טשי-קאווע נייעס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זר זהב האט געשריבן:נישט פארגעסן מיטנעמען וועש אויב איר גייט קיין סאן פראנסיסקא

http://www.kqed.org/news/story/2012/11/ ... y=bay+area


Those caught violating the ban have to pay a fine of up to 100-dollars.

ביג דיל. לוינט זיך פאר הונדרעט $$.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דער עלטסטער פאטער אין דער וועלט וואוינט אין אינדיע, ביי די 96 יאר האט ער גע'פאטערט זיין 2'טן קינד. פיט"א האט אים אריינגענומען אין זייער קאמפיין. ער טענה'ט אז זיין לאנגדזשעוויטי קומט פון זיין וועדשיטעריען דיעטע.

old daddy.jpg
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
וואלפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 10:26 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

ער איז ניטאמאל א יוד...

שליחה דורך וואלפה »

[url][url=
http://db.tt/tgP4jsyQ]א צען מניטיגע ווידיאו פון די "אקציע"[/url][/url]
א אינטערסאנטע שפיקטאקעל האט זיך אפגעטוהן אין מאנסי נאכדעם וואס "חברים" האבען אפגערוימט פון די גאסן אן אזוי-אויס-גזעהן-ער "יוד",
דער מעשה גייט שוין צוריק פאר 3 חדשים ווען מען האט געכאפט דער "יוד" גנבענן אין סקווירא.
דריי וואכען צוריק האבן איהם חברים ארויסגענומען פון איינעמס הויז נישט ווילענדיג איבער געבען א "יוד" פארן פאליציי.
מען זיכט שוין לאנג ווער עס ליידיגט אויס דער ביקור חולים צימערן, אויף די אויגען זעהט מען דיע פארזאן.
פאסט פעלען פון שטיבער.
טאשען פון הויזענעסווערן ווערן פארשוועכט אין מקוה, וכדומה.

יעצט זענען חברים געריפען געווארן צי די אמאליגע ישיבה ספרינג וואלי, (היינט געהערט עס פאר וויזניץ)
ווי מען זעהט לעצטנס פארדעכטיגטע אקטיוועטען, ווען חברים זענען אנגעקומען האבען זיי באגעגנט "דער יוד"...
ווי ער האט זיך שטארק היימיש געמאכט און געמאכט שבת פארזיך
מען האט נישט געקענט אריין טרעטן אין דער צומער פון די פילע מיסט, קאפעליטשען, רעקלעך, בעקעטשעס, ביז באנאנעס... ממש ווי ביי זיך אין גארטן.
נאכען אנריפען די פילע אייגענטומער פון די "געטראפענע" זאכן איז מען אנגעקומען צי א רויטע האנט באגאזש. דא איז ער ווילד געווארן און ער האט אנגעהויבן טיילן מכות, נאכען איהם אפשטעלן האט ער געבעטן אז מען זאל איהם נאר געבען מן האדום הזה און ער וועט גיין,
האבען די חברה אנגעהויבן נישטערן אינערווענדיג פארן צוריק געבען, מען האט "געטראפען" פילע טשעקלעך, פאסט, קרעדיט קערדס, א.א.וו.
ביז ביז... מען איז אנגעקומען צי זיין אידענטיפעקאציע קארטלעך ווי עס שטעלט זיך ארויס ווערט ער גאר פארעכנט פאר א היספאנישער
און איז ניטאמאל א יודיש קינד...
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פעדעראלע ארבייטער האבן בטעות אוועקגעווארפן 170 טויזענט דאלער ווערד אין טעכנאלאגישע כלים צוליב וואס זיי האבן געמיינט אז ס'האט נישט געהאט קייין משומר פילטער (אדער אנטי וויירוס) און נישט געווען גענוג כשר

http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2421509,00.asp
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ווי אזוי איימיצער האט צוגעפיקסט און פארשעמט בי.עם.דאבעליו נאך וואס ער איז שוין געווען פרוסטרירט פון זיין צובראכענעם אויטא פול מיט פראבלעמען:

http://autos.yahoo.com/blogs/motoramic/ ... 48995.html
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א מאן (זעהט אויס ער האט גענומען שלאף-פילן) איז איינגעשלאפן אויף א פליגער אינמיטן פליען, און געבליבן שלאפן ביז נאכדעם וואס יעדער איז אראפגעגאנגען, די פליגער איז געווארן פארשלאסן און פארלאשן די לעקטערס... און ער האט זיך שפעטער דערוועקט מיט א פחד אין א פארשלאסענעם טונקעלע פליגער...
אבער ער זאגט אז ער האט נישט געפאניקט. ער האט געזוכט אין די טונקל די בית הכסא, וואס איז צו מזל געווען אפן.
דערנאך האט ער געקאלט זיין פריינדינע, וועלכע האט אנגעהויבן לאכן פון אים, נישט גלויבנדיג די געשיכטע, און אים געהייסן אויפהערן טרייבן קאטאוועס פון איר. אבער ער האט געשריגן אז ס'איז ערנסטע מעשיות...

צופעליג האבן עטליכע מעינטענענס ארבייטער געעפנט דעם פליגער, און זענען ערשטוינט געווארן פון וואס זיי האבן געטראפן.. און ער איז ענדליך באפרייט געווארן.

http://news.msn.com/us/passenger-awakes ... d-in-plane

-
בילד
וירח ה' את ריח הניחוח
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך חד גדיא »

א פרוי האט מפיל געווען 10 בעיביס אין איין נאכט!!
http://www.huffingtonpost.com/2013/12/1 ... 55300.html
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

שמעקעדיג האט געשריבן:א מאן (זעהט אויס ער האט גענומען שלאף-פילן) איז איינגעשלאפן אויף א פליגער אינמיטן פליען, און געבליבן שלאפן ביז נאכדעם וואס יעדער איז אראפגעגאנגען, די פליגער איז געווארן פארשלאסן און פארלאשן די לעקטערס... און ער האט זיך שפעטער דערוועקט מיט א פחד אין א פארשלאסענעם טונקעלע פליגער...
אבער ער זאגט אז ער האט נישט געפאניקט. ער האט געזוכט אין די טונקל די בית הכסא, וואס איז צו מזל געווען אפן.
דערנאך האט ער געקאלט זיין פריינדינע, וועלכע האט אנגעהויבן לאכן פון אים, נישט גלויבנדיג די געשיכטע, און אים געהייסן אויפהערן טרייבן קאטאוועס פון איר. אבער ער האט געשריגן אז ס'איז ערנסטע מעשיות...

צופעליג האבן עטליכע מעינטענענס ארבייטער געעפנט דעם פליגער, און זענען ערשטוינט געווארן פון וואס זיי האבן געטראפן.. און ער איז ענדליך באפרייט געווארן.

http://news.msn.com/us/passenger-awakes ... d-in-plane

-
בילד

אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק "Wake up and SMELL the coffee"
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

געשוויסטער געבארען אין באזינדערע יארען אין די זעלבע עלטער

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

אין די גויאישע וועלט פראוועט מען היצט ניי יאר

צדיקים פלעגן זאגען אז ס'מסוגל צו ווינטשען א ניי יאר צו מעורר זיין למעלה דעם הבדל בין ישראל לעכו''ם וויזוי דער יוד פראוועט און להבדיל דער עם הדומה פראוועט (כאף ס'ניש ראסיסטיש)
היי יאר בכניסת היום איז באריכטעט געווארען צוויי פעלער פון צווילינגען וואס זענען געבארען בענעזאם אבער אין באזינדערע יארען
דהיינו דאס ערשטער איז געבארען יארע 2013 און דער צווייטער למספרם 2014

ביי אונז יידען וואלט אזא סארט געשעהניש עפעס נוגע געווען להלכה? א חוץ מאכען דעם ברית/בר מצוה אין באזינדערע טעג
ליינט די נייעס אינעם גויאישען שפראך
As people around the world welcomed 2014, two mothers gave birth to two of the last babies of 2013 and two of the first babies of 2014. While born just minutes apart, their twin babies entered the world in two different years.On Dec. 31, 2013, at 11:58 p.m., Yaleni Santos Tohalino gave birth to baby girl Lorraine Yaleni Begazo, who weighed at 6 pounds, 4.9 ounces, at MedStar Washington Hospital Center, in Washington, D.C.Soon after, her twin brother Brandon Ferdinando Begazo was born on Jan. 1, 2014, at 12:01 a.m., weighing at 5 pounds, 10.4 ounces.In Toronto, two fraternal twin sisters were also born in 2013 and in 2014, respectively. At Trillium Health Partners-Credit Valley Hospital, older sister Gabriela Salgueiro was born on Dec. 31, 2013, at 11:52 p.m., weighing 6 pounds, 16 ounces.On Jan. 1, 2014, at 12:00:38 a.m., younger twin Sophia Salgueiro was born, weighing 5 pounds, 13 ounces.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

ליינט די נייעס אינעם גויאישען שפראך

פארוואס קענסט נישט זאגן "אינעם ענגלישן שפראך"? כ'בין סתם נייגעריג.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

קאווע שטיבל

שליחה דורך יואליש »

א קאפע הויז מיטן נאמען "קאווע שטיבל" עפענט זיך נעבן וויליאמסבורג.

http://www.brownstoner.com/blog/2014/01 ... -bed-stuy/


בילד
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

An obese Brit who lost slimmed down during a year-long program was banned from flying home because he no longer looked like his official picture.

Read more: http://www.nydailynews.com/news/world/m ... z31jAZLOFX
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
ימי קדם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך ימי קדם »

אפטעמיסט האט געשריבן:
ליינט די נייעס אינעם גויאישען שפראך

פארוואס קענסט נישט זאגן "אינעם ענגלישן שפראך"? כ'בין סתם נייגעריג.

"גויאישען שפראך" איז פשוט נישט אמת. עס איז דא הונדערטער שפראכן וואס קענען אריינגיין אין דעם כלל.
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אפטעמיסט האט געשריבן:
ליינט די נייעס אינעם גויאישען שפראך

פארוואס קענסט נישט זאגן "אינעם ענגלישן שפראך"? כ'בין סתם נייגעריג.

ווייל ר'איז א "הייליגער איד". און דו און איך נישט... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :twisted: :evil: :evil: :o
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וואו זענען מיינע זאקן? הערט זיך א געשריי אין שטוב. עס פעלט נישט איינס, נישט צוויי, און נישט צען, נאר פיל מער!

נאך איבער 40 (!) פאר זאקן וואס האבן געפעלט אין שטוב, איז דער בעה"ב דערגאנגען די מאדנע מיסטעריע - פשוט און גראד - זיין הונטל האט עס אויפגעגעסן מיט אפעטיט.... :P

ווען דער באלעבוס האט באמערקט אז דער הונטל איבעלט און עס קומט אים צו ברעכן, האט ער דאס גענומען צו א חיות-שפיטאל, און א עקסרעי האט באוויזן אז כמעט 44 פאר זאקן געפינט זיך אינעם הינטל'ס מאגן..!!!

נאך א 3 שעה'דיגע אפעראציע, האבן די דאקטוירים מצליח געווען דאס ארויסצושלעפן. עס איז נישט קלאר צו דער אייגענטימער וועט עס נאכאמאל איבערנוצן...

https://gma.yahoo.com/oregon-great-dane ... -pets.html
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אן אלטער 80 יעריגער מערדער וואס האט באקומען תפיסה פאר לייף צוליבן אויסמארדן 7 חברה, גייט חתונה האבן! נישט סתם חתונה האבן, נאר מיט א יונגע 26 יעריגע נארמאלע פרוי!

די משפחה אירע טענה'ט אז עס איז משוגע! זיי וואלטן זיך געווינטשן צו זיין חסידישע סיסטעם אידן ווי ערענדזשד מערידזשעס איז דער סדר... אבער זי האלט זיך ביי אירס. אין די תפיסה וואו דער אלטער שייגעץ זיצט איז ניטעמאל ערלויבט פאמיליע וויזיטן. ממילא וועט זי קיינמאל נישט קענען האבן מיט אים א עכטע שייכות ווי מאן און ווייב. איי פארוואס האט זי חתונה צו אים? ענטפערט זי אז נאך יארן ארבעטן פאר זיין קעיס האט זיך דעוועלאפט ליבשאפט געפילן צו אים, און געוויסע אינפארמאציע וואס זי וויל האבן איבער זיין קעיס גיבט מען נישט ארויס נאר פאר נאנטע משפחה מיטגלידער, אשר ע"כ וועט זי אים הייראטן און אזוי ארום באקומען עקסעס צו די פיילס... אזא סארט אהבה התלויה בדבר?...

לייענט און שטוינט:

http://news.yahoo.com/ap-exclusive-char ... 24033.html
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אז פאליציי ברוטאליטעט איז לעצטנס אזויפיל אין די נייעס, מוז מען דאך עפעס טון עס צו באלאנצירן....

