יונגערמאן, ביהעיוו!
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
אין דעם אמת'ן קאווע שטיבל אין סמעדריש שטיי איך אפט מאל געפלעפט, ווי צענדליגער מענטשן טרינקען זייערע קאוועס - פאר אומזיסט, שטייצעך - ס'דאך דא א נדבן - און לאזן איבער די שמוציגע גלעזלעך אויפן טיש און אויפן סינק און וואו נישט. צענדליגער שמוציגע גלעזלעך וואלגערן זיך ארום איבעראל, נכלל אויף דער ערד. פארוואס די חיות בצורת אדם קענען נישט ווארפן זייער שמוץ אינעם גרויסן מיסטקאסטן וואס איז ספעציעל צוגעשטעלט אויפן פלאץ ממש א שפאן אוועק, איז גענצליך אומפארשטענדליך פאר מיר. מדות מגונות? חסר דעה? אוממענטשליך? סעלפיש? פארדארבן? אדער אלל אף דע עבאוו? איך לאז אייך פיקן דעם ריכטיגן ענטפער.
נא, מילא. מענטשליכקייט פארנעמט דאך נישט קיין מקום ביי א חסיד'ישן איד. וואס קען מען שוין ערווארטן. אבער יעצט, אום סוכות, וואס מיר זענען מהדר מיט כל מיני הידורים, שטעלט זיך די קשיא פי כמה. די בתי מדרשים בויען גרויסע סוכות כדי דו זאלסט האבן וואו צו טרינקען דיין אומזיסטע קאווע און זיך קענען אויסטשוכען. אסאך זענען נאך שענער, און זיי טראגן ארויס די מילך אין סוכה כדי דו זאלסט עס האבן צו די האנט און זיך נישט דארפן שלעפן גאר לאנגזאם מיט א איבערגעפילטן גלעזל קאווע און אנגיסן אויפן וועג די דורכגאנג, די טרעפ, און די אייגענע בעקישע. כה לחי. אבער אין א סוכה, זאגט די הלכה, טאר מען נישט איבערלאזן שמוציגע כלים, דאס איז א בזיון פאר די הייליגע סוכה. קומען אבער די סעלפישע ראצערס, וואס ביי זיך אין די סוכה אינדערהיים זענען זיי מהדר מיט כל מיני הידורים און די שענסטע עלעקטריק סיינס, און זאגאר מקפיד אויף יעדן חומרא און מנהג קל, און אין דעם ביהמ"ד סוכה לאזט מען איבער די שמוציגע קאווע גלעזלעך אויף די טישן און אויף דער ערד, ממש א בושה און א חרפה! ווי מען האט שוין אמאל ממליץ געווען, מה נורא המקום הזה, ווי שרעקליך קוקט אויס דער פלאץ דא, אין זה כי אם בית אלקים!
יונגערמאן, טראכט איבער צי דו האסט א חלק אין דעם בזיון סוכה, אין דעם חילול ה'. אויב יא, זעה צו מתקן זיין ביי דיר און מעורר זיין אנדערע דערוועגן.
יונגעמאן, ביהעיוו!

וירח ה' את ריח הניחוח
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 833
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
- האט שוין געלייקט: 2105 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל
עפעס פאזעטיוו
שמעקעדיג האט געשריבן:יא, איך ווארט אויך. מערצאשעם, עוד חזון לאחר המועד.
אךי האב נארוואס אריינגעוואקט אין א סוכה, און עס איז נישט געווען קיין איין קאפ אויפן פלאר!
מי כעמך ישראל!!
.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
שמעקי, און פון וואנען וועט מען נעמען קאפס צו שיילן פאום, אריינלייגן די צומאלענעם קאפ אין א צווייטער קאפ מ'האט אנגעשטאפט מיט ראציגע טישוס וועלעכע מ'וויל צוליב עין הרע נישט אראפווארפן אויף דער ערד, און דאן אנהייבן דעם עבודה פון ווינדשאויוולען דעם קאפ. די קלעבעדיגע שנייעלעך וועלן זיך צופליהן ווי פאשקעווילן פון א שנעל פארענדע קאר, און נאר די וועגעדיגע טישוס וועלן פארבלייבן אינעם גלעזל ווי די הייפעלע אידן אנטקעגן משיח. טראכט אביסל פונעם אנדערן זייט, יעדע מעשה האט צוויי זייטן. איך גלייב נישט דו ווילסט מבטל זיין דעם מצווה.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 319
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
- געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
- האט שוין געלייקט: 452 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
Re: יונגערמאן, ביהעיוו!
איך בין יעצט דורכגעגאנגען דעם אשכול, איין נקודה וואס איז אסאך ארום געשמועסט געווארען איז אז ביי גויים איז אפשר טאקע דא מענשליכקייט, חוץ מזה אז סאיז א פאלשער שמייכל, זענען מיר סאך בעסער ווייל מיר טוען חסד.
דעס איז א נושא אויף וואס איך וויל שוין לאנג שרייבן, עס פארלאנגט זיך אסאך אריכות, און אסאך ארבעט, ואין לי פנאי כעת, וועל איך עס אנרירן אויפן שפיץ גאפל.
אמת טאקע מיר זענען שטארק מחונך צו טוען חסד, אונז אטעמען חסד, איינער קען פארברענגען שעות פאר א צווייטען איד אפי׳ ער קען אים ניטאמאל אויפן נאמען, אבער מען געט זיך אוועק, דעס איז חסד, אבער עס האט זילטש מיט מענטשליכקייט, עס איז א מדה פאר זיך, ממילא איז עס נישט קיין העכערע דרגא, עס איז עפעס אנדערש אינגאנצען.
לעומת זה מענטשליכקייט איז מכבד זיין א צווייטן, אנערקענען אז איך בין נישט דער איינציגסטער אין די ד׳ אמות, און געבן פאר יענעם זיין ספעיס, אפילו דער שמייכל איז א פאלשער, אבער וואס ליגט אונטער דעם איז געבן פאר יענעם זיין אייגענע ספעיס אז ער זאל זיך פילן באקוועם, ווי אויך איז דא אנגענומע אנושיות כדי זאכן זאלן פארן אויף א סדר, היות עס זענען נאך מענטשען און איך דארף זיך מיט אים רעכענען.
איך ווייס נישט אויב מען פארשטייט וואס איך וויל דא ארויסברענגען, אבער ווי געזאגט האב איך נאר געוואלט דערמאנען אויפן שפיץ גאפל, איך האף אז עוד חזון למועד, וסימן לדבר אונטער דעם ליגט דער חילוק פון ליבשאפט און רעספעקט, און די וויכטיקייט פון ביידע, וואס נאר דאס פארשטיין אליין קען מאכן א ריזיגע חילוק פון א מענטשעס באנעמונג מיט זיינע ארומיגע, און בעיקר ווי פארשטענדליך בין איש לאשתו.

רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: יונגערמאן, ביהעיוו!
די גוישע מענטשליכקייט האט נישט קיין קיום א ראיה פון די דייטשן וואס זענען מלפנים געוועין זייער מענטשליך מה שאין כן די יודישע מענשליכקייט שטאמט פון די ווארט אדם וואס איז ר"ת ד'רך מ'צוותיך א'רוץ (ר נחמן) די מענטשליכקייט האט א קיום ווייל עס איז על פי דרך התורה און עס האט א קיום וועסט זעין אפילו גרויסע שונאים וועלן טוהן טובות איינער פארן צווייטען אונטערן טיש בעת דחקו אבער ביי א גוי איז עס א זעלטן הייט ביי זיי איז עס נאר חיצוניות צו אויסקוקן ווי א נייס גיי.
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: יונגערמאן, ביהעיוו!
חסד איז אויך א העכערע דרגה,
ב. כמיין אז די סיבה פון חסרון המענטשליכקייט וואוזוי דו רופסט עס במחנינו איז מחמת ברודערשאפט און היימישקייט וואס איז דא, מיט א פרעמדע פירט מען זיך אויף אסאך שענער ווי מיט א ברודער למשל.
ב. כמיין אז די סיבה פון חסרון המענטשליכקייט וואוזוי דו רופסט עס במחנינו איז מחמת ברודערשאפט און היימישקייט וואס איז דא, מיט א פרעמדע פירט מען זיך אויף אסאך שענער ווי מיט א ברודער למשל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: יונגערמאן, ביהעיוו!
נאכן איבער ליינען זעי איך איך האב נישט פארשטאנען וואס די האסט געשריבן מעיקרא די עיקר שאלה איז טאקע וואס איז די אפטייטש פון מענטשליכקייט זיך רעכענען מיט יענעם אדער טוהן טובות פאר יענעם.
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: יונגערמאן, ביהעיוו!
מענטשליכקייט איז נישט טאן טובות, מענטשליכקייט איז מכבד זיין יענעם, אנערקענען אז ער האט א ווערט, כהאב אמאל געהערט פון איינעם א געדאנק, אז אויך טון חסד דארף גיין צוזאמען מיט מכבד זיין יענעם, אנדערש טוסטו יענעם א ׳טובה׳ און דו שפירסטעך ווי א גרויסע צדיק, אנדערש ווען דו טוסט עס מתוך מכבד זיין יענעם שפירסטו אז דו האסט א זכי׳ אז דו קענסט יענעם טון די טובה, אזוי ווי ברענגען א גלאז טיי פארן רבין.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 319
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
- געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
- האט שוין געלייקט: 452 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
גר ותושב האט געשריבן:די גוישע מענטשליכקייט האט נישט קיין קיום א ראיה פון די דייטשן וואס זענען מלפנים געוועין זייער מענטשליך מה שאין כן די יודישע מענשליכקייט שטאמט פון די ווארט אדם וואס איז ר"ת ד'רך מ'צוותיך א'רוץ (ר נחמן) די מענטשליכקייט האט א קיום ווייל עס איז על פי דרך התורה און עס האט א קיום וועסט זעין אפילו גרויסע שונאים וועלן טוהן טובות איינער פארן צווייטען אונטערן טיש בעת דחקו אבער ביי א גוי איז עס א זעלטן הייט ביי זיי איז עס נאר חיצוניות צו אויסקוקן ווי א נייס גיי.
די דייטשען ימח שמם, האבן זיך אויפגעפירט מענטשליך צו א צווייטן, אבער אונזערע עלטערן האבן זיי געלינטשט ווייל זי האבן זיי געהאסט, זיי האבן געהאט א שנאה, זיי האבן געהאלטן אז געוויסע גרופעס פון מענטשען ברענגען אונטער די ציוויליזאציע, ממילא האט ער אים ׳אוועקגענומען׳ זיין פריוואטע ספעס, און עווענטואל אויך זיין לעבן
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 319
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
- געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
- האט שוין געלייקט: 452 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
גר ותושב האט געשריבן:נאכן איבער ליינען זעי איך איך האב נישט פארשטאנען וואס די האסט געשריבן מעיקרא די עיקר שאלה איז טאקע וואס איז די אפטייטש פון מענטשליכקייט זיך רעכענען מיט יענעם אדער טוהן טובות פאר יענעם.
האט זיכער נישט מיט טוען טובות.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 319
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
- געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
- האט שוין געלייקט: 452 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
ירא שמים האט געשריבן:חסד איז אויך א העכערע דרגה,
העכערע דרגה פון וואס?
ירא שמים האט געשריבן:ב. כמיין אז די סיבה פון חסרון המענטשליכקייט וואוזוי דו רופסט עס במחנינו איז מחמת ברודערשאפט און היימישקייט וואס איז דא, מיט א פרעמדע פירט מען זיך אויף אסאך שענער ווי מיט א ברודער למשל.
והא ראי׳ וואו מיר זענען נישט היימיש, זענען מיר טאקע עפעס ספעציעל מענטשליך, נישט אזוי?
ועוד דער רויבער וואס וואקט אוועק מיט מיין זעקל איז אויך ווייל ער שפירט זיך היימיש דערמיט, שפיר דיך נישט ׳אזוי׳ היימיש מיט מיר ביטע..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אהרן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: יונגערמאן, ביהעיוו!
העכערע דרגה האב איך זיך באצויגען צו דיין לשון.
ב. קלאר דיך אביסל אויס ווייל בוסטעך סותר מני׳ ובי׳.
ב. קלאר דיך אביסל אויס ווייל בוסטעך סותר מני׳ ובי׳.
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: יונגערמאן, ביהעיוו!
יעדע רשעות אין די וועלט האט א אידאלאגיע, למשל איך האב א אידאלאגיע פון בשבילי נברא העולם, און יענעמס עקזיסטענס אינטערעסירט מיך נישט, וויי שאד איט? איך קען ארויסגעבן א גאנצע ביכל מיט ראיות ברורות אויפצואווייזען די טעאריע.אהרן האט געשריבן:גר ותושב האט געשריבן:די גוישע מענטשליכקייט האט נישט קיין קיום א ראיה פון די דייטשן וואס זענען מלפנים געוועין זייער מענטשליך מה שאין כן די יודישע מענשליכקייט שטאמט פון די ווארט אדם וואס איז ר"ת ד'רך מ'צוותיך א'רוץ (ר נחמן) די מענטשליכקייט האט א קיום ווייל עס איז על פי דרך התורה און עס האט א קיום וועסט זעין אפילו גרויסע שונאים וועלן טוהן טובות איינער פארן צווייטען אונטערן טיש בעת דחקו אבער ביי א גוי איז עס א זעלטן הייט ביי זיי איז עס נאר חיצוניות צו אויסקוקן ווי א נייס גיי.
די דייטשען ימח שמם, האבן זיך אויפגעפירט מענטשליך צו א צווייטן, אבער אונזערע עלטערן האבן זיי געלינטשט ווייל זי האבן זיי געהאסט, זיי האבן געהאט א שנאה, זיי האבן געהאלטן אז געוויסע גרופעס פון מענטשען ברענגען אונטער די ציוויליזאציע, ממילא האט ער אים ׳אוועקגענומען׳ זיין פריוואטע ספעס, און עווענטואל אויך זיין לעבן
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: יונגערמאן, ביהעיוו!
א שטיקל ראי׳ צו אזא מושג פון די גמרא אין ביצה דף כח.ירא שמים האט געשריבן:חסד איז אויך א העכערע דרגה,
ב. כמיין אז די סיבה פון חסרון המענטשליכקייט וואוזוי דו רופסט עס במחנינו איז מחמת ברודערשאפט און היימישקייט וואס איז דא, מיט א פרעמדע פירט מען זיך אויף אסאך שענער ווי מיט א ברודער למשל.
והא הנהו שב בניתא דאתו לבי רבי ואשתכח חמש מנייהו בי ר' חייא ולא קפיד ר''ש ברבי אמר רב פפא שדי גברא בינייהו אי ר' חייא ור' ישמעאל בר' יוסי אי ר''ש ברבי ובר קפרא
רש״י.דהנהו שב בניתא. שבעה דגים שבאו לרבי ונמצא שנטל רבי חייא חמש והוליכן לביתו: ולא קפיד רבי שמעון ברבי. לומר משל אבי הוא נזון יותר ממני: אי ר' חייא ור' ישמעאל בר' יוסי. היו אותן שחלקו שהן היו רגילין ליקח זה עם זה אי ר''ש ברבי ובר קפרא.
דהיינו, אז היות זיי פלעגן קויפן צוזאמען כסדר האבן זיי נישט אזוי מקפיד געווען אויפן פונקטליכען צוטיילונג.