על דא ועל הא חלק שני

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1031 מאל

על דא ועל הא חלק שני

שליחה דורך פרישער »

איצט איז שוין נאך יום הקדוש און איך פיל מיך דערהייליגט, עצימו של יום איז מכפר, איך האב שוין געמאכט מיין סוכה, און איך בין איצט טשארלי הארסט, סיניש דא קיין צייט פאר גארנישט, איך האף אז דו האסט א סוכה, איך וועל מתפלל זיין פאר דיר, זיי נישט צובראכן, זיי אלעס מקבל באהבה, און וויליאמסבורג איז נישט דא קיין פלאץ פאר קיין נארמאלע סוכה עניוועי, א גרויס חלק עולם האט נישט קיין סוכה גרעסער ווי ראשו וריבוי, שלחנה איז שוין לוקסוס, אלזא אויף סיכות איז און וויליאמסבורג נישט דא וואס זיך צו בעינקען, וואס מיר האבן יא און דו דערהויבענע זמנים איז צדקה צוועקען, מען קען נישט דערשטרייטן דעים טעיגליכען, איך האב איצט געפארטיגט א ריפיי, איך זאל קענען דערשטרייטן מיינע כפרות צו דערשלאגען, איך בין געגאנגען צו קאהן'ס פלייש געשעפט, ער זאגט אז ער האט א עפארדעבל כפרה פלאן, איך האב געהאלטן אז ס'לוינט ווייל קאהן מחמת גודל רחמניתו גיט מיר ציריק דעים האָן, תיכף ומיד נאכען שלאגען, ער שפאָרט זיך גארבידש טראקס, ער האט מיר איינגערעט אז עס איז ראו לאכילה, אבער ווען איך האב עס אהיים געברעינגט האט מיר מיין אשת חבר ארויסגעטראסקט פון דערהיים ביז ווילאנג איך וועל לויז ווערן פינעם באטשער בעג ווייל זי טענה'ט אז מען קענעס אפילו נישט געיבן פארן ערל'טע, ווייל עס איז נישט ראו לאכילת כֶּלֶב, בּלייב איך נאר איבער מיט דו מאנאטליכע פעימענט'ס,

ווי איך גיי וויל מיר עימצער אריין ריקען עפעס מיר פארקויפן, אדער אנטראגען עפעס א זכיה, און נאכען מסביר זיין אז איך האב מער נישט קיין מעשר צו געיבן, זאגען זיי דעמאלץ געב אהער דו געלט סתם אזוי, אוי איך גיימער האבען א גיט געבענטשט יאר, גלייב מיר אז עס איז מער נישט איבער צוטראגן דא, דער גראסערי וויל מיר מער נישט געבען אויף קיינע הבטחות, מיינע רעגעסטראציא קארטלעך קען איך נישט אויפ פיקן נאר אויב איך געזעיגן קליינמאן, מינים מיז איך האבן א שיינע, מיז איך באצאלען דערפאר נאָז געלט, ווייל לויפר זאגט אז איך זעי אויס באלעבטיש, א סוכה ביי לייטער קאסט מער ווי א עקסטענטשן א דורת קבע, דער עיקר איז אז עס שטעלט זיך אויף און ווייניגער ווי צוויי טאג, א שאד איך האב עס נישט ווי צולייגן,

איצט איז ערב סיכות, יעדער איז און גאס שאפינג, יעדער וואס זיכט א טאלער, צו גיין צים יו"ט פארקויפט עפעס אויף לי עוועניו, מען זעיט נאר דארטן אזעלכע מאדנע פארשוינען, וואס קימען פון ערגעצווי אויסער דו געיגנט, עס ווינדערט מיך וואס זיי טיען איבערן יאר פאר פרנסה, זיי וואקסן ארויס דא יעדע ערב יו"ט ווי שווארמן נאך א רעיגן, זיי האבען שוין חזקה אויף זייער מקום קבוע אויף לי, מען רייסט דו פרייזען יעדע מיניט האט א אתרוג א אנדערע פרייז, אויך דו והיה עינך רואות את מוריך סיין'ס האט יעדע א רבי א אנדערע פרייז, און יעדע מוכר האט אנדערע באליבטע רעיבל, א כינאָזקע האט בליטשקערלעך פארבליבן פון קראצמעך, מאכט א שטיקל יארד סעיל אויף דו וויליאמסבוגער גאסן, אויך זעימער אלע ערליי בלימען סוחרים, יעדער מיט אנאנדער מיינונג, איך האב אויף לו געזעין א שיקצע פארקויפן דו עבודה זרה וואָגען בלימעלעך און האט פון ערגעץ א סיין וחי אחיך עמך, גיי פארשטיי.

וואס איך פארשטיי נישט, איז הלמאי מיר היימישע האבען נישט דו שכל צו אריין כאפען אפאר איבריגע טאלערלעך לכבוד יו"ט, וואס וואלט געוועין ווען מיר זעיען א כולל אינגערמאן וואס תורתו אימנתו זאל זיך שטעלן מיט א טענט פארנט פון לי גארדענס שיל, און אריין כאפען אפאר חברה וואס זיכען ביליג א מינים סעט, אנשטאץ זעי איך א אימשילדיגע מיידל, געבוירן ביי עלטערן וואס מאכן זיי גליקלעך מיט זייער חשיבות אז זיי קענען ארויסהעלפען און שטיב, זעי איך א עלעף יערעיגע נערה המאונסה פארקויפן אתרוגים, קימט א עלטערע איד מיט א ריזיגע ביבער היט און א ציפלאטשעטע בארד און ווייזט ס'מיידעלע אז דו אתרוג האט א בלאט פלעק און מיז אים געיבן א הנחה, קען נישט איין בארד רעדן צים צווייטען, איך בין זיכער אז דער פאטער איז מציץ מן החרקים און ווינקט וועימען צו געיבן וועלכע פרייז,

עס איז איצט חול המועד סיכות און וויליאמסבורג, עס איז שוין אדורך דריי טעיג יו"ט, און דו דריי טעיג האב איך מקיים געוועין דעים פסוק ובכל דגי הים בידכם, איך האב איינגעלאדענט צו מיר א גאנצען ים מיט סעלמאן פיש, א חלק האבען מיר צימאלען און מיר ריפען דאס אן געפילטע פיש, דעיס איז א נאציאנאלע אידישע סימבאל, גויעם קלערען אז עס איז א חיוב צו עסן געפילטע פיש אזוי ווי שופר און לולב,

דער בורא עולם האט זיך צוגעשטעלט און מקיים געוועין זיין חלק כמו שנאמר אנכי מגן לך, מיט הילף פון טאָמס און אנדערע לעש מאטריאל האבען מיר דורך געמאכט דעים קריזיס פון עסן שלאפן נאכאנאנד מיט קארצע הפסקות פון קראצענישן פון בייס פליגען הנקרא מאסקיטא'ס וואס נעמען א חלק און הייליגע מצות סוכה, און זענען אונז גורם עגמת נפש, אבער פארוואס עפעס מיין סוכה פארשטיי איך נישט, עס זענען דאך דא אזויפיל אנדערע סוכות, וואס וואלטען זיי געטיען ווען מיר וואלטען געבליבן און אייראפע, ווי אזוי וואלטען זיי זיך געשפייזט ווען עס זענען נישט דא קיין מענער וואס שלאפן און סוכה, פאר וואס זענען פרויען פטור פון ווערן צוביסן סיז נישט יושר, וואס טראכטען דו בֵּייסער פליגען און בינען פון זייערע פליצילינגע איבער פלוס פון אידיש בליט וואס גיסט זיך און יעדע סוכה'לע, צו האבען זיי א ספעציעלי תפילה וואס זיי דאנקען דעים איילמעכטיגען פאר דו אימגעראכטענע שפע, און בכלל ווי דרייען זיי זיך עשרת ימי תשיבה, ווי זענען זיי באהלטן ביז ראשון לחשבון עוונות, ווערן זיי געבוירן נאר אויב איך שלאפ אינדע סוכה, און בכלל ווי אזוי קימען זיי צו צו מיינע מקומות המכוסים, ממש און אזעלכע פארבארגענע פלעצער וואס האט נאך גיין מאל נישט געזעין דו שיין פון דו זין, און זיי קימען צו ווי גלייך גארניש, איך קען דארט אפילו נישט קראצען אן אויסריפן פארדאכט, אז איך בין א פארדעכטיגטע פעקל, אפילו דו צפרדעים און מצרים האבען עס נישט געטיען, מאר וואס דען, אז מען מיז מיזמן.

