עמדה לו חמה לרבי יהושע (עילוי #2)
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
עמדה לו חמה לרבי יהושע (עילוי #2)
שוין, על שדה איש עצל עברתי.
קיינמאל נישט געווען דער פלאן אז דא זאל זיך אפשפילן א המתחיל במצוה אומרים לו גיימיר אלע. איך בין געווען זיכער אז דער עולם וועט ממשיך זיין, משה געציל האט מיר צוגעזאגט א מאמר איבער הרב הגאון רבי רפאל שארר שליט"א, א איד אן אמת'ער גדול בתורה פון שענסטן קאליבער וואס איך וואלט אים גע'עצהט צו ציילן זיינע ווערטער והזהרו בגחלתן. העמיר מוזן צוו ווארטן מיט געדולד ביז משה געציל וועט מקיים זיין דעם מוצא שפתיך תשמור.
2. באקענט אייך מיט אונזער צווייטן עילוי אויף דער רייע, מעלת כבוד הדרת גאון תורתו הרב הגאון רבי יהושע יהודה גליק שליט"א.
א איד א תלמיד חכם עצום וואס וואוינט אין בארא פארק. ער איז דער דער ראב"ד פון ביד"צ גבעת המורה.
געבן מיר איבער דעם ווארט פאר הרב גליק אליין, וויאזוי ער שטעלט זיך פאר אויפ'ן וועב זייטל פונעם בי"ד גבעת המורה.דאט ארג, וז"ל: "אונזער ראש בית דין איז די וועלט באקאנטע הרה"ג רבי יושע גליק שליט"א וואס איז א תלמיד פון די סלאבאדקע ישיבה און א גאון עולם אין בקי בש"ס ופוסקים, און א עילוי אין הלכה'דיגע אספעקטן". נו, האבן מיר א הודעת בעל דין אז ער איז טאקע ראוי לאותו איצטלא, און געהערט אריין דאהי אין דעם אשכול.
הומאר אין א זייט געלייגט, דער ראב"ד שליט"א איז א איד וואס הארעוועט בד' אמות של הלכה שוין צענדליגער יארן כולן שוין לטובה, כשרונות פון א זשעני אין פולן זינען פון ווארט, געדענקט יעדן ש"ך אין חושן משפט מיט'ן לשון, און אז איר באגעגנט דעם ראב"ד איז נישט קיין ספק אז איר זאלט אייך אויפשטעלן פאר אים מלוא קומתו כראוי וכיאות לכבוד התורה.
דער ראב"ד איז אויך דער מחבר פונעם ספר עמק יהושע, א פירוש אויף ירושלמי מסכת דמאי, וואס איז בשעת הוצאתו לאור פארקויפט געווארן אין גרעסערע בתי מדרשים אין א קעסטעלע, פאר א מינימאלער אפצאל.
אינעם ספר איז דער מחבר דוגל אין אן אייגנארטיגן דרך אין לימוד הירושלמי. ווי ער שרייבט אין דער הקדמה איז דער ספר אזויווי training wheels וויאזוי צו לערנען ירושלמי. אויך טענה'ט דער ראב"ד אז 80% פראצענט קישוי וואס מ'האט אין הבנת התלמודים קומט ווייל ס'פעלט punctuation and paragraphs, און דער ראב"ד איז ממלא דעם חלל אין זיין ספר.
דער ראב"ד באנוצט זיך אסאך מיט'ן שפת המדינה דורכאויס זיין פירוש, ספעציעל ווען ס'קומט צו שילדערן די אלע אומבאוואוסטע געוואוקסן וואס ווערן אויסגערעכנט אין די מסכת, אויך דריקט דער ראב"ד אויס ביקורת אויפ'ן גאנצן אנגענומענעם דרך הלימוד פון מקשר זיין נימא בנימא כאילו אלעס דארף שטימען מיט אלעס, און ווי ער טענה'ט איז דאס קלאר נישט ריכטיג - קוקט אריין, איר וועט הנאה האבן.
דער ראב"ד זאל זיין געזונט האט געגרינדעט זיין בי"ד צוליב די קארופציע פון די היינטיגע בתי דינים, און ביי אים אין בי"ד קאסט א דין תורה נישט קיין געלט, אויסער די מינימאלע אפצאל פון שכר בטילה, בערך אויף א פארנעם פון בי"ד צדק שמרו משפט אין מאנסי בנשיאות הרב געשטעטנער שליט"א. פארשידענע סערוויסעס פונעם בי"ד ווערט צוגעשטעלט אנליין. אויפ'ן וועבזייטל וועט איר אויך באגעגענען אן עקסעל שיעט פון הונדערט און עטליכע דרייסיג מסרבים לדין פון דורכאויס די יארן.
דער ראב"ד איז א איד וואס בד בבד מיט זיינע גדל'ישע אייגנשאפטן פירט ער זיך מיט אן עניוות און פשטות. טראגט אמאל א דזשעקעט כפשוטו עם, פירט א ביציקל לעת הצורך, און צומאל אפילו ראלער בלעידס.
אין צוגאב צו זיין גדלות בתורה איז דער ראב"ד א בקי נפלא אין חכמת האסטראנאמיע התכונה והמסתעף. דער שרייבער פון די שורות האט אמאל אנגעפרעגט דעם ראב"ד וואס איז געווען זיין ערשטער אריינפיר אין דער וועלט פון אסטראנאמיע. דער תירוץ איז געווען: די הקדמה פונעם בעל תפארת ישראל זי"ע צו זיין פירוש אויף משניות סדר מועד מיט'ן נאמען "שבילי רקיע". דאס האט דער ראב"ד אדורכגעלערנט אלס יונגל ביי די צוועלף יאר.
אין א געוויסער תקופה האט טאקע דער ראב"ד שליט"א פארגעלערנט דורכאויס די לאנגע ווינטערדיגע מוצאי שבתים א שיעור אין חכמת התכונה, אין ביסטריצער ביהמ"ד אין בארא פארק. דאס השתתפות ביים שיעור האט פארלאנגט א מינימאלער אפצאל. דער ראב"ד שליט"א איז געבענטשט מיט אן איידעלן נאטור און זיסער צוגעלאזענער שפראך.
כפי השמועה, זענען זיך א גרופע יונגעלייט צוזאמענגעקומען אין א דאנערשטאג נאכט ליל שישי, אין שטוב פון הרב הגאון רבי יהושע נתן פייפער שליט"א, אבד"ק ברכת מנחם, ערב דעם פארלאפענעם ערב פסח תשס"ט, ווען דערביי האט דער ראב"ד פארגעלערנט אן אינהאלטסרייכן און טיפזיניגן שיעור איבער תהלוכת החמה, צום בעפארשטייענדן מצות קידוש החמה.
אויך איז דער ראב"ד שליט"א געווען דער עורך און ארויסגעבער פונעם וועכנטליכן גליון מיט'ן נאמען "תחכמוני" (אפס, ס'קלינגט א רויטע בעל...) מיט פארשידענע טשיקאווע מדורים און נושאים פון וואס דער עולם התורה האט שטארק געקוואלן, און איז אונטערגעגעגאנגען צוליב א געלט מאנגל.
איין זאך געדענק איך ווי עס איז נתברר געווארן אז דאס וואס חז"ל זאגן אז א רשות הרבים איז ווען ס'איז דא שישים רבוא בוקעים בכל יום, איז לאו דוקא, והראי', ווען א מענטש זאגט ס'איז געווען "טאנס אוו פאד", מיינט ער דען צו זאגן אז ס'איז געווען ממש טאנען פון עסן, ס'איז בלויז א שפריכווארט אז ס'איז געווען אסאך צו עסן. די זעלבע בנידון דידן מיינען חז"ל צו זאגן אז א רשות הרבים איז א פלאץ ווי אסאך מענטשן דרייען זיך, ונקטו בלשון גוזמא שישים רבוא! די בלעטלעך זענען געווען צו קריגן אנליין. לעת עתה קען איך נישט טרעפן דעם לינק, ווער עס קען ארויסהעלפן מיט דער זיכעריי למצוה גדולה יחשב.
וואונטשען מיר פאר'ן ראב"ד למען יאריך ימים על ממלכתו, ער זאל ווייטער קענען אויפטון גדולות ונצורות פאר'ן כלל, וכל דיין שדן דין אמת לאמיתו משרה שכינה בישראל סנהדרין ו' ב'.
דא האט איר א לינק צום וועב זייטל פונעם בי"ד givashamorah.org
דא האט איר א לינק צום ספר עמק יהושע אויף היברו בוקס עמק יהושע
און דא האט איר א קליפ אויף יוטוב פון איינע פון די שיעורים אין ביסטריץ, מערקט דעם ראב"ד מיט בגדי שבת.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Qwh7iiXtTgI[/youtube]

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום מאראנצןזאפט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- חכם באשי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 151
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'האב שוין מורא צו רופען א חבר אדער א פערזענליכקייט צו מיר אין שטוב
מאראנצןזאפט ווערט געוואר און וועט מיר באזינגען אין די גאסן...
איר מיינט צו זאגן אז איר הייסט פייפער? געראדע, [tag]קאווע טרינקער[/tag], דער לאקאציע שטימט.... מיר פארשטייען זיך אויפ'ן ווינק?
אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]
- חכם באשי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 151
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל
מאראנצןזאפט, זייער שיין.
ליידער, האט דער בורא נפשות רבות אזוי אריינגעלייגט אין די בריאה, אז רוב דזיניעס'ס זענען גערירט אביסל אין מח אויכעט.
סוועדער, ראוילינג בלעידס, מערכה כנגד בתי דין כאילו דיינים זענען מחוייב צו ארבעטן בחינם, נישט האבן קיין געהעריגע מקור חיונה, דאס אלעס איז ליידער א האללמארק פון גאונות.
אוי האט חנה ריכטיג געבעטן פון עלי, גבר בגוברין!

איך וואונדער זיך אויב דער רב גליק, אדער אפילו דער מיסטער פייפער וואס מאראנצןזאפט האט דערמאנט, אויב זיי האבן עפעס א עתיד אין כלל ישראל, צו זיי וועלן אמאהל נתקבל ווערן אלס מער ווי סתם א נושא צו באשרייבן.
אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- שליח
- ידיד השטיבל
- הודעות: 167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
- געפינט זיך: th dimension'∞
- האט שוין געלייקט: 459 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל
זייער שיין און זאפטיג ר' מאראנצןזאפט.
כ'האב אמאל אריינגעבליקט אינעם עמק יהושע (ער האט אויף נאך אסאך מסכתות, נישט נאר דמאי), אבער נישט וויסנדיג אז דער מחבר איז אן אדם גדול האט עס אויסגעזעהן זייער קאמיש...
איז דא ערגעץ וואו מ'קען זעהן זיין גאונות, בשרא דתורא ויינה של תורה? שרייבט ער אפ תשובות וכדומה?
(גראדע סוף עמק יהושע אויף דמאי האט ער דברי חכמים וחידותם און פרפראות לחכמה, גאנץ אינטערעסאנטע חשבונות, אבער כפי זכרוני נישט עפעס אויסטערליש).

ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- חכם באשי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 151
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:איין זאך וואס גבעת המורה בי"ד האט מער פון אלע אלטע בתי דינים איז די ליסטע פון קרוב צו 150 מסרבים....
ס'וואלט געווען כדאי מ'זאל באשרייבן די אנדערע דיינים אויך.
דער "עילוי" ארבעט מיט אזא לאגיק: מען מוז קומען אדער צו זיין בית דין, ווייל ער איז דאך ארענטליכער פון אלע אנדערע בתי דין וואס נעמען געלט ווי נארמאלע מענטשן און זענען נישט מעורר אויף זיך קיינע חשדות פון מהיכן ירק זה חי וד"ל, און ממילא מוז מען קומען דייקא צו איהם, אדער צו אן אנדערע איפכא מסתברא'דיגע פרי-עפראווד בית דין בחינם, אויב גייט מען אבער צו א געהעריגע בית דין, ווי חיים קאהן, טארטיקוב, מכון להוראה, בית יוסף, אדער בוררות, דאן איז מען זוכה פארשריבן צו ווערן אין דעם תלוש'ס עקסעלל פייל פון 'מסרבים'.
מאראנצןזאפט, הזאת נעמי? עמיצער 'נארמאל' קען אויך זיין א עילוי?
אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל
- חכם באשי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 151
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל
עסקן בדברים האט געשריבן:חכם באשי האט געשריבן: דער "עילוי" ארבעט מיט אזא לאגיק: מען מוז קומען אדער צו זיין בית דין, ווייל ער איז דאך ארענטליכער פון אלע אנדערע בתי דין וואס נעמען געלט ווי נארמאלע מענטשן
זיין לאגיק איז 100% ע"פ הלכה אז הנוטל שכר לדין דיניו בטלים
אנטשולדיגט מיר.... איר האט א בכורות משניות אינדערהיים? לערנט עס דורך ווי א מענטש, און לערנט דורך די סוגיא אין נדרים פון מה אני בחינם און שומר ילדים, און דערנאך עמיר רעדן.
די סעודה ווארט.... צום ווידערזעהן.
אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
ישר כוח באריסטא פאר'ן אפטיילן דעם מאמר אין א באזונדערן אשכול.
נ.ב. דער ישר כוח איז בעלאני, דער עיקר מטרה פון דער תגובה איז ארויפצוברענגען דעם מאמר וואס איז געשריבן געווארן בימי החג ווען נישט אלע האבן עספיעט דאס צו ליינען.
נ.ב. דער ישר כוח איז בעלאני, דער עיקר מטרה פון דער תגובה איז ארויפצוברענגען דעם מאמר וואס איז געשריבן געווארן בימי החג ווען נישט אלע האבן עספיעט דאס צו ליינען.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
פין דער ביסל וואס איך האב געהאט שייכות מיט אים, קען איך זאגען אז קיין עילוי איז ער נישט, ער האט א מוח בינוני, און אסאך גאטס. ער לערנט אסאך, קען וואס ער לערנט, אהן קיין גרויסע חריפות, מען קען הערן זיין שיעור אויף בין השמשות דא פריער קען מען הערן אז קיין חידושים זאגט ער נישט, נאר אביסל גמרא און ראשונים.
