סופר ומונה האט געשריבן:[tag]טעפל[/tag], יצחק לאוויס פייסבוך און טוויטער זענען אנגעוויזן אונטער זיין בילד.
אויב אזוי איז שוין טאקע אן דבר אחר אינגאנצען..
יצחק לאווי האט געשריבן:שלום עליכם טייערע ידידים און פריינט , דא בין איך במלוא יפי והדרי, בשם המפורש, מיט אלע אינפארמאציע.
דא וועל איך שטיין אונטער מיינע מיינונגען, אלעס מיט מיין נאמען מיין בילד אן זיך באהאלטען אינטער מאדנע ניק-נעמען און אן מורא האבען פון די אייגענע שאטן.
ואליכם אישים שומרי משמרת הקודש אקרא, אז איר האט א פארבלעם מיט עפעס וואס איך שרייב, זייט מוחל הייבט אויף א טעלעפאן, שיקט מיר אן אימעיל, אינבאקס מיר אויף מיין פעיסבוק, שיק מיר א פאקס, שרייבט מיר א צעטל אויף א פאפירוס, שיק מיר א בריעף מיט א טייבל, שרייבט מיר אויף די פארע וואס זאמלט זיך איין אויף מיין פענסטער, קאנטעקט מיר עני וועג וואס עטס ווילסט, נאר מיט איין תנאי, אז איר חתמ'ט זיך אינטער מיט אייער פילער נאמן אן זיך באריפען עפעס א מאדנע פאשקיוויל אינטערשריפט נאמען. מיט 'היהדות החרדית', 'בני הישיבות', 'מרנן ורבנן', 'מקום חותם הבד"ץ', וועל איך נישט האבען צוטוהן.
נולד מאוחר האט געשריבן:על שם מי זשאן אסטריק?
סופר ומונה האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:על שם מי זשאן אסטריק?
http://en.wikipedia.org/wiki/Jean_Astruc
פון די ראשונים אין ביבל-קריטיק.
I'm back האט געשריבן:איך בין נייגעריג, זענען די נייע ניקס ניי צו קאווע שטיבל, אדער פלעגן זיו אלעמאל ליינען, און יעצט באשלאסן צו שרייבן אויך?