וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • סוכות תשע"ד

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • סוכות תשע"ד

שליחה דורך אבי גערעדט »

יעדע האלב יאהר, פסח און סוכות צוגלייך, קומען די אויסגאבעס ביים חרדישן ציבור ארויס מיט ריזיגע העווי-דוטי אויסגאבעס און ביילאגעס, ווער עס ווייסט אביסל מער פרטים וואס עס איז ערווארטעט אין די אידיש/ענגליש/היברו מארקעט איז מכובד דא צו מעלדן.

אזויפיל ליינעך דא אז דער היברו משפחה וועט האבן א באזוך מיט פשעווארסקע רבי שליט"א אויפן דעקל, און וועט האבן א ביילאגע איבער חרדישע גינעס ווארלד רעקארדס, און אויך א פרייען סידי
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

אויפמערזאקייט

שליחה דורך קאמענטירער »

די בלאט האט ארויס געלייגט א מודעה אז אזויווי עס ווערט ערווארטעט א פרגרעסערטע ביילאגע אויף סוכות און מיט אסאך ביילאגעס זאל מען אכטונג געבן בשעת׳ן אהיים נעמען אז די ביילאגעס זאלען נישט ארויספאלען
...
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

אונזער נעבעכדיגע אויסגאבעס אין אידיש
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

.
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

כבין נייגעריג אויב די וואך אדער אנדערע אויסגאבעס פרעגן רשות פון וועמען זיי לייגען ארויף אויפן קאווער?

אין מיין לעבן וואלט איך נישט מסכים געווען אז מזאל לייגען א בילד פון מיר אזוי אז מזאל קענען אפציילען וויפיל גאנצע ציינער כהאב אין מויל...
...
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

יעצט איינגעהאנדלט די סחורה, עס קוקט אויס אז 'בקהילה' געווינט דעם יום טוב די פארמעסט. א פונקטליכע באריכט וועט נאכפאלגן.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אה, מיין מיינונג'ס באריכט פון פסח ליגט נאך אין די ביינער
לאקינג פארווארד!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עמי זעהט נישט אויס צו אינטערסאנט
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קרעדיט: גרויזאמער פון אייוועלט

קול הקאסטומער'ס: מיר זוכן אביסל נארמאלערע לייען מאטריאל!

לכבוד כל האויסגאבעס כל אחד בשמו הטוב יבורך.

לכבוד דעם בעפארשטייענדן יו"ט סוכות ווען אלע אויסגאבעס און ליניעס פראבירן צו כאפן די העדליינס מיט מורא'דיגע אינטערסאנטע אויפטרעפן וויאזוי צוצוציען די ליינער און צוהערער, וועל איך דאסמאל פארכאפן דעם העדליין מיט גאר א אינטערסאנטע אויפטרעף, נעמליך איר - אויסגאבעס - זאלט זיצן אויפן שטיל דארט אונטן, און מיר קאסטומערס-וועלכע-קויפן-נישט-אייער-אויסגאבע וועלן זיך ארויפשטעלן אויפן פלאטפארמע, און אייך לאזן הערן אביסל פון אונזער זייט.

דעם גרעסטן טעות וואס איר מאכט, ליבע פארזאמעלטע אויסגאבעס, איז אז מיר אומקויפעדיגע קונדן זוכן עפעס ברעכעדיג, עפעס שרעקעדיג, דראמאטיש, באבמאסטיש. כאילו מיר זענען קינדערלעך אין חדר וואס דער לאנטש רבי קען האלטן שטיל בלויז מיטן דערציילן די שפאנענדע מאמענטן פון מאשקע אינעם גרוב.

אייערע דעקלעך זענען אנגעפילט מיט די שרייעדיגע העדליינס ווי: "ווען איין קראקאדיל האט באוויזן איבערצודרייען גאנץ וואשינגטאן די.סי." (נאר א משל). "אמעריקע איז אונטער שרעקליכע סכנה", ועוד ועוד. און אויב וואנדערט עפעס א זאכליכע ארטיקל אריין דא און דארט ווערט עס בכלל נישט דערמאנט אויפן דעקל. וזה פשוט.

די קשיא וואס איר שרייט זייער הויך, און איר כאפט ניטאמאל אז איר שרייט עס, איז: פארוואס גייט נישט אונזערע אויסגאבעס? פארוואס איז די לייען אינדוסטריע אזוי אין דער ערד?

די קשיא ווערט געשריגן זייער הויך דורך אייער גרעפיקס וואס ווערט שענער און שענער, דורך די פאפירן וואס ווערן דיקער און דיקער, דורך פרישע אויסגאבעס ארומגעוויקלט מיט פלאסטיק וועלכע פארמאכן זיך נאך 2-3 מאל ערשיינען. מען זעהט ווי איר קלאמערט זיך נעבעך אויף די לייטער, איר פראבירט נאכאמאל און נאכאמאל, מעגליך דאס וועט ארבעטן, מעגליך דאס...

קיינער ווי איר אליינס שרייט דאס נישט אזוי הויך: קאסטומערס! מיר מאכן אלעס אזוי שפאנענד און שרעקעדיג, נעגאטיוו און דראמאטיש, אומגלויבליך און ברעכעדיג, פארוואס קויפט מען אונז נישט?

דער תירוץ איז "נישט" קיין רוחניות'דיגע אז מען קויפט נישט קיין "אומאויסגעהאלטענע אויסגאבעס". דער תירוץ איז פשוט - איר זענט גרייט צו הערן חשוב'ע פארזאמעלטע? - דער תירוץ איז: שטעלט צו חומר וואס ברענגט כבוד ווען מען ווייסט עס!

איר פארשטייט? שטעל דיך פאר איך כאפ א היטש מיט איינעם, און איך זוך פון וואס צו רעדן, געב איך אים אזא פרעג: האסט געזעהן די ארטיקל מיט די 10 גרעסטע היימלאזע פארשוינען? וואס זאגסטו צו פארשוין נומער 6 מיט די שנאוץ העכער די אויגן? הא?

עס קומט נישט דא אריין אידישקייט און נישט-אידישקייט, עס איז וויסענשאפט, זאל עס זיין סעקולערע אויסגעהאלטענע וויסענשאפט און היסטאריע, זאכן וואס בויען אויף די מח און וואס העלפן ארויס אויפן צוקונפט אין וואס אימער, זאל עס זיין אידישקייט, זאל עס זיין ביזנעס, פראטיק, און אלעס ווייטער.

"וואס", פרעגט איר? איר דארפט מיך האבן? גייט אביסל ארויף - צום ביישפיל - אויף וויקיפעדיע און טוט אייער היים ארבעט דארט! איך קען אייך נישט העלפן, וועט איר האבן אזאלכע סארט גוטע ארטיקלעך וועט איר זוכה זיין צו אונז אלס קאסטומערס!

מיר, קאסטומער וועלכע קויפן נישט אייער אויסגאבע, קויפן עס נישט ווייל עס איז דום! נאריש און אבסורד! מיר שעמען זיך צו שפאצירן דערמיט אין גאס! ווען מען קויפט עס יא וועט מען עס נעמען אין א שווארצע שאפינג בעג!

מיר וועלן גאר שטארק עפרישיעיטן זאכליכע ארטיקלען וועלכע קען נאכגעזאגט ווערן בדרך כבוד פון ערוואקסענע צו ערוואקסענע, נישט פון ערוואקסענע צו קינדער, און נישט פון קינדער צו ערוואקסענע.

זוכט נישט גארנישט צו ברעכן, מאכט אונז נישט פילן ווי צעהיצטע בחור'לעך אין די וועד שמחת רבינו, מיר זוכן רואיגע געמיטליכע תוכנ'דיגע ארטיקלעך.

יישר כח!

(ביטע נישט דערמאנען קיין שום אויסגאבע -אפילו בדרך רמז - אין דעם אשכול, עס איז בכלל נישט דאס דער ציל).
וירח ה' את ריח הניחוח
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

המגזין - אנליין מאגאזין פון בחדרי חרדים

שליחה דורך שרייבער »

המגזין - אנליין מאגאזין פון בחדרי חרדים

איך האב באמערקט אויף די סייט "בחדרי חרדים" אז זיי האבן צוגעלייגט א נייע זאך "המגזין".

מעגליך ס'יז אן אלטע זאך, אבער איך האב דאס הערשט יעצט באמערקט, ס'קוקט מיר אויס ספעציעל געמאכט לכבוד יו"ט ווען יעדער אויסגאבע קומט ארויס מיט גרעסערע און אונטערסאנטערע ביילאג'ס ספעציעל לכבוד יו"ט.

"המגזין" איז א אנליין מאגאזין, אין וועלעכע איר קענט מיטן מאוז מישן די בלעטער פון איין ארטיקל צום צווייטן און דארט קליקן אויפן ארטיקל צו באקומען דעם גאנצן ארטיקל. די גראפיק חלק גלייך איך זייער שטארק, די ארטיקלן האב איך אפרשטייצעך נאכנישט געליינט.

נאך א מעלה וואס עס האט איבער אנדערע אויסגאבע'ס (און צוגאב צו לאזן קאמענט'ס) אז מ'קען לייגן אונטערסאנטע ווידיאו קליפס אלץ אן ארטיקל... א שטייגער ווי המגזין האט אלץ איינע פון זייערע ארטיקלן א הערליכע 35 מינוטיגע קליפ פון הגאב"ד עדה החרדית און אב"ד סאטמאר י"ם רבי משה ארי' פריינד זצ"ל, די לעצטע יאר פון זיינע הקפות פאר 17 יאר צוריק. די קליפ איז גענומען געווארן דורך אן ערלית פונעם ווייבער שוהל. מ'זעהט די טאנצן, דעם רב זאגן די הקפות, דאס זינגען די חרדים, אידן ווישן זיך די שווייס, בחורלעך מאכן לופט מיט זייער הוט'ל, וכדו'. זייער אינטערסאנט.

אדער א שטייגער זיין ארטיקל מיט יוסף משה כהנא און הערשל בריסק איבער די "לחיים טיש" פראיעקטן, האט ער דארט אונטערסאנטע קליפס. סיי א אינטערוויו מיט זיי און סיי אל אלטע קליפ פון יוסף משה, מונה, ירמי' דמן און שלמה ארצי אין סטודיאו.


נאדיר די לינק צום "המגזין".
http://www.bhol.co.il/articlecarousle.a ... leid=59233


(קרעדיט: צייטליך איי וועלט)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יעצט געענדיגט ליינען די "100 תעלומות ומסתורין יהודיים" פון בקהילה
הערליך
Under influence
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

בכל קוראינו אליו.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

וועמעס פרצוף איז דארט?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איר זענט גערעכט, די בקהילה מיטן מיליטאנטישן פירער פון די ליטווישע בני יואל, נאכדערצו געשריבן דורכן הפלא'דיגער בעל דמיון און גאר טאלאנטפולער מטורף יעקב ב' פרידמאן, האט מיר געגרוילט, אבער אז קאווע זאגט אז עס איז גוט שטאפט מען צו די נאז און מען קויפט בקהילה.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

הכנעני החתי האמורי הפריזי....
כ'האב נסיונות פון גיאות..

די כתבות אויף גדולי ישראל ליין איך ניטאמאל, אחוץ ווען כ'קען יענע חצר פון דער נאנט, איז עס געשמאק צו ליינען, ווייל ס'ברענגט צו אשפ"ג'ען אויף גאר הויכע טענער.
צוריקומענדיג נעכטען פון א ליל שישי פארברענג, בערך 1'זע, בין איך אריין אין געשעפט, מיט אן הונגעריגע גוף און נשמה, זיי האבן נאר געהאט די בקהילה, האב איך יענץ געקויפט.

פאר מער דרוקט דא שנשמע ונתבשר בשורות טובות
Under influence
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

א שנעלע איבערבליק פאר די וואס ווילן וויסן וואס צו קויפן. בקהילה, האט שוין ווי געשמועסט, געווינען ביג טיים. א נישט פאליטישער ארטיקל אויף הג"ר שמואל אויערבאך, א שיינער פראפייל אויפן הרה"ק מטאהש שליט"א, א אונטערוויו מיט גי' שוטנשטין דער נדבן פון די ארטסקרול גמרוןת און נאך; דער ספעציעל היסטארישע מוסף צום 30'טן יארטאג פון גרינדונג פון די ש"ס פארטיי, מיט זאפטיגע אנאליזן פון דעם וועלט בארימטן שרייבער יעקב ריבלין; דער מוסף איבער די 100 אידישע מיסטעריעס איז גאר אינטערעסאנט און רייך; א גליון תורני.

משפחה האט מיך שרעקליך דיסעפוינטעד, דער פרופייל אויף פשעווארסקער רבי'ן איז גארנישט ספעציעל, יעדע יו"ט א אנדערע רבי מיט די זעלבע גוזמאות נאר ארומגעטוישט די נעמען פון יענעם רבי'ן און זיינע גבאים; א אונטערוויו מיט רובאשקין וואס איז שוין אויסגעדראשן פון יעדן אספעקט; די מוסף סיפורים איז יא אינטערעסאנט אזוי ווי תמיד; דער לעילא ולעילא מוסף פארשעמט די ביז יעצטיגע על דא ועל הא און פה ושם, אנדערש ווי די פאריגע צוויי וועלכע זענען געווען אינפארמאטיוו איז דער יעצטיגער מוסף סתם הוילע דמיונות אדער פאלטשע פאקטן, די איבריגע זענען איבערגעקייטע אינטערוויו'ס מיט מענטשן וואס זענען שוין געווען באשריבן הונדערט און איין מאל; דער קולמוס איז גוט; דער מוסף פון ניגונים פון עולם הליטא איז חוץ ר' אביש בראדט'ס אונטערוויו נישטא קיין סאך צו ליינען.

המודיע האט ממש נישט קיין חידושים חוץ זייער מוסף פון סיפורים.

המבשר האט זיך גאנץ שיין צוגעשטעלט דעם יו"ט מיט אפאר רייכע מוספים, 10 סטאנציעס ארום די וועלט ווי זיי האבן פאקטיש אריבערגעשיקט שרייבער (די געדאנק כשלעצמו איז שוין נישט קיין חידוש, אבער דאך איז דא אינטערעסאנטע פאקטן און געשעענישן צו ליינען); דער גליון תורני קוקט אויס גוט; אזוי אויך דער מוסף אויף אכט דערהויבענע אידן פון ארה"ק פון גאנץ באוויסטע אידן זייער שיין באשריבן.

שעה טובה איז א שאד צו קויפן.

א בליק האט צוויי זייער גוטע ביילאגעס, איינס פון בעסטע בילדער פון זייערע פאטאגרעפערס איבער די יארן, און איינס "זכרתי לך חסד נעוריך" פון אדמורי"ם אין זייערע אינגע יארן וואס פארמאגט אסאך היסטארישע בילדער.

די וואך האט אויך ארויסגעגעבן צוויי געלונגענע אויסגאבעס, איינס "די פרנסה" באשריבן א שיינע צאל אידישע געשעפטן באגלייט מיט בילדער, די צווייטע איז חלק ב' פון בילדער פון די ערשטע יארן אין אמעריקע ביז תש"ס היסטארישע רבי'שע בילדער.

דער איד, בלאט און צייטונג איז מיר נאכנישט אויסגעקומען צו באטראכטן.

גוט יום טוב.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

Ami?
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
פארשפארט