קען אפשר ברבות הימים ברענגען צו שינוים אינעם פריערדיגן סעיף.

לויט ווי מ'זעט שוין דעם טרענד און לויט אלע באריכטן, וועלען חרדי'שע אידן זיין א רובא דמינכרא אינעם אמעריקאנער אידענטום. ס'גלויבט זיך שווער אז די דעמאלדס'דיגע חרדי'שע פירער וועלן זיין קלוגער אדער ברייטער ווי די היינטיגע. זיי וועלן לכאורה ווייטער זען די רעכטן און פרייהייטן וואס אמעריקע שטעלט צו, בלויז דורך זייער ענגן פריזם פון פריוואטע רעליגיעזע, פאליטישע, און פינאנציאלע אינטערעסן. ווי מער אנזעבאר חרדים וועלן ווערן, אלץ מער וועלן זיי ווערן דער געשפרעך פון טאג. די אלגעמיינע גוי'אישע פרעסע וועט ווערן מער bold און מער קוראזשפול אין זייערע באריכטן פונעם לעבנסשטייגער אין אונזער מחנה און איבער די עוולות און עבירות פון יחידים און דעם רבים. אפגעזען פון די אמת'ע פאקטן, און אוודאי אפגעזען ווי אזוי חרדים וועלן זיך זעלבסט באטראכטן, וועלן חרדים אנהויבן באטראכט ווערן דורך דעם אלגעמיינעם אמעריקאנער גוי ווי א נטע זר, א גרופע וואס נאך הונדערט יאר אין אמעריקע לעבט נאך אלץ אין זיין אייגענעם געטא, צוגלייך ווי אידן זענען באטראכט געווען אין פוילן פאר די קריג.

פאליטישאנס, מורא-האבנדיג פונעם חרדי'שן וואל כח, וועלן כדרכם ווייטער חנפ'נען מיט שקרים און מיט צוווארפן כסדר'דיגע אתנן זונה'ס. דאס וועט נאך מער אנרייצן די אלגעמיינע געמיטער פון די פרעסע און פונעם פאלק. ס'קען אויך זיין אז געוויסע פאליטישאנס וועלן זיך ווייניגער רעכענען מיט דעם אידישן וואל כח זיי צוליב דעם דרוק פון די מידיע און אנדערע וויילער, ווי אויך צוליב די צושפליטערונגען אינערהאלב דעם חרדי'שן וואוטינג-בלאק, מיט אירע פארשידענע קעגנזייטיגע אינטערעסן.

פרייע אידן וועלן זיין צוטיילט. רוב וועלן, עכ"פ אין די פריע פאזעס, זיין געשוואוירענע שונאים פאר חרדים. זיי וועלן זיך שעמען צו אידענטיפיצירן מיט דעם "אסט-יודע." פון זייערע באקוועמע וואל-סטריט אפיסעס וועלן זיי גלייבן באמונה שלימה אז נישט זיי מיינט מען ווען מ'רעדט פון אידן. פארקערט, צוויי הונדערט און פופציג יאר פון פולשטענדיגע גלייכבארעכטיגונג וועט זיי ערלויבען צו זיין די העכסטע שרייער אנטקעגן זייערע חרדי'שע ברידער. טייל אמעריקאנער אידן וועלן יא אנהייבן שרייען "אנטיסעמיטיזם." זיי וועלן ציען א פאראלאל צום אמאליגן פינסטערן עבר. אט די אידן וועט מען רופן צו אונזערע דינערס, און זיי וועלן פיגורירן אויף די דעקלעך פון די היימישע אויסגאבעס, געבענדיג אינטערוויוס איבערן מצב.

די היימישע בלאגס וועלן אלע שרייען "אנטיסעמיטיזם" און מ'וועט באהאנדלען דעם נושא בכובד ראש. אין קאווע שטיבל וועלן זיין וויכוחים איבער התגרות באומות און איבער יישוב ארץ ישראל, ווי אןיך איבער די ריכטיגע גירסא, צי איז עס "הלכה בידוע" אדער "הלא הוא בידוע" שעשו שונא ליעקב. איך האף נאר אז גענוג מענטשן דא וועלן שרייבן זייערע פרעדיקשענס, אז ס'זאן זיין אינטערעסאנט צו נאכזוכן אין די אלטע ארכיוון, זען וואס די "פריערדיגע" האבן געזאגט.


ס'קען פאסירן unpredictable changes ווי שוין פריער דערמאנט. די רעגירונג קען דראמאטיש שניידן פראגראמען פאר מוסדות און פאר יחידים. דאס ארימקייט וועט אזוי פאטשן אין פנים אז זאכן וועלן פשוט פונאנדערפאלן. אנדערע זאכן ווי למשל פארפלייצונגען, אדער ח"ו ערנסטע טעראר אטאקעס וכדו' קען מען אויך נישט פאראויסזען.

איך האב נאר געשריבן אויפן שפיץ גאפל, און נאר אלס חומר למחשבה. דער מענטש טראכט און גאט לאכט. אבער למעשה טראכטן מענטשן שטענדיג איבערן צוקונפט, אפגעזען צי ער האט א קאנטראל דערויף. עס וואלט מיר שטארק אינטערעסאנט געווען צו הערן די מיינונגען פון אנדערע חברי השטיבל איבערן דעם נושא.

דער אשכול פארמאגט 47 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר