פארוואס קומט פאר אזוי ווייניג גיטין?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 663
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 534 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
פארוואס קומט פאר אזוי ווייניג גיטין?
אין ליכט פון [tag]שמעקעדיג[/tag]'ס דריי בלעטער'דיגן אשכול "פארוואס קומט פאר אזויפיל גיטין", האב איך באשלאסן פונקט ווי א שלום בית קאנפליקט ברויכן ביידע זייטן אייניג רעפרעזענטירט ווערן, איז נישט מער ווי יושר א בליק צו טאהן פונעם פארקערטן פערספעקטיוו--טאקע איבערן סאמע זעלבער פראבלעם. נעמליך, "פארוואס קומט פאר אזוי ווייניג גיטין".
ס'איז גלוי וידוע לכל דאס ביטער הייראט לאגע אין וועלעכע פילע אנ"ש זענען פארזינקן, ביודעים ובלא יודעים. ס'דרייען זיך אינערהאלב די געציילטע היימישע זיפקאודס הונדערטער אויב נישט טויזענטער יונגעלייט, וועמענס שלום בית שטייט זיי כחרב פיפיות על צווארם. טייל זענען לגמרי נישט צופרידן מיט זייערע ווייבער, דהיינו ס'איז פשוט און פראסט געוועזן א מקח טעות מעיקרא; און אנדערע זענען נעבעך אריינגעפאלן מיט אן אשה רעה, וואס דערויף האט שוין שלמה המלך מעיד געוועזן ס'איז מר ממות. דאס זעלביגע שפילט זיך אפ אריבער דעם עזרת נשים. פילע אומשולדיגע מיידלעך ווערן אפט פארזאלצן מיט געמיינע רשעות'דיגע מענער, און זענען ווי פאראורטיילט צו א פיינפולער הויז ארעסט אן א וועג ארויס.
יעדער ווייסט פון לפחות עטליכע וועלעכע מאכן דורך אזא גיהנם, און שפירט אז מיט ארויס לאזן קרעכציגע לויזנגן, מיטן פראגראמירטן ענדונג "אוי, משיח דארף שוין קומען", האט זיך דער קעיס מער ווייניגער געשלאסן. יא, 'קיינער לעקט נישט קיין האניג אויף דער וועלט' פראבירט מען צו טרייסטן די אייגענע געוויסן, 'יעדער האט זיך זיין פעקל' זיגלט מען דעם שמועס. דער עולם האט פארשטענדעניש און מיטגעפיהל צו נאנטע וועלעכע מאכן מיט, און ליתר שאת רעקאמאנדירט מען זאכליכע, צו זינלאזע הילף'ס מיטלן. אבער ווען ס'קומט צום סאמע ענדגילטיגן לעזונג פילע וואלטן געקענט האבן, הייבט מען הענט ווי שלאנג געביסענע. " א גט? חס ושלום. מ'טאר זיך נישט גט'ן". אנדערע וועלעכע האבן געמאכט אזא עירוב תבשילין פאטענט מיטן "אסור לקדש אישה עד שיראנה" גמרא, וועלן זיין די ערשטע אויפצוברענגן דעם גמרא פון "מזבח מוריד עליו דמעות".(ואס דערויף האט שוין א חכם געזאגט ''בעסער אז דער מזבח זאל וויינען ווי איידער איך זאל וויינען'').
אז מ'צונעמט די זאך און מ'קוקט לגופו של ענין איז דער מהלך אונזערע ממש מבהיל על הרעיון. דהיינו מ'זאל ענדערש לעבן זיבעציג ביטער שווערע יארן, ווי איידער מ'זאל זיך 'חס ושלום' גט'ן? אזא מהלך איז דאך מופרך מעיקרא!
און בכלל וואס איז דאס 'יענער האט זיך נעבעך ג'גט'? האו עבאוט 'יענער איז נעבעך אריינגעפאלן'? ווי [tag]יואב[/tag] האט באהויפטעט אין אן אנדערן אשכול. די תורה האט פאר איינעם קאמפאזירט אזא המצאה פון וכתב לה ספר כריתות. ס'איז א העכסט נארמאלע זאך אז צוויי הונדערט פראצענטיגע נארמאלע מענטשן זאל נישט קענען לעבן צוזאמען, ספעציעל נאך אזא וועג וויאזוי אונזערע שידוכים גייען צו.
פון די הויפט פאקטארן ס'האלטן צוריק אנגעזאלצענע פון זיך גט'ן, איז צוליב די פאלגענדע צוויי סיבות.
א'. סטיגמא פון זיין א גרוש. א שווארץ געזיגלטן קאטעגאריע, אין וואס דורכשניטליכע מענטשן פארכטן זיך אריינצופאלן. דהיינו ס'איז דא די פארהייראטן קלאס, און דאן איז פארהאן "די גרוש" קלאס. טאקע א טלית מיט א שטרימל קען ער טראגן, ס'טייטש מ'האט זיי נישט ממש קאנפיסיקירט דעם פארהייראטן יוניפאורם, אבער פארט איז ער א "גרוש". א לעיבל וואס ווערט פון זיך אליינס דעפענירט אלס שטארק נעגעטיוון פראדוקט.
ב'. שווערעקייטן פון טרעפן א שידוך בזיווג שני כידוע לכל.
און די ביידע זאכן זענען אויך נאר א תוצאה פון אונזער קראנקן סיסטעם אז "מ'טאר זיך נישט גט'ן''.
טראכט אריין. די מינוט גיטין וועלן אנשטאפן די שווערע שלום בית לעכער, און עס וועלן זיין אסאך מער היימישע יונגעלייט גרושים, וועט אוטאמאטיש אוועקפאלן דאס סטיגמא פון זיין א גרוש כמובן.
ווי אויך וועט ווי פארשטענדליך זיין פיל גרינגער צו טרעפן א שידוך בזווג''ש משתי סיבות. קודם כל וועט נישט זיין ס'זינלאזער איינרעדעניש וויבאלד מ'איז א גרוש/גרושה 'מוז' דאך זיין אז 'עפעס' איז ראנג מיט אים/איר; ווי אויך איז דאך פשוט אז וויבאלד ס'וועט זיין א פיל גרעסער אויסוואל וועט דער פעלד פון שידוכים זיין פילפאכיג ברייטער, און אין מערערע שטובער וועט מען קענען זינגן מיט פרייד דעם 'אשת חיל'.
כמובן צילט דער אשכול אין פאל ס'איז נאכנישט דא קינדער, איינמאל ס'דא קינדער איז עס פילייכט גאנץ א צווייטער פרשה. אבער ס'איז פארהאן גענוג און נאך אינגעלייט וועלעכע פארמאגן א געלעגנהייט זיך צו גט'ן בעפאר ס'דא קינדער.