אה יעצט קימט מיין ליבליכסטע צייט פון יו"ט, דו צייט וואס איך קען קוים ווארטן, א גאנץ יאר ווארט איך שוין אז חול המועד זאל שוין אנקימען, איך האב אזוי ליעב צו נעמען מיינע קינדער ארויס אויף א מלחמה, מיר רייסען זיך פון ציפרי, יעדען טאג חול המועד נישט קיין חילוק צו עס רעיגנט אדער עס שיינט דו זין, איין אינגעל שרייט טאטי נעם מיך צו דו ריידס, איך האב ליעב א ראלע קאסטער, שרייט דע מיידל ניין שומופן עס איז נישט פער, מעם אינז צו אמעריקן גירל סטאר ווייל מיר דארפן אזוי וויכטיג דאלי'ס, איך פראביר מיינע שלום פראצידארן, איך נעם אפיר אהרן הכהן'ס מיטלען, עס מאכט אן חרבנות און שטיב, ריך פארליר מיך און שריי אויס, מיר גייען צו רעב שרה שארמשער'ס ריידס, קיין בריה איז נישט דא, יעדער איז שוין ציגקריגט, איך קים שוין אן בערך צוויי דרייסיג, עס לוינט שוין נישט צו קויפן א בענד וואס קלעקט פארן טאג, איך ווארט ביים מיריגאראהנד, א שעה, איך בעיד מיין אינגעל זאל זאגען טשיז עס זאל אויסזעין ווי ער לאכט ווען איך נעם דעם בילד, אבער פינקט איז דו נאניא פון אן אנדער ווייבל זיך אריינגעשטעקט אינעם בילד, מיין זין וויל נישט איבער זאגען טשיז, ער זאגט ער איז פליישיג, איך בעיט זיך ביי אים אז עס איז שוין אריבער זעקס שעה, ער וויל נישט וויסען פון גארנשט און אזוי פליצלינג געט זיך דער רייד א האסטיגען שטעל אפ, אן איך בין געבליבן מיט א בילד נאר פון יענע אנדערע מאמע איך מיז אויסמעקן שלא לבייש את מי שאין להם,
מיר פראבירן אויס אנדערע ריידס אבער איבעראל איז דא א אנלויפעניש פון א געמיש פון מענער פרויען און קינדער, מיינע קינדער באמערקן אז איך בין נישט באקוועים, זיי ציען מיך מער אן, און ווילן נאר גיין דארט ווי איך וויל נישט, איך צאל אפ דו הויזן, מיינע קינדער זענען עניוועי בייז דו גאנצע מעשה איז א דורך פאל נאך איידער מען הייבט אן, דו זא איז נישט בעסער, וואס וועט שוין זיין ווען איך וועל גלאצען אויף א עלעפאנט, מיר וועלן זיך אנקיקן איינער דעים צווייטען, איך בלייב הינגעריג, ווייל עס איז נישט דא קיין סוכה, מיינע קינדער דארפן צו עסן פון דו רגע מיר זעצען זיך אין דו קאר, אפילו זיי האבן קוים אפגעגסן א סעודת שלמה בשעתו, ברויכען זיי תיכף ומיד א זייער א גיטע זאך, און אויב נישט דרייען זיי אלעס איבער, זיי נעמען מיר קאפענען מיט דו פיס אזוי ווי עס וואלט שוין געוועין פאראויס געפלאנט, כאילו דעיס איז א חוב קדוש פאר יעדע קינד צו טיען, אויב נישט איז מען נישט יוצא, יעדע אידיש קינד ווערט דאך געבוירן מיט דו מעלה, ביז איך גיי ארויס פון דו כלים, איך סראשע מיט אלעס בייז, איך שרעק זיי אפ אז אינטער מיר איז דא א פליס, ער האט א דאגי, ער גייט לייגען יעדען און דזשעיל, און גיט מיר כמעט א טיקעט, זיי לאכען פון מיר, זיי געדעינקען עס נאך גיט פון פאראיאר אויף פרעה, ווען עס האט זיך אפגעשפילט אקאראט דו זעלבע מעשה, בקיצור צו מאכען א קורץ פון א לאנגס, איך גלייך נישט דו גאנצע מעשה, איך האב זיך פארגענימען נישט ארויסצוגיין פון דו סוכה, זיי בלאזען אויף מיר עס גייט נישט העלפען איך זעי שוין מיין סוף.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר