פארוואס קומט פאר אזוי ווייניג גיטין?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 562 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 435 מאל

פארוואס קומט פאר אזוי ווייניג גיטין?

שליחה דורך אליצפן »

אין ליכט פון [tag]שמעקעדיג[/tag]'ס דריי בלעטער'דיגן אשכול "פארוואס קומט פאר אזויפיל גיטין", האב איך באשלאסן פונקט ווי א שלום בית קאנפליקט ברויכן ביידע זייטן אייניג רעפרעזענטירט ווערן, איז נישט מער ווי יושר א בליק צו טאהן פונעם פארקערטן פערספעקטיוו--טאקע איבערן סאמע זעלבער פראבלעם. נעמליך, "פארוואס קומט פאר אזוי ווייניג גיטין".

ס'איז גלוי וידוע לכל דאס ביטער הייראט לאגע אין וועלעכע פילע אנ"ש זענען פארזינקן, ביודעים ובלא יודעים. ס'דרייען זיך אינערהאלב די געציילטע היימישע זיפקאודס הונדערטער אויב נישט טויזענטער יונגעלייט, וועמענס שלום בית שטייט זיי כחרב פיפיות על צווארם. טייל זענען לגמרי נישט צופרידן מיט זייערע ווייבער, דהיינו ס'איז פשוט און פראסט געוועזן א מקח טעות מעיקרא; און אנדערע זענען נעבעך אריינגעפאלן מיט אן אשה רעה, וואס דערויף האט שוין שלמה המלך מעיד געוועזן ס'איז מר ממות. דאס זעלביגע שפילט זיך אפ אריבער דעם עזרת נשים. פילע אומשולדיגע מיידלעך ווערן אפט פארזאלצן מיט געמיינע רשעות'דיגע מענער, און זענען ווי פאראורטיילט צו א פיינפולער הויז ארעסט אן א וועג ארויס.
יעדער ווייסט פון לפחות עטליכע וועלעכע מאכן דורך אזא גיהנם, און שפירט אז מיט ארויס לאזן קרעכציגע לויזנגן, מיטן פראגראמירטן ענדונג "אוי, משיח דארף שוין קומען", האט זיך דער קעיס מער ווייניגער געשלאסן. יא, 'קיינער לעקט נישט קיין האניג אויף דער וועלט' פראבירט מען צו טרייסטן די אייגענע געוויסן, 'יעדער האט זיך זיין פעקל' זיגלט מען דעם שמועס. דער עולם האט פארשטענדעניש און מיטגעפיהל צו נאנטע וועלעכע מאכן מיט, און ליתר שאת רעקאמאנדירט מען זאכליכע, צו זינלאזע הילף'ס מיטלן. אבער ווען ס'קומט צום סאמע ענדגילטיגן לעזונג פילע וואלטן געקענט האבן, הייבט מען הענט ווי שלאנג געביסענע. " א גט? חס ושלום. מ'טאר זיך נישט גט'ן". אנדערע וועלעכע האבן געמאכט אזא עירוב תבשילין פאטענט מיטן "אסור לקדש אישה עד שיראנה" גמרא, וועלן זיין די ערשטע אויפצוברענגן דעם גמרא פון "מזבח מוריד עליו דמעות".(ואס דערויף האט שוין א חכם געזאגט ''בעסער אז דער מזבח זאל וויינען ווי איידער איך זאל וויינען'').

אז מ'צונעמט די זאך און מ'קוקט לגופו של ענין איז דער מהלך אונזערע ממש מבהיל על הרעיון. דהיינו מ'זאל ענדערש לעבן זיבעציג ביטער שווערע יארן, ווי איידער מ'זאל זיך 'חס ושלום' גט'ן? אזא מהלך איז דאך מופרך מעיקרא!
און בכלל וואס איז דאס 'יענער האט זיך נעבעך ג'גט'? האו עבאוט 'יענער איז נעבעך אריינגעפאלן'? ווי [tag]יואב[/tag] האט באהויפטעט אין אן אנדערן אשכול. די תורה האט פאר איינעם קאמפאזירט אזא המצאה פון וכתב לה ספר כריתות. ס'איז א העכסט נארמאלע זאך אז צוויי הונדערט פראצענטיגע נארמאלע מענטשן זאל נישט קענען לעבן צוזאמען, ספעציעל נאך אזא וועג וויאזוי אונזערע שידוכים גייען צו.

פון די הויפט פאקטארן ס'האלטן צוריק אנגעזאלצענע פון זיך גט'ן, איז צוליב די פאלגענדע צוויי סיבות.

א'. סטיגמא פון זיין א גרוש. א שווארץ געזיגלטן קאטעגאריע, אין וואס דורכשניטליכע מענטשן פארכטן זיך אריינצופאלן. דהיינו ס'איז דא די פארהייראטן קלאס, און דאן איז פארהאן "די גרוש" קלאס. טאקע א טלית מיט א שטרימל קען ער טראגן, ס'טייטש מ'האט זיי נישט ממש קאנפיסיקירט דעם פארהייראטן יוניפאורם, אבער פארט איז ער א "גרוש". א לעיבל וואס ווערט פון זיך אליינס דעפענירט אלס שטארק נעגעטיוון פראדוקט.

ב'. שווערעקייטן פון טרעפן א שידוך בזיווג שני כידוע לכל.
און די ביידע זאכן זענען אויך נאר א תוצאה פון אונזער קראנקן סיסטעם אז "מ'טאר זיך נישט גט'ן''.
טראכט אריין. די מינוט גיטין וועלן אנשטאפן די שווערע שלום בית לעכער, און עס וועלן זיין אסאך מער היימישע יונגעלייט גרושים, וועט אוטאמאטיש אוועקפאלן דאס סטיגמא פון זיין א גרוש כמובן.
ווי אויך וועט ווי פארשטענדליך זיין פיל גרינגער צו טרעפן א שידוך בזווג''ש משתי סיבות. קודם כל וועט נישט זיין ס'זינלאזער איינרעדעניש וויבאלד מ'איז א גרוש/גרושה 'מוז' דאך זיין אז 'עפעס' איז ראנג מיט אים/איר; ווי אויך איז דאך פשוט אז וויבאלד ס'וועט זיין א פיל גרעסער אויסוואל וועט דער פעלד פון שידוכים זיין פילפאכיג ברייטער, און אין מערערע שטובער וועט מען קענען זינגן מיט פרייד דעם 'אשת חיל'.

כמובן צילט דער אשכול אין פאל ס'איז נאכנישט דא קינדער, איינמאל ס'דא קינדער איז עס פילייכט גאנץ א צווייטער פרשה. אבער ס'איז פארהאן גענוג און נאך אינגעלייט וועלעכע פארמאגן א געלעגנהייט זיך צו גט'ן בעפאר ס'דא קינדער.

ודאתינן להכי, טרעפן מיר זיך ווידער ביים אויבנדערמאנטן שאלה: ''פארוואס קומען פאר אזוי ווייניג גיטין''?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אליצפן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר