על דא ועל הא

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

על דא ועל הא

שליחה דורך פרישער »

איך זעי דעי אלע בילדער וואס קימען אן אהיים פון דעים הייליגען מקום אומאן, וואס איך זעי איז בלויז קול ענות אנכי שומע, איך זעי נישט קיין זיק קדושה, קיין כל שהוא ערענסטקייט, קיין משהו יראי שמים, וואס איז קלאר ווי דער טאג איז אז דער עולם איז דארט צילאזט עד רים המעלה, אנגעשאשקט מיט אלע ערליי דערהייבינגס מיטלען, דעי סדר הזמן פארשטיי איך נישט ווען לאזט זיך דער עולם ארויס און דעי טענץ, איז דאס מוצאי שבת, צו זענען זיי אלע געוועין זאָבּער ביז דאן, זענען זיי אלע דריי טעיג געוועין ביים תהילים'ל און תיכף ביי צאת הכוכבים פליקען זיי אויף דו אלע מיני בּשָמים, אדער איז דעיס ביים אנקומען קיין אומאן, און גאנץ ר"ה זענען זיי הויעך, אולי זענען דו מחמירים יוצא ביידע דיעות, אזוי צו אזוי פארשטיי איך יעדע לאהז וואס פִּילגרימט קיין אומאן, פארוואס דען נישט ער מאכט א חיים טובים דארט, דראגס איז ליגאל, מען איז בשמחה מבואו ועד צֵיתו, מען איז לא ידע בשיכבו ובקימו, און עֶז עֶי בָּאנוס, פליעט מען ארויס פון גיהנום מיט א וויילד קאַרד, דורך דו פֵּיאות, וואס א גרויסע פראצענט האט ניטאמאל, ועל ראשם קיקט זיך קִדשָה בּריך הוא צו מיט זיין פמליא, צינעזאם מיט רבי נחמן און ער שעפט גויפענעס נחת פון דו הייליגע טענץ, און זאגט זעיט עץ מיינע קינדער זענען אזוי פריילעך, זיי זענען מיך אזוי שיין ממליך, אריין אינעם ווייסען בִּיך לחיים טובים אריכים ולשלום, און איך גאַר שטארק אז זיי זאלען זיין ציריק לשנה הבא.

פארוואס זעיען מיר נישט דו בילדער פון דו טויזענטער קלאָמפּעֶרשטע נארמאלע מענער וואס פירען זיך יא אויף כדרך אנישו, מיט אביסל כבוד הבריאות, דו אלע וואס זענען אינעם ערעפארט מיט בלינד מאכער געצייג, ווי זענען דו אלע גארבידש בעג אידען, ווי זענען דו צוויי בחורים מיט דו אראבער שמאטעס מיטן ביבער היט דערוף אזוי ווי האָמפּטִי דאָמפּטִי זיי זאלן נישט ניכשל ווערן און קיין ראיה אסורה, ווי זענען זייערע כלים, פארוואס וואנדערט נישט ארויף א בילד פינעם מראה נורא אויף דו וואצעף גרופעס, איך מיין אז עס איז מער אינטערעסאנט, אפילו זייערע עדווערטייזמענט קליפ כאפט דאך דער גרויל, ווי יעדער איז זייער בּיזי משמח זיין יעדען זינדיגער, אלעס ווערט דארט דערהויבען בזכות הצדיק, אוודאי מיט אזעלכע קוואנטימס העכער מאטריאל ווערט יעדער דערהויבען, יונגע חברה דרייען זיך רינדיג מימן לשמול אחור וקדם, מיט גרויסע עקספערטיז דאס קימט נאר פון טאנצען און שפרינגען נאכט נאך נאכט און דע ווערץ הייזער, דעיס קימט נישט פון עוד ישמע ביי א לאקאלע חתונה, זאל דער בורא זאל שומר און מציל זיין וויפיל אינגע נשמהלעך ווערן דארטן פארטיליגט, נייאיווע טאטעס שיקן דו קינדער קיין אומאן עפעס זעין, און נאך ווי זיי זעיען, עליונים למטה און תחתונים למעלה, אויף וועימנס חשבון, פארוואס קומט קיינער נישט ארויס ברבים זאגען, במושב לצים לא ישב, מיר לאזען זיך נישט אריין כאפען אינעם נייעם עבודה זרה, אלעס האט דאך א גבול, אביסל טענץ אקעי אבער אזא סוללת איניש אקצעפטירט, מיר גייען נישט מאכען פון ראש השנה א פרישע פּורים אויף סטירוידס. אן קיין פארשטעלעכץ.

מיר האלטען איצט שוין ביי צום גדליה איך פאַסט טאָטאַל אן קיין געדילד, איך גיי נישט לייקענען און זאגען אז איך איך בין ציבראכען פאר גדליה בן אחיקם, איך פארשטיי מען איז באגאנגען קעיגן אים אן אימרעכט, מען האט אים פארשניטן אינגערהייט, אבער וועיגן דעים מיזן מיר פאסטן צוויי טויזענט יאר שפעיטר, איך האב דאך אים גארנישט געטיען איך האב אים נישט ג'הרג'ט, און אויב מען וואלט מיר ערמארדעט וואלט וועין גדליה געפאסט, נו פארוואס ווען ער ווערט אימגעברעינגט ברויך איך פאסטען, נאר וואס דען, מיר וועלן נישט פרעיגן קיין קשיא'ס מיר וועלן פאסטען עניוועי.

אלע יארן און דו צייט קימט דו זעלבע זאך און מיין זיכרון, מיר דאווענען שמונעסרע און יעדער זארגט זיך אז איך זאל חלילה נישט פארגעסן המלך הקדוש, פון דו גאנצע שטילע שמונה עשרה איז געווארן א הויכע יעדע רגע רייסט זיך אויף א צווייטער "זכרינו לחיים" "המלך המשפט", איך קען נישט מיין מחשבות האלטען קאנצעטרירט, איך וויל שוין עפעס א תפילה אינזין האבען, און גלייך שרייט א חיפער וכתוב, איך האלט נאך ביי רפאינו, און נאך דעים איך בּיק זיך שוין מודים, מיין קאפ איינגעבויגען און איינער שרייט מיר און דו אויערן מי כמוך, אזא מין צבוע'ניק אלץ גייט ער אויס ערשט און שארט זיך ארויס פון שיל בלחש, היינט מאכט ער א שטורם ווינט ווען זעכציג פראצענט איז שוין אויסגעגאנגען, שרייט ער המלך הקדוש, זיכער קומט ער פון אומאן אדער האט ער תשובה געטיען מאהבה.

א גיט מארגען איך בין ארויס פון הויז צום גדליה, איך בין און א גיטע גיסטע, מיר האבען זאגאר זיך אויסגעפּוילט א גיט געבענטשט יאר, מיר זענען ליידיג פון עבירות, אלעס ליגט און תשליך, אלע פישען זענען אנגעלאדענט ווי שטאפ גענז מיט אינזערע חטאים, און איך קים אראפ פין דערהיים, מיין פיאות איז נאך צוקנייטשט, אבער עפעס אימהיימלעך שפירט זיך און דו ליפטן, עפעס א מאדנע גערוך, איך קלער מיר אריין אוודאי מיר האבען געגעסן דריי טעיג מיט דריי נעכט סאַלמאן פיש, און א געֶהאַל, זיכער גערוכעוועט, אבער דערנאך ווי איך גענעין זיך צים שיל פאר סליחות, הער איך א האן'ישע קריי איז מיר שוין אלעס פארענטפערט געווארן, אז פאר מיין שמש זאל געזינט זיין איז באשערט א פרנסה קלה ונקיה, און ער האט עס אויסגעפויעלט ביים דאווענען, ממילא גייט מיר דא שמעקן פון הינער געמויזעכץ ביז מוצאי יום הקדוש, חוץ אויב עס וועט אנקימען האריקעין געלאריע דעמאלץ וועט דער בורא מבטל זיין דעים הינער געברויך בשישים.

