א איד צו זיין איז ביליג, א איד צו זיין איז גוט, לאמיר אלע...

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חכם באשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 265 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 224 מאל

א איד צו זיין איז ביליג, א איד צו זיין איז גוט, לאמיר אלע...

שליחה דורך חכם באשי »

ווער קען דען נישט דעם ניגון'דל, א איד צו זיין איז טייער א איד צו זיין איז גוט, לאמיר אלע טאקע זיין אן ערליכע איד!

איך ווייס נישט ווי דער מחבר פון דעם ניגון האט געוואוינט, און אין וואסארא שלחן ערוך ער האט עוסק געוועהן.

א "איד" צו זיין איז ביליג:

אתרוג פון א זאק ארויס, אזוי ווי דער בילד פון ה. הכטקויפט. 10 צענט.

לולב פון דער בעזים הענדלער. א קוואדער.

הדסים און ערבות, בחינם פונעם שכן'ס בוים, ברשות כמובן.

א סוכה אויפ'ן גאניק מיט א בלויע פלעסטיק שלאק ארום און ארום פאר א דופן. א העיר-קאט אויפ'ן בוים פראדוצירט אביסל סכך.

אפאר לעכטלעך פאר פרסומא ניסא חנוכה.

איסתירא בלגינא פאר א גראגער פורים.

איר מאכט א פדיון הבן? ס'קאסט אייך גענוי 5 סלעים.

א ברית? שנייד אפ, און עס דיך דיין פרישטיג אינאיינעם מיטן מוהל וסנדק. יעדער מיט זיין ברויט און קנאבל.

לכבוד פסח קוועטשט אייך אויס אייער געווענדליכע געהענגל טרויבן פאר וויין, און אנשטאטס באקן ברויט באקט עס אלץ מצה. זעלבע קאסט פון סתם עסן און טרינקן.

גראז פאר שבועות, נעמט פון אייער בעק-יארד.

וויפיל האט אייך געקאסט צו זיין א איד? גארנישט מיט נישט. ביליג.

ועכשיו שלא זכינו, דארף מען טוישן דער ניגון צו "א בהמה צו זיין איז טייער, א נאכטאנצער צו זיין איז גוט, לאמיר אלע טאקע זיין א ערליכע איד...

אתרוג - כמה מאות.

לולב דערי - מאה.

הדסים א'א' שיעור חזו" א - 50 דאללער.

ערבות הגדולים על נחל אמיתי ולא כמו - 10 דאללער.

אתרוג פושקע - 700 דאללער לכל הפחות.

לעדערנע לולב האלטער - 110 דאללער.

פיקעלד פלייש פאר שמיני עצרת - 85 דאללער.

א פאלשע ווקסברגר תורה פאר די קינדער שמחת תורה - 50 דאללער.

מעטשינג אויטפיטס לכל המשפחה פאר יעדן טאג חולעמויד באזונדער - א אלף'ל.

חולעמויד טריפס - 500 דאללער אינקלודינג געז ענד טאללס.

מנורה - אלפיים.

חנוכה פרעזענטס - כמה מאות.

חמשה עשר בשבט שהחיינו'ס - 40 דאללער.

פורים והמסתעף - $1500.

פסח - קאזאק הנגזל, הכל כאשר לכל, ומה ששייר בכיס יניחנו בצינעא.

ל"ג בעומר טיקעט - $3500 אינקלודינג האטעל ענד פוד.

שבועות בלומען - כמה מאות.

אפשערן - $1800 אינקלודינג פעקלעך און טיפס פאר'ן א"ב רבי.

בר מצוה - עשרת אלפים.

חתונה - כמה שניתן ללוות.

פדיון הבן - $3500 באולם שמחות.

ברית - 3 אלפים אינקלודינג וואכנאכט מיט טיפ פאר'ן וועיטער.

היוצא לנו, א "איד" צו זיין איז ביליג... א איד צו זיין איז 'טייער' בלויז ווען מען איז עפעס אנדערש ווי בלויז א "איד".

-----
דאס איז סתם א נער'ישע אבזערוואציע ארטיקל, נישט קיין "סיסטעם" ארטיקל, און איז נישט געשריבן געווארן אינעם גייסט פון רוגזה אדער תרעומות.
אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר