צו וואס טויג דיר כפירה ?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2331 מאל

צו וואס טויג דיר כפירה ?

שליחה דורך נהורא נפישא »

זענען מאלפעס משוגע? רעלאטיוו צו אנדערע נידריגע בע"ח זענען זיי זייער פארגעשריטן, רעלאטיוו צו מענטשן זענען זיי שוין איינמאל משוגע ס'ווענדט זיך וואס די ערווארטונגען זענען, שטעלט אייך פאר א מענטש מיט אזוי פול שכל ווי א מאלפע, אבער למעשה פונעם מאלפע כאפן מיר התפעלות.
לענינו אז די גאנצע וועלט איז משוגע דאן איז נארמאל צו זיין משוגע.
כפירה איז א נארישע החלטה מאטיווירט דורך א נישט פראגמאטישן מאטיוו אויב אין דיין געזעלשאפט ברענגט עס דיר גארנישט
סקעפטיסיזם (לפסוח על שתי סעיפים) איז דער נאטורליכער מענטשליכער צושטאנד סיידן אויב געצוואונגען פארקערט, נישט נאר דאס ס'איז גאר די אידישע וועג צו גיין, די עבריים די בני ישראל און די יהודים האבן געהאט זייערע עליות וירידות משך די דורות, וינסו אותו זה עשר פעמים ביים דור המדבר, געווען עובדי ע"ז משך רוב תנ"ך יאהרן, אסימילאציע בימי עזרא, די מכשולות מיט וואס אינזערע גדולי האומה זענען דורכגעפאלן.
לדעתי קען נישט די רמב"ם מיט זיין י"ג עקרי אמונה מיינען אויסצושליסן סקעפטיסיזם אז יא וואלט ער נישט מחבר געווען די מורה פאר די נבוכים זאלן די אויסגעשלאסענע בלייבן אוועקגעפאלן אזוי אויך איז שווער צו גלייבן אז די רמב"ם וואלט אויסגעשלאסן די תנ"ך אידן בשעת ווען די תנ"ך אידען זעלבסט זענען די מאדעל וואס א איד איז,.
נאר וואס דען יעדער איד וואס איז אויפגעוואקסן מבטן ומלידה און א אידישע סביבה און איז נישט קיין תינוק שנשבה בין העכו"ם האט און זיך א אידישן פינק, א פינק וואס די אלע ספרי אמונה ודעות זענען דא אויפצופלאקערן
מ'קען נישט זיין קיין מאמין באמונה שלימה די גאנצע צייט מ'קען האבן אמונה שלימה און געוויסע צייטן אדער זיין א מאמין ואינו מאמין א גאנצע צייט, ווידער אום די גלויביגערס (פתי יאמין לכל דבר'ניקס) וואס טעהנ'ן אז מ'קען יא איז עס דערפאר וויל זיי וויסן נישט וואס צו גלייבן ס'איז מעשה קוף בעלמא.
אזא איינער וואס וויל אויסלעשן דעם פינק טוט ווידערשפעניגען אין זיין ערפארונג און טוט מורד זיין אין זיין נשמה.
במותא מנייכו דו כופר באלקי ישראל! לאז אפ ס'איז אימזינסטע שווערע ארבעט, צו וואס טויג דיר כפירה.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר