נולד מאוחר האט געשריבן:סגייט נאך א טריט ווייטער. ווען זיי קוקען זיך צי ווי די אינגער דור איז מחנך די קינדער, שרייען זיי איז עס א גוישע מהלך,אדער סטראשענען זיי אז די חינוך גייט בעקפייערן, די קינדער וועלן איסוואקסן געספוילטע מחצפים.
למעשה האבן זיי דען נישט קיין פוינט? עט ליסט מיט די צווייטט טענה?
נולד. איך זעה אז דו האסט נישט געכאפט זר'ס פוינט. ער האט נישט געזאגט (און קיין שום נארמאלער מענטש האלט דאס נישט.) אז מ'דארף אלעס, אויטאמאטיש נאכגעיבן פאר די קינדער. אבער ווען א קינד בעיט בתחנונים דארף א טאטע זיך קענען אריינלייגן אין זיין מצב אז ס'גייט איהם בנפשו. ספעציעל א טאלאנט וואס א קינד האט, דארף א טאטע דאנקען דעם באשעפער מיט וואס ער האט מחונן געווען זיין קינד און העלפן אויסארבעטן.
אינטרעסאנט צו פרעגן די קעסיא און טו-ווילער קאמפאניס ווער עס האט געקויפט זייערע סחורה דאן אין יענע צייטן ווען אלע עלטערן אין אמעריקע האבן פארבאטן די קינדער צו פארמאגן סיי וואס.
שמעקעדיג האט געשריבן:אינטרעסאנט צו פרעגן די קעסיא און טו-ווילער קאמפאניס ווער עס האט געקויפט זייערע סחורה דאן אין יענע צייטן ווען אלע עלטערן אין אמעריקע האבן פארבאטן די קינדער צו פארמאגן סיי וואס.
מסתם שרייבער'ס טאטע. האבן מיר שוין איינס. און ווער האט געקויפט די צווייטע? באגאבא'ס מאמע. דער חשבון שטימט.
אבער די מענטשן (פון די פריערדיגע דורות) וועלכע האבן קיינמאל נישט געשמייכלט צו זייערע קינדער, אדער געזאגט א ווארט פון התחזקות, האבן עס נישט געטון ווייל זיי האבן פאזיטיוו געגלייבט אז דאס איז דער ריכטיגער דרך, נאר מחמת חוסר ידיעה. אדער זענען געווען באהערשט פון אנדערע נעגאטיווע געפילן.
די גוטע חלקים פון די ערשטע גענעראציע פון די פאוסט מלחמה, ווי אויך און א געוויסען זין, זייערע קינדער די היימישע בעבי בומערס, וועט אינזער גענעראציע קיינמאל נישט קענען צוקומען צו צען פראצנט פון זייערס, אלעס א דאנק זייער מענטעליטי וואס עטס רייסטס אזוי ארינטער.
גאר און קורצן. א פופציג זעכציג יעריגער מענטש זאגט מיר, איי איי יאיי, דו היינטיגע דורות, ענטפער איך גלייך, יא, דו היינטיגע דורות וואס דו פריערדיגע דורות האבן מחנך געוועהזעהן, ער האט מיר געוואלט הארגענען.
לענינינו. די בעיבי באומערס זיי מאכען אן דו פראבלעמן, אבער ס'גייט זיך צירוק טוישען, מיט גוטן אדער שלעכטן צום רוטין. אזוי ווי דולה האט אראפגעלייקט, ווייל דו נעקסטע דור פילט נישט ווי דער טאטע איז עים מחנך לטובתו, נאר ער זאל זיך קענען אויפטוען מיטן זיינע קינדער פאר אנדערע. און ממילא און זיין פרעזענליכי לעבן האט ער נישט קיין אמת'ע אהבה צו זיין קינד, וועגן דעם איז מיט דער קינד געווארן וואס איז געווארן. משא"כ דו היינטיגע דור יונגעלייט גייען שוין יא אריין לייגען אהבה און כוחות מיט ליבשאפט צו זייערע קינדער, אן טראכטן וואס דער און יענער זאגט.
סאו וואט האט געשריבן:גאר און קורצן. א פופציג זעכציג יעריגער מענטש זאגט מיר, איי איי יאיי, דו היינטיגע דורות, ענטפער איך גלייך, יא, דו היינטיגע דורות וואס דו פריערדיגע דורות האבן מחנך געוועהזעהן, ער האט מיר געוואלט הארגענען.
לענינינו. די בעיבי באומערס זיי מאכען אן דו פראבלעמן, אבער ס'גייט זיך צירוק טוישען, מיט גוטן אדער שלעכטן צום רוטין. אזוי ווי דולה האט אראפגעלייקט, ווייל דו נעקסטע דור פילט נישט ווי דער טאטע איז עים מחנך לטובתו, נאר ער זאל זיך קענען אויפטוען מיטן זיינע קינדער פאר אנדערע. און ממילא און זיין פרעזענליכי לעבן האט ער נישט קיין אמת'ע אהבה צו זיין קינד, וועגן דעם איז מיט דער קינד געווארן וואס איז געווארן. משא"כ דו היינטיגע דור יונגעלייט גייען שוין יא אריין לייגען אהבה און כוחות מיט ליבשאפט צו זייערע קינדער, אן טראכטן וואס דער און יענער זאגט.
מיינסט צו זאגן אז פאלשע אהבה איז פונקט אזוי נישט גוט ווי נישט געבן אהבה בס"ה דארף מען וויסן צו געבן עכטע אהבה פאר'ן קינד גיט איך הער אבער פאלשע אהבה איז דאך בעסער פון גארנישט ולא פליגי