אה מיר נעמען עשרת ימי תשובה זייער ערענסט, מיר האבן חרטה אויפן עבר, און קבלה אויפן עתיד, מיר נעמען זיך פאָר מהיום והלאה אלע ערליי נייע קבלות, א שטייגער אז מיר גייען יא היי יאר ארויס ווייזען מער געטריישאפט פאר אלע לאקאלע פאליטיקאנטען, מיר גייען נישט לאזען אינזערע באליבטע ערלים שקרנים חזרים פאלען, יעדער וואס לויפט היינט ציטאג מיז מחליט זיין גלייך צו ער גלייכט מער דו גרינע סאטמר אדער דו געילע סאטמר, אזוי צו אזוי מיזן זיי נאר זאגען עטליכע צויבֶּער רייד און מיר גייען און פייער פאר זיי, למשל איינער לויפט פאר פאבליק עדוואקאט שטעלט זיך אויף און שרייט אז מען טאר נישט נעמען בחורי חמד און מיליטער, און ער איז זוכה תּיקף פאר אינזער אינדארסמענט, ווער רעדט נאך דער וואס לויפט קעיגן היינס פאר אטערני דזשענעראל עפעס א טינקעל הויטיגער, ער זעיט קלאר און דע הלכה אז אנשים נשים וטף ברויכען האבען און מאכן אייביג מציצה בפה, ממילא טראסקען מיר תיקף ארויס דעים רייש שיען היינס, מיר ברויכען שטיצען דעים שחור ער איז דאך א אוהב ישראל, ער האט דאך אויף זיין עד א עפל איינגעטינקען אינדע האניג, דו ארוינים בלייבען האלטן דעים זאַק מיט היינס, זיי זאגען אז ער האט מפייס געוועין כלל ישראל פארן וועיבערמאן עוולה, און מען טאר אים נישט דן זיין אויף עבירות שבין אדם לחבירו, לגבי דעים מעיאר דאס איז געפערליכע מחלוקה, קיינער ווייסט נישט ווער עס גייט געווינען איז נאר דו שאלה וועלכע פּאָלסטער מען גלייבט, יעדער וויל זיין אויפן צד ה'געווינער, הגם ארוינים זענען אלע מאל אויפן געווינערישן צד, אפגערעדט צו מען פארלירט צו מען געווינט, אבער דו זלונים שטימען פאר טאמפסן ווייל ער האט געשוואוירן אז ער גייט ברעינגען דו קעמפ'ס צים צד מהרז"ל נישט קיין חילוק ווי אזוי, ער גייט דאך האבען קאנעקשנ'ס.

דער עיקר איז א צויבּער ווארט וואס ביידע שטרייטענע צדדים ניצען איז "בלאק וואהט", מען גייט דא אויפשטארעמען, מען וועט ניצען יעדע מעטאד וואס כאסעין פלעיגט ניצען, אזש אז מען קען נישט רעגאסטרירן דו קינדער נאר אויב מען וואהט, און פארשטייצעך ווער עס וואהט ווערט גלייך פארזיגעלט אינעם ווייסען ביך לאלתר לחיים בסיפרן של צדיקים גמירים, און דעי אלע וואטערס, וועלן מער נישט ברויכען דאַנגען פאר פרנסה און פאר קיין חינוך פאר דו קינדער ווייל דו זכות פון וואהטען איז אזוי גרויס אז אלע זכיתים וואס מען פויעלט אויס מיט תפילה קען מען מיט איין שלעפ מיטען לעווער איבערדרייען אלע חטאים צו זכותים און תשובה מאהבה.

יעצט איז אויך דער צייט וואס יעדע איבריגע פארקינג ספאט וואס איז פערצאפאל לער געוועין פאר א רגע כממרא ווערט פארפילט מיט א טרעילער וואס פארוואנדעלט דעים פלאץ און צענטער פון אלע צענטערען, יעדער איינער וואס האט א קיו טיפ אויפן אויער מיט א לָאפֶּע איז א אויטאמאטישע אתרוג סוחר, און דו עדווערטייזמענטס שרייען איינס העכער פינעם צווייטען אז מיר האבן אתרוגים מבחרים בלתי מרכב, ללבים שלמים און הדסים משלשים, דעיס ברויך א אפדעיט, ווייל דעי עֶד כאפט מיך מער נישט, אה פשי הא איר האט ללבים שלמים מיט א הדת משילש בתמיה, נישט געראכטען אויף אזא לוקסוס, ווער רעט נאך פינעם ערבות גניבה, וואס קאסט א ערבה'לע דו ערשטע טאג סיכות מער ווי פאר דו שענה'ס, דו גניבה ברויך א תקנה, ווען וועט מיך שוין איינער איבער בעיטן דערפאר, וואס עס ווינדערט מיך איז וואס טיען דו אלע אתרוג פראפעסארן איבערן יאר, צו האבען זיי פערצופאל נישט קיין אנדערע ארבייט, זענען זיי בדחנים וואס האבען נישט קיין ארבייט איצט, אדער פיפיגע כולל אינגעלייט, וואס ניצען דע תורה פאר א קאווער אפ פאר זייער פרנסה, איך קען איינעם א זאמלער א גאנץ יאר, איינעם א רבי'ש אייניקעל אקעי פארענטפערט, איינער און ריל עסטעיט ער קען זיין און ביזנעס ממה נפשך מאכט ער א דיל איז דאך גיט, אויב נישט איז דאך זייער וויכטיג צו זיין און אתרוגים ליין, איך קען איין סוחר וואס איז א נביא, ער ווייסט אז איך גיי קימען קויפן ביי אים כאטשיג איך האב נאך קיינמאל נישט געקויפט דארט מיין אתרוג, דאך בין איך פאראיאר אריינגעפאלען צינעם און ער האט גלייך געברעינגט מיר אן אתרוג מיט מיין נאמען אויפן פישקע, איך האב מיך תיקף ארויסגעשלייכט פון דארט מיט א אויסרייד, אז איך האב איצט ציין וויי און איך וועל באלד זיין ציריק.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

[tag]פרישער[/tag] עט היס בעסט. ער האט זיך אויסגעלערנט אביסל נקודות אויך איזער שוין א מושלם.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

[tag]פרישער[/tag], ווי בן תמליון זאגט, עט יור בעסט.

כלפי דעם אומאן חלק: ס'איז אנבעליוועבל וויאזוי מענטשן אין 2013 דרייען זיך ארום מיט טענות ומענות אויף אומאן, ברסלב, יואלי ראטה, אא"וו. א מין קליינקעפיגקייט געטריבן דורך וואנזיניגע אלטע חסידישע אידילאגיסטן, ראסיסטן, דיסקרימענירער, און סופרעמאסיסטן. "לאזט די מענטשהייט לעבן"! גענוג געוועזן מיט די טעראר. גענוג מיר האבן דעם אלטן פארקאקטן דור פריקס. בהמות רעות, צימעס עדיקס,משוגעים און נערווען טאנצערס. חברה! ציהט נישט אויף נאך א גענעראציע אזוי. פליז.

ס'אחוץ פון דעם וואס ס'גרילצט ממש אין די אויערן דער באגריף פון אפזיגלן שווערע מאסן מיט פארשידנארטיגע אגענדעס און מאטיוון בקיגל אחד, באזירט אויף ספעציפישע אפשאצונגען. יא, ס'איז דא ערענסטע מענטשן וואס פארן, יא, ס'איז דא מענטשן וואס מיינען גוטס. און יא, און ניין. אפילו איבער די אנדערע וואס נישט קיין חילוק די פראצענטן, 'מיינד יור אן בעילה'דיגע ביזנעס'. סארא משוגעת צו דיקטירן דעם מענטשהייט. קיינער שמד נישט, קיינער פארכאפט נישט, קייינער פירט נישט אפ. זיצן אקסן און גראבן אין יענעמס קישקעס, באשליסן די סיבות פארוואס ער פארט, און אנאליזירן די רעכטן ער האט. וויאזוי זאגט [tag]קופערניקוס[/tag], 'משוגעים אראפ פון די דעכער'.

פרישער איך מיין דיר בכלל נישט, נאר איך בין שוין נמאס פון זיך אנשטאלפערן צום ווייסעך וויפילטן מאל אויף א בלאג וואס לכאורה דרייען זיך נאר יונגע, צו יונגערע מענטשן. כ'האב אפשר געשריבן א ווילדע תגובה אזוי אינמיטן קלאצן אין מיין קאר אויף מיין ווייב, קען זיין איך וועל זיך אראפזעצן שרייבן א געהעריגן ארטיקל. קען זיין כ'האב עס נישט געדארפט אריינלייגן ביי דיר, סליחה. איך מיין ח"ו נישט דיר.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

דאס איז מיין קשיא וואס איך פרעיג
איך האב גארניש קעיגן ברעסלאוו
גריידע גלייך איך דו נארמאלע שבהם
זיי ברויכען ארויס קומען און צייגען זייער נארמאלקייט
און ברעסלאוו איז א קליין חלק פון מיין תגובה'לע
נעם מיינע רייד נישט ערענס ווייל איך נעם עס אויך נישט ערענסט, סיז נאר לקיים המצוה פון ושמחת בחגיך, נישט קיין נפקא מינה וויזויאבי בשמחה.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך אליצפן »

יואב האט געשריבן: 'מיינד יור אן בעילה'דיגע ביזנעס'

:lol: :like :lol:
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

פרישערל, דעטס נאט איוון פעיר. איר קומט פון צייט צו צייט מיט א מאמר אויף פרידיש און דאס איז עס!
צו ווייסט איר אז דא איז דא נאך שרייבער, נאך טעמעס, און נאך אשכולות??
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

אה דזשעי ביזט גערעכט

איך ליין אסאך אבער איך האב נישט קיין צייט געהאט אויף מיין זייט צו פירן דיסקוסיא
בין איך געוועין שטיל
איך האב געשריבן לכבוד עטליכע פענים ופענות וואס האבן מיר ג'אישי'ט בין איך געווארן נעתר לבקשתם, און געשריבן וואס כאב געשריבן
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קודם, פרישער: כשמו כן הוא (נאר ליינטץ עס נישט שנעל, נאר במתינות, ביטע.) דו ביסט ממש מחי' נפשות מיט אזא פרישקייט. כמים קרים על נפש עייפה. איך האמעך נישט אויפגעהערט צו קאטשען פאר געלעכטער ליינענדיג דיין ארטיקל וואסאיז געשריבן לכאורה מיט אן ערנסטקייט. יישר כח.. :lol: :like :roll:
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

פרישער. האסט מיר פריש אויפגעפרישט מיט דיין פרישקייט.
אז דו רעדסט פון אומאן איז כדאי אז דו זאלסט כאפן א בליק אויף א שיינעם מאמר וועגן אומאן.
און בנוגע די בילדער איז דאס טאקע א עון בל יכופר פון די היימישע אויסגאבעס וואס לייגן אריין נאר די נארישע בילדער. אבער דער אמת איז אז זיי לייגן אריין דאס וואס דער עולם וויל זעהן, וואס דען זאלן זיי לייגן? ווי אידן זיצן און לערנען אין די שטיבלעך אין אומאן? ווי דער עולם דאווענט ראש השנה? אדער ווי מען וויינט ביים ציון. דאס איז די מעשה, ווי מער פאני אלץ מער אינטערעסאנט איז עס פארן עולם. אבער באמת זענען רוב עולם אין אומן זייער ווייט פון וואס מען זעהט אויף די בילדער. אדרבה פרעגט איינעם וואס איז דארט געווען.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יואב: ס'איזמיר א חידוש אויף דיר אז דו ביסט ארויס מיט אזא שארפקייט אקעגן די קריטיקערס פון די סצענעס אין אומאן אין און ארום ראש השנה. ס'איז בלתי שום ספק אז א גרויסער טייל פון די מענטשן וועלכע פארן קיין אומאן אויף ראש השנה זענען ערנסטע מענטשן און ווילן פאלגן דעם ציווי פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב, זי"ע. אבער אויכעט א גרויסער חלק פארערס זענען במתכוין או שלא במתכוין געווארן א טייל פון א קארניוואל אטמאספער. דאס קען זיין איינס פון די סיבות וועלכע ברענגען ארויס אזא התנגדות פון א גרויסן פראצענט פון ציבור. ווייל ראש השנה איז סוכ"ס זייער אן ערנסטער זמן, און איז נישט געאייגנט פאר קומזיץ-סטייל פארברענגען.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:פרישערל, דעטס נאט איוון פעיר. איר קומט פון צייט צו צייט מיט א מאמר אויף פרידיש און דאס איז עס!
צו ווייסט איר אז דא איז דא נאך שרייבער, נאך טעמעס, און נאך אשכולות??

מאראנצן: כ'זעה נישט פארוואס דו זאלסט האבן בויך ווייטאג פון פרישער'ס שרייבן. ער לייגט אראפ דברים כהווייתן. נאר אויף זיין אייגנארטיגן אופן.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

וואו זעסטו ער האט בויך וויי? ווען ער האט בויך וויי דארף ער אים אין די אנדערע אשכולות'ן?! אדרבה! מען גלייכט אים שטארק און טאקע דערפאר איז אשאד אז מען הערט נישט פון אים אין אנדערע ענינים, כנוסח פעדער.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

משה געציל האט געשריבן:וואו זעסטו ער האט בויך וויי? ווען ער האט בויך וויי דארף ער אים אין די אנדערע אשכולות'ן?! אדרבה! מען גלייכט אים שטארק און טאקע דערפאר איז אשאד אז מען הערט נישט פון אים אין אנדערע ענינים, כנוסח פעדער.

גערעכט. כ'האב נישט גוט אפגעליינט זיינע טענות.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

[tag]ברעסלאווער[/tag]
איך האב געשריבן כדרכי, עס האט קיין שייכת נישט מיט ברעסלאוו.

אגב איך האב אדורך געליינט דיין הערליכע באשרייבינג וועיגן אומאן ונהניתי מאוד, הערליך שיין, אגב איך האב פיל חברים וואס האבן מיר אסאך פארציילט וועיגן אומאן, אולי ביזטו איינער פינזע,

עס איז נישט מיין דרך צו רעדן ערענסטע רייד, נאר ארויסצו ברעינגען שוואכקייטן מיט א הימאריסטישע בליק, נאר ווען מען טיט דאס קען חלילה אויס זעין אז איך מיין אפחוזק'ן, בין איך מגלה מיין דעת אז מען זאל מיינע רייד נאר אויסטוישען פאר א שמייכעל, נישט קיין מאל נעמען ערענסט, אפילו אויב מען פארשטייט נישט און מען מיינט אז איך רעד ערענסט, חס ושלום, חוץ אויב רעד איך איבער איינעם פערזעינטליך.

[tag]יואב[/tag]
דו וואלס וועין געברויכט פארפירן און דו תגיבות וואס זענען אויסגעשטעלט צו חוזק'ן פון ברעסלאוו פערזעילנעך.

אויב האב איך איינעם פוגע געוועין יהו נא דברינו בטילים ומבוטלים.

[tag]מאראנצעןזאפט[/tag]
אין דו געהויבענע הייליגע טעיג איז נישט דא קיין צייט פאר גארנישט, ווען איך בין אנגעשטרעינגט טיט זיך פין מיר אפ דער רוח הקודש, און מער ווי ליינען דא דארט טויג איך נישט, קען איך טיען צוויי וועיגן איינס מגלה זיין לכל מאן דבעא למידע אז איך זייג, דורך שיקן אפאר אמב'חן'טע תגיבות, אדער ווען איך זעי אז עס טויג נישט שנעל דריקען דעים ריכטיגען פארמעק קנעפלע, מיר זענען נוהג אפציא צוויי, עד שישיב נפשי.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פארשפארט