שמעקעדיג האט געשריבן:יא, איך בין מודה אז עס איז נישט אייגענס, עס איז שוין געווען מונח בזכרוני (כמונח בקופסא) כאטש כ'האב נישט געדענקט דעם מקור, קרעמער'ס זיידע.
בכלל ווייס איך נישט וואס יואב ציהלט מיט שמעקעדיגס אייגענארטיגע סחורה. עפעס שמעקט נישט גוט דא... יואב רעדט? דער מייסטער שרייבער און הומאריסט, וואס יעדער זאץ זיינע צעשטורעמט פאר געלעכטער? רעד וועגן אייגענארטיג!
שמעקעדיג ווי אייביג קען נישט אראפשלינגען א קאמפלימענט אן צוריקווארפן. ס'גארנישט, איך נעם דאס גערן אן. מ'זאגט דאך אבער יעדן טאג (די וואס זאגן) 'ותן חלקינו בתורתך'. קיינער קען נישט צו'גנב'נען א צווייטענס חידושים. להבדיל ביי דברי חולין איז דאס זעלביגע. נישט מארק טוועין, נישט געפילטע, נישט קאווע זויפער, נישט געציל משה, נישט בנימין, און אפילו נישט קופי. קיינער קען נישט גנב'נען א צווייטענס סחורה.
כלפי 'אייגנארטיג' איז אזוי. היות כ'האב שוין בא'טיטול' דעם וואן ענד אונלי 'געפילטע' מיטן וואן ענד אונלי טיטול, האב איך נישט געוואלט שרייבן דער סעקאנד ענד אונלי 'שמעקעדיג'. האבן מיר געזוכט אן אלטערנאטיוו. דערנאך האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז ממש מן השמים געוועזן. שטעל זיך פאר איך וועל יעצט ברויכן שרייבן אויף 'קרעמער' טהערט ענד אונלי. די גראמאטיקער וועלן מיר באזינגען, און איך וועל באלד אויסלויפן פון נומערן. מילא אין דער צייט וואס 'א גוי' וואלט זיך ווען געקלאפט אין פלייצע, האב איך אלס איד זיך געגיבן אן עצה. וויאזוי זאגט נאר מאטי? א איד צו זיין איז גוט. המממ.