אין א שטעטל אין מישיגען (לאוועל) האבן די פאליציי געמאכט א.ג. "פרענק" מיט די דרייווערס. זיי האבן אפגעשטעלט דרייווערס פאר מינדערוויכטיגע פארלעצונגען, ווי טונקעלע פענסטער וכדו', און פארלאנגט לייסענס און רעגיסטראציע, כדרכם מאז ומתמיד. און בשעת דעם דרייווער'ס הארץ קלאפט האסטיג וואס גייט דא פאר, האבן די פאליציי אנגעהויבן פארפירן א שמועס מיט די דרייווערס איבער וואס זיי פלאנען זיך צו קויפן פאר די בעפארשטייענדע חגאות, און זענען אריין אין א געשמאקן שמועס מיט די דרייווערס, בשעת דער שמועס ווערט רעקארדירט אויף א קליינעם מיקראפאן באהאפטן צום אפיציר... געשעפטן אין די געגענט האבן זיך אונטערגעהערט די רעקארדירונגען, און הדבר יצא מפי המלך זענען זיי באלד אהינגעקומען צום ארט מיט די אייטעמ'ס וואס די דרייווערס האבן געזאלט קויפן, און אנשטאט דארפן פארן צום געשעפט, זוכן פארקינג, שפאצירן אין די קעלט צום געשעפט, און דערנאך שטיין אין די לאנגע רייעס ביים באצאלן, האבן זיי עס באקומען דעליווערד ווי א מלך (געוואלט זאגן די ווי די מן פאר צדיקים, אבער ס'פאסט נישט), און אנשטאט דעם טיקעט האבן זיי ערהאלטן דעם פראדוקט... די דרייווערס זענען געווען היבש איבערראשט...

http://www.thecarconnection.com/news/10 ... #src=10065
וירח ה' את ריח הניחוח
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

כל הכבוד
יעצט לאמיר נאר האפן די נעקסטע מאל די ראש הכולל שטעלט מיר אפ פארוואס איך האב שוין גענומען מיין פערדע קאווע זייט אנהייב סדר וועט ער מיר אויך פרעגן וואס איך פלאן צו קויפן פאר מיינע קינדער פאר חנוכה!!!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לית דין בר נש האט געשריבן:כל הכבוד
יעצט לאמיר נאר האפן די נעקסטע מאל די ראש הכולל שטעלט מיר אפ פארוואס איך האב שוין גענומען מיין פערדע קאווע זייט אנהייב סדר וועט ער מיר אויך פרעגן וואס איך פלאן צו קויפן פאר מיינע קינדער פאר חנוכה!!!

אך און וויי צו אזא כולל וואו דער ראש הכולל האט נישט בעסערס צו טון נאר האלטן חשבון וויפיל קאוועס דער עולם טרינקט און וויפיל מאל מ'איז געווען אין בית הכסא... :roll:
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אנדערע פאליציי סטאנציעס מאכן נאך דעם שפיל. דא קענט איר זעהן ווי ראביי בצלאל מרינאווסקי א חב''ד שליח אין טעקסאס (ער סאונד ווי ער שטאמט פון ישראל) ווער ''פארכאפט'' דערין.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א פאטער אין פלארידע האט געוואלט אנפראקן זיין 12 יעריגע טאכטער פארן זיין עזות'דיג... די טאכטער האט אים געווארנט אז עס איז נישט לעגאל... דער פאטער האט נישט געכאפט קיין התפעלות, און אנגעקאלט די פאליציי זיכער מאכן אז עס איז אויסגעהאלטן לויטן געזעץ (עס איז יא... עלטערן האבן געזעצליך די רעכט דערצו). און דער פאטער האט ליתר שאת אראפגערופן א פאליציאנט אלס משגיח זאל זיין דארטן בשעת מעשה און צוקוקן ווי ער לייגט איר איבער...

https://www.yahoo.com/parenting/dad-cal ... 88537.html
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א 17 יעריגער יוגענטליכער וואס איז ארעסטירט געווארן האט באקומען א אויסצייכענונג נאך וואס ער האט געראטעוועט דעם פאליציאנט וועלכער האט אים ארעסטירט... דער אפיציר איז צאמגעפאלן און דער יוגענטליכער האט געפאדערט הילף און דאדורך געראטעוועט זיין לעבן.

http://www.cbsnews.com/news/after-arres ... YHF4eb9d17


בילד
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

ווען נישט ער ראטעוועט אים וואלט ער נאך געווען שילדוג אין זיין טויט.
וועגן דעם האט ער אים געראטעוועט!
נישט אזוי?!
פארשפארט