ר' [tag]יאיר[/tag]'ס נייע חתימה: [left]this world in itself is so fantastically mysterious, so challengingly marvelous, that not to realize that there is endlessly more than I can see, express, or even conceive, is just being underdeveloped intellectually ~ abraham joshua heschel[/left]
חוץ פון דעם שיינעם אונטערשריפט, איז אן עקסטערע שמחה אז החכם השלם רבינו יאירא סבא האט כנראה איינגעזעהן אז די מענטשליכע ראסע האט נאך יא האפענונג, בבחינת ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
שליח האט געשריבן:חוץ פון דעם שיינעם אונטערשריפט, איז אן עקסטערע שמחה אז החכם השלם רבינו יאירא סבא האט כנראה איינגעזעהן אז די מענטשליכע ראסע האט נאך יא האפענונג, בבחינת ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין.
[tag]שליח[/tag], פון וואו נעמסטו דער assertion? איך מיין אז ראביי העשיל'ס ווארט גאראנטירט אונז אז נישט קיין חילוק ווי אלט מיר ווערן, ווי קלוג מיר ווערן, און וויפיל מיר פארשטייען וועלן מיר קיינמאהל "גארנישט" וויסן!
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
@הוגה, העשל זאגט נישט אז מיר וועלן גארנישט וויסן, ער זאגט נאר אז מיר וועלן קיינמאל נישט וויסן "אלעס". קעגן יעדן ביט פון אינפארמאציע וואס מיר האבן איז דא צען וואס מיר פארמאגן נישט. @שליח, עס איז מיר א זכיה אז איך האב דיר משמח געווען אין א זמן שמחתינו. איך בין זיכער אז דער איש האלקים הרב העשל אויבן אין הימל פרייט זיך מיט. ער איז באמת דער פערפעקטער דוגמא פון האפענונג אין די מענטשליכע ראסע, זיין אפטימיזם און פייערדיגע געטליכע ווערטער שטעלן פאר דער אידישער גייסט פון ליבשאפט און אמונה אין דעם מענטש טראץ אלע זיינע חסרונות. איינע פון העשל'ס וויכטיגסטע ביכער איז god in search of man, וואו ער ברענגט ארויס די אמונה וואס גאט האט אין אונז (יא, איר הערט גוט), ליינענדיג ארויס פון די תורה. אידן זינדיגן איינמאל און נאכאמאל, מען ווייזט דעם רוקן צו גאט, מען שפייט אים אין פנים, אבער גאט גיבט נישט אויף. אויב גאט האט נאכנישט אויפגעגעבן אויף די מענטשליכע ראסע נאכ'ן ליידן פון זיי אזויפיל יארן, ווער בין איך, שפל שבשפלים, חדל האישים, דל ונבזה, צו אויפגעבן??
יאיר האט געשריבן:@הוגה, העשל זאגט נישט אז מיר וועלן גארנישט וויסן, ער זאגט נאר אז מיר וועלן קיינמאל נישט וויסן "אלעס". קעגן יעדן ביט פון אינפארמאציע וואס מיר האבן איז דא צען וואס מיר פארמאגן נישט.
פאר יעדע ביט אינפארמאציע איז דא אינפינייט אינפארמאציע וואס מיר פארמאגן נישט. שטעל דיר פאר אז איך נעם איין טריט אדער אפילו הונדערט טריט צו מזרח זייט, בין איך יעצט נענטער צו ירושלים? בערך אזוי פיל האפענונג (אדער ווייניגער) גיבט העשל פאר אונז. די איינציגסטע האפענונג איז צו וויסען אז ס'דא אינפינייט חכמה, געטליכקייט און beauty.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
הוגה, דאס דארף שוין אריינגיין אין דעם אינפיניטי אשכול... אבער לסבר את האוזן, קלער איך אז אין הכי נמי, כלפי די "אינפארמאציע" ווייסן מיר קיינמאל גארנישט, אבער כלפי "אונז" ווייסן מיר יא. דאס איז פשט אז מיר קענען קומען נענטער צו גאט, אבער דאס מיינט נישט אז מיר קענען אים משיג זיין אפילו כמלא נימא.
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
ניבא ולא ידע מה ניבא: אדער וועסטו זיין א גרויסע דיין, אדער א שייגעץ! נישטא אנצווישן... (מגי"ש אין ישיבה) ער איז גערעכט געווען, נאר א טעות געמאכט אין די טיטלען. אונזער מוסר השכל: עד מתי אתם פוסחים על שתי הסעיפים? אז מען ליגט אינצווישן ווי א סעיף ווערט מען צעטראטן פון ביידע זייטן.
די דברי חכמה זענען באזירט אויף די באקאנטע proverb: "When life gives you lemons make lemonade". דאס דארף צו זיין אן אפטימיסטישע וועג אנצוקוקען דאס רעאליטעט פון די לעבן.
איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען דער cliche און איך האב עס אלעמאל אנגעקוקט גאר נער'יש. כ'מיין, וואס אויב איך האב נישט קיין פיטשער אין וואס צו מאכן די לעמאנאדע? ווער זאגט אז איך פארמאג בכלל וואסער און צוקער, אפשר האט מיר life געגעבן לעמאנס און נאר לעמאנס? ואת"ל אז כ'פארמאג יא די אלע זאכן, מאן יימר אז life גיבט מיר די טשאנס צו מאכן לעמאנאדע, אפשר שטאפט ער עס אראפ מיין האלדז בעפאר איך האב א טשאנס צו טראכטן פון מאכן לעמאנאדע?
עד שבא חכם אחד, און ער איז געווען לאנגווייליג אין טוילעט, און בשעת'ן ירידת השפע האט ער אונז מגלה געווען די אמת'ע ווערסיע פון די געוואלדיגע דיבורים.
If life gives you lemons, just shut the @#$& up and eat the lemons. ~ intelligent guy on the wall in a public lavatory
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
מ'קען אפשר ממתיק זיין א מער פאזיטיווער טייטש. וחסורי מחסרי והכי קתני, בערך אזוי. If you think that "life" gives you only Lemons , think again! And perhaps you'll find that you can turn it into Lemonade
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
דאס איז געהעריג מגלה פנים שלא כהלכה! וואס מיינסטו, אז מיר זענען רעפארמער וואס קענען אריינלייגן ווערטער וואו מ'וויל נאר ווייל די פשט שטימט בעסער אזוי?
On a serious note, ס'קען זיין אמאל אז ס'מאכט זיך אז ס'לעמענאדע און נישט לעמאנס. אבער געווענטליך, אויב זעהט עס אויס ווי לעמאנס און די טעם איז ווי לעמאנס איז עס לעמאנס.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
[tag]יאיר[/tag] דיין חתימה ווי פאלגענד אהבת כל הטבע קודמת לכל. אחריה אהבת כל האדם. אחריה אהבת ישראל, שכוללת הכל, שעתידין ישראל לתקן כל המעשים. כל אהבות אלו הם אהבות מעשיות; לאהוב אותם, לעשות להם טובה, ולגרום להם עילוי. נעלה על כולן אהבת ה', שהיא אהבה שאינה גוררת בעצמותה שום דבר, כי אם מה שהלב מלא ממנה. זהו האושר היותר נשגב. (דברי יואל) ווי אין דברי יואל שטייט עס ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)