דא האט איר דעם וויקיפעדיע בלאט פון הנריק הכטקופף, דער מיסטיריעזער ארטיסט באהאלטן אונטער'ן "געמאלט: ה. הכטקוף" פון די מחניים "דערציילונגען פון צדיקים" קינדער ביכלעך.
פון אלס גאר יונג קינד בין איך געפאלן אין ליבע מיט זיינע מאלערייען. וויפיל לעבהאפט ליגט באהאלטן אין יעדע פון זיינע כאראקטערן.
דער איידעלער חסיד, דער שיינעדיגער רבי, דער צוקער זיסער יונגעלע. פונקטליך ווייסט ער ווען צו מאלן א גראבע משרתת, אדער א צארטע איידעלע פרוי.
זיינע מאלערייען וואלט געפאסט פאר א חסידי'שן דורכגעווייקטן איד. דער גראבער מגושמ'דיגער גוי, דער פארגרימאסנדער רויבער, א.א.וו.
זיינע סצענעס זענען קונסט ווערק, עס לעבט, און פארציילט די געשיכטע פון זיך אליין.
וויפיל פאנטאזיע א מענטש קען נאר אריינלייגן אין א בילד האט הכטקוף קונצליך באוויזן איבערצוגעבן פאר זיינע ליינער. ווי די שטעטלישע אידן הערן אויס דעם בעל שם אין "הירשל מיט די ציגן", דער בעל התניא און זיין ברודער דער שארית יהודה טובל'ען זיך אלס יונגע קינדער אין "דער ווייסער קוואל" א.א.וו.
אויך דארף אין אכט גענומען ווערן אז זיינע מאלערייען זענען היסטאריש אויסגעהאלטן. דער אראבישער סולטאן טראגט נישט דעם זעלבן טראגע ווי דער יוראפישער פריץ, רבי עקיבא זעט נישט אויס ווי רבי משה ליב סאסובער, די רוימער לויט'ן דעמאלטדיגן סטיל, און דאס איז נאך פאר דער וויקיפעדיע עפאכע.
אויך די ליבאוויטשער אדמורי"ם מאלט ער אקוראט לויט זייער ריכטיגער אויסזען.
ער איז אוועק מיט עטליכע יאר צוריק. זיין ממלא מקום סנחוב זלי האט נישט באוויזן צו ממלא זיין דעם געשאפענעם חלל.
יהא זכרו ברוך.