ודאתינן להכי, טרעפן מיר זיך ווידער ביים אויבנדערמאנטן שאלה: ''פארוואס קומען פאר אזוי ווייניג גיטין''?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אליצפן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
דאס אז קינדער ווערן אפעקטירט פון גטין איז אויך נאר א תוצאה פון די סביבה, נישט קיין הכרח מצד עצמו. פוק חזי ביי די גויים, א ריזן עולם גט זיך, און עס וואקסט נישט אויס א דור וואס האלב דערפון איז געדעמעזשט "ווייל זיי קומען פון א גע'גט'ע שטוב". עס איז א פאקט אין לעבן, מען איז צוגעוואוינט דערצו, און אנדערש ווי ביי אונז וואס מען מאכט פון יעדן גט א טאראראם און מחלוקת עד לב השמים, ווערן א ריזיגע פראצענט שיידונגען ביי די גוים אויסגעפירט אויף א פרידליכן אופן, מיט ריזאנעבל אפמאכן בנוגע קאסטאדי און עקספענסעס, כאטש עס קאסט מסתמא שברון לב, עטליסט אביסל, הגם אין אנדערע פעלער בלייבן זיי אפילו גוט, דאס אז מען קען נישט לעבן צוזאמען ווי א מאן און ווייב מאכט זיי נאך נישט אויטאמאטיש פאר שונאים, דאך איז מסתבר אז עס ברענגט פיל מאל בייז בלוט, מיט דעם אלעם איז מען זיך מסדר אויף א נארמאלן אופן און דאס לעבן פארט ווייטער.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 663
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 534 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
דעת תורה האט געשריבן:דאס אז קינדער ווערן אפעקטירט פון גטין איז אויך נאר א תוצאה פון די סביבה, נישט קיין הכרח מצד עצמו. פוק חזי ביי די גויים, א ריזן עולם גט זיך, און עס וואקסט נישט אויס א דור וואס האלב דערפון איז געדעמעזשט "ווייל זיי קומען פון א גע'גט'ע שטוב". עס איז א פאקט אין לעבן, מען איז צוגעוואוינט דערצו, און אנדערש ווי ביי אונז וואס מען מאכט פון יעדן גט א טאראראם און מחלוקת עד לב השמים, ווערן א ריזיגע פראצענט שיידונגען ביי די גוים אויסגעפירט אויף א פרידליכן אופן, מיט ריזאנעבל אפמאכן בנוגע קאסטאדי און עקספענסעס, כאטש עס קאסט מסתמא שברון לב, עטליסט אביסל, הגם אין אנדערע פעלער בלייבן זיי אפילו גוט, דאס אז מען קען נישט לעבן צוזאמען ווי א מאן און ווייב מאכט זיי נאך נישט אויטאמאטיש פאר שונאים, דאך איז מסתבר אז עס ברענגט פיל מאל בייז בלוט, מיט דעם אלעם איז מען זיך מסדר אויף א נארמאלן אופן און דאס לעבן פארט ווייטער.
הונדערט פראצענט אמת! עס איז נאר מחמת אונזער קולטור אז א גט ווערט אזא ווייטאגליכע זאך, און אזוי פיינפול פאר די קינדער. ביי א גוי איז א גט פונקט ווי ווען מ'פארלירט א פאמיליע מיטגליד, אוודאי איז מען טרועריג, און אוודאי טוט עס וויי, אבער עס איז ווייט נישט דער גרויסע מאנסטער וואס עס איז ביי אונז יודן, און די קינדער שאט עס ממש גארנישט בדרך כלל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 663
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 534 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
moti107 האט געשריבן:פינעף און ניינצוג פראצענט היימישע קאפלס זעען צוויי רויטע סאלידע ליניעס ביז צוויי חדשים . נו פון וועלכע רעדסטו? פון די פינעף פראצענט בוני עולם קאנסומערס?
גאר אסאך היימישע קאפלס נעמען היינט ב''ק די רגע מ'זעט אז דער שלום בית איז נישט אזוי פוגל'דיג, די רבנים און עקספערטן שטיפן היינט זייער שטארק פאר דעם.
ביודעי ובמכירי קאמינא.
- באגאבא
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 21
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 8:40 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
א גיטן מועד אליצפן
אלטס איינער וואס פארמאג אפאר גרישים און דע משפחה פארשטיי זייער גיט דיין נקידה אבער איך מיין די ביסט נישט גערעכט
קודם כל פארשטייסט אליין אז מען קען נישט צאמנעמען דע אלע וואס מיטשען זיך מיט שלום בית זיך צי גט'ן ווייל אזוי וועט זיין געניג גרישים
נאכדיעם דע עצם זאך פין דורך גיין א גט טיט צרידערן דע קינדער אפילו אזא יונגער עיזש פין 6 יאר ביודעי ומכירא ,אזוי אויך ביי אינזער עולם (אפשר ביי אנדערע קרייזען אויך )ליידער ביי יעדע גט הארגערט מען זיך ווי חיות אין דע גאנצע זאך גייו אריין און נצחון קיינער טראכט לייידער נישט דער וועגען תכלית פין דע קינדער נאר ווי אזוי זיך גרויס צי מאכען און יענעם ציקלאפען

- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

ביי די שלעכטע גוים איז טאקע דא וואס מאכן א מסיבת גירושין, קען מען טאקע מאכן די זעלביגע ביינונז אויך. די פעטערס פון אויסלאנד וועלן באקומען עידי כתיבה, די מחותן'ס חבר און די מומע'ס מאן בזיווג שני וועלן באקומען עידי מסירה, מ'וועט מכבד זיין כ"ק מרן אד"ש מיט קריאת הגט, דעם דיין שליט"א מיט קריעת הכתובה, דעם קינדערלאזע קאזין מיט קוואטע, און די איבעריגע שוואגערס מיט עמידה לברכה און חייקה. די שטאט וועט זיין צופרידן, דאס געוועזענע פארפאלק וועלן זיך גלייך איינשרייבן ביי די שדכנים שניים זאלן זיי עפעס אנטראגן עפעס לפי מעשיו, חאצקל הייבט אן שמח תשמח, דער חתן בחור ווערט מכובד מיט בענטשען, (חלילה נישט פארגעסן אויסצולאזן "את אשתי" ביים הרחמן) און מ'שיקט זיי ביידע אהיים מיט לעמבערזינס. מזל טוב!
----
יואב, וויפיל מאל א טאג טוישטו זאקן, כ'מיין אוואטארס?

- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
שוין איך האב זייער ליב יואב'ס אוואטאר. נעקסטע מאל מ'וועט מיר דא טשעפענען אז איך האב רויטע וואנצעס (יו נא הא יוא אר, סאקעס) וועל איך זיי שיקן צו יואב. זיין בארד, פנים, נאז, אפילו די הערנער זענען רויט. זעהט אויס ווי א געשטאפטע קאפ פון א געוועזענע בול פון די שפאנישע געלויפעכטס.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
סאשי פיש האט געשריבן:[tag]יואב[/tag] וואס זוכסטו?
וואס זאל זיין אין די בילד?
דארפסט א gif?
כ'ווייס נישט וואס ס'קען זיין גוט פאר יואב. אפשר א פיילן בויגן אבער נישט אזאנס מ'זאל מיינען ס'איז עשו? בעהטן איינער זאל צובינדן מיין שיך און האלטן א שווערד אין מיין האנט? גיי ווייס פארוואס כ'האב בכלל אויסגעוועלט דעם נאמען. עפעס א שיגעון דאן אנגעכאפט. שוין, אפשר קענסט מיר טרעפן עפעס אן אפגעפליקטער איד'ל מיט אן אויפגעבלאזנעם שטויביג שטאפענע הוט, פיאות פארדרייט ווי א הונגעריגן שלאנג האלב ארויפגעדרייט אויפן אויער, גרויע בארד מיט אן אומבאלימפערט הענגעדיגן קנאבל, און טינקט איין ספאנדש קעיק אין שליבעוויץ ברוינפן.
- חכם באשי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 151
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל
יואב האט געשריבן:סאשי פיש האט געשריבן:[tag]יואב[/tag] וואס זוכסטו?
וואס זאל זיין אין די בילד?
דארפסט א gif?
כ'ווייס נישט וואס ס'קען זיין גוט פאר יואב. אפשר א פיילן בויגן אבער נישט אזאנס מ'זאל מיינען ס'איז עשו? בעהטן איינער זאל צובינדן מיין שיך און האלטן א שווערד אין מיין האנט? גיי ווייס פארוואס כ'האב בכלל אויסגעוועלט דעם נאמען. עפעס א שיגעון דאן אנגעכאפט. שוין, אפשר קענסט מיר טרעפן עפעס אן אפגעפליקטער איד'ל מיט אן אויפגעבלאזנעם שטויביג שטאפענע הוט, פיאות פארדרייט ווי א הונגעריגן שלאנג האלב ארויפגעדרייט אויפן אויער, גרויע בארד מיט אן אומבאלימפערט הענגעדיגן קנאבל, און טינקט איין ספאנדש קעיק אין שליבעוויץ ברוינפן.
אה, דער ביזטו גאר?! כ'וואלט ענק נישט צאמגעשטעלט, אבער אז מ'רעדט שוין, בינדט צו די האלבע הויזן בענדלעך, איר קענט נאך אומפאלן, חלילה.
אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
פאר די וואס האבען מורא צו געבן א גט ווייל די כתובה קאסט אסאך וויל איך זאגען אז אין ריעלעטי געט מען נישט קיין כתובה און מצרייסט נישט קיין כתיבה, לא דובים ולא יער
(ויש נוהגים צו בעטן געלט פון די פרוי אנשטאט געבן, יעדער זאל פרעגן זיין דיין וויאזוי סאיז די מנהג)

דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.

- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
איך מיין דער קעפל פון אשכול איז פון צעהן יאר צוריק, ווייל לדעתי אז א יונגערמאן האלט זיך ביים שיידען, היות ער קען נישט וואוינען מיט זיין פרוי, וועט זיך אפ'גט'ן סאך שנעלער היינט צו טאגס, ווי פאר צען יאר צוריק, א הייניגע יונגערמאן זאגט פאר זיך אליינס "א געשעפט האב איך מיט יעדעם איינעם, איך קען נישט אזוי וואוינען, ס'גייט מיר נישט נישט אן וואס דער אדער יעדער וועט זאגען".
נאר דער פראבלעם איז אז עס דורט זייער לאנג ביז ער גט זיך, היות ער איז נישט סטעיביל, ער האט נישט קיין געהעריגע פרנסה, אדער געלט, וכיוצ"ב אין דאס האלט איהם צוריק, ווען נישט דאס וואלט ער שוין פון לאנג געזאגט א כפרה מיטן גאנצע מעשה.

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
במציאות זייער אסאך אדער 95% וואס גט'ן זיך לעבן מיט די זיווג שני אויך נישט גוט און מ'בלייבט וואוינען מיט איר ווייל פאר די צווייטע וועט שוין דעס אויך גוט זיין מ'וועט שוין דורך שטיפן נא אי הכי לוינט זיך שוין צו בלייבן מיט די ערשטע
קען זיין ווייל ס'איז דא ווייניג גיטין איז נישטא די צווייטע מאל אן אויסוואל אבער איינמאל ס'וועט זיין מער גיטין וועט זיין א גרעסערע מארקעט דעמאלס וועט אויטאמאטיש ווערן מער גיטין...
קען זיין ווייל ס'איז דא ווייניג גיטין איז נישטא די צווייטע מאל אן אויסוואל אבער איינמאל ס'וועט זיין מער גיטין וועט זיין א גרעסערע מארקעט דעמאלס וועט אויטאמאטיש ווערן מער גיטין...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
גאנצל האט געשריבן:במציאות זייער אסאך אדער 95% וואס גט'ן זיך לעבן מיט די זיווג שני אויך נישט גוט און מ'בלייבט וואוינען מיט איר ווייל פאר די צווייטע וועט שוין דעס אויך גוט זיין מ'וועט שוין דורך שטיפן נא אי הכי לוינט זיך שוין צו בלייבן מיט די ערשטע
קען זיין ווייל ס'איז דא ווייניג גיטין איז נישטא די צווייטע מאל אן אויסוואל אבער איינמאל ס'וועט זיין מער גיטין וועט זיין א גרעסערע מארקעט דעמאלס וועט אויטאמאטיש ווערן מער גיטין...
'במציאות', '95 פראצענט', אויף וואס זענען אייערע קלארע שאצונגען באזירט?