בנוגע זיין מהלך אין דין תורות, זיינע חידושים זענען צוויי.
א. אז מען טאר נישט גיין צו א בי"ד וואס נעמט געלט. ממילא ווער ער רופט צו דין תורה מוז מען זיך שטעלען פאר דריי דיינים וואס נעמען נישט קיין געלט פאר דער דין תורה.
ב. אז ער שיקט נישט דריי הזמנות. ער שיקט איין הזמנה, און טאמער קומט מען נישט אויף יענער זמן, איז דא א סירוב. טאמער איינער רופט אהן אז ער קען נישט קומען צו דער באשטימטער זמן, קען ער באקומען א פריעדיגער זמן. נישט שפעטער.
ווער עס ווייסט וואס גייט פאר אין היינטיגער דין תורות, ווען נתבעים שטופען אהן דין תורות מיט כל מיני תירוצים פאר א חדשים לאנג, און די געוועהנליכע בתי דינים וועלען נישט געבען קיין סירוב נאר טאמער מען שטייט זיי אויף'ן קאפ, נאך לאנגע חדשים פין ווארטען. ביי אים איז עס טשיק טשאק, באקומסט א סירוב, און מעגסט גיין אין קארט רופען 311 וכו'.
נעם א משל, איינער האט א טענענט וואס באצאלט נישט קיין רענט, קען עס נעמען ווער ווייסט ווי לאנג ביז מען זעהט זיך ארויס פין דין תורה, און הערשט נאכדעם א יאר מיט דער קארט סיסטעם. ביי אים רופט מען דער טענענט, באקומסט א דאטום א וואך צוויי שפעטער, אויב קומט ער איז גוט, און אז נישט גייט מען אין ערכאות.
ועוד משל, האסט געקויפט אין געשעפט א וואש מאשין וואס ארבעט נישט, דער בעה"ב מאכט זיך נישט וויסענדיג פין דיר, וואס קענסטו טוהן? גיין אין סמאל קלעים'ס קארט? רופט אים אהין, און ביז צוויי וואכען קענט אין מאכען א החלטה אויב יא אדער נישט צו גיין אין געריכט.
היינטיגע אלגמיינע בתי דינים זענען נישט געמאכט בכלל פאר קליינע קעיסעס פין טויזענט צוויי טויזענט דאלאר. עס לוינט נאר צו גיין ווען מען רעדט פין פיפציג טויזענט דאלאר. און דא קומט ער אריין ווי א מלאך מושיע.
אבער, און דא איז דא א גרויסער אבער, דער תובע פארלירט ביי אים מער אפט ווי דער נתבע. ווייל ער גייט בכלל מער מיט די געוועהנליכע טריקענע שולחן ערוך, ווי דער מוציא מחבירו איז גאר שטארק. אין די אנדערע בתי דינים קוקען זיי גאר שטארק אויף דער אמיתית הענין ווער איז גערעכט, און פסק'נן לפי ראות עיניהם ווער איז מער גערעכט. ווי מען רופט עס אין די גוישע געריכטען פסק'נן ביי דער בוך, אדער אראפ פין באנק.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
חכם באשי האט געשריבן:מאראנצןזאפט, זייער שיין.
ליידער, האט דער בורא נפשות רבות אזוי אריינגעלייגט אין די בריאה, אז רוב דזיניעס'ס זענען גערירט אביסל אין מח אויכעט.
סוועדער, ראוילינג בלעידס, מערכה כנגד בתי דין כאילו דיינים זענען מחוייב צו ארבעטן בחינם, נישט האבן קיין געהעריגע מקור חיונה, דאס אלעס איז ליידער א האללמארק פון גאונות.
אוי האט חנה ריכטיג געבעטן פון עלי, גבר בגוברין!
כעת זעה איך נאך נישט פארוואס אנדערע וואס גיין 'וועסטל', 'שווארצע שיך פון לעדער', 'מערכה קעגן גאט'ס פאלק כאילו צו הערן דבר השם דארף מען פארקויפן די אינטערוועש, רייסן סכומים פאר עפעס א שכר בטילה א גאנצער פאלק קען דערפון קריגן אנאינפלוימענט בענעפיטן און נאך איבערבלייבן מיט טאשן געלט', און אוועק נעמען זייער מקור חיונה זיי האבן קוים--זאל זיין סיי וואס מער נארמאל.
אגב, חכם השטיבל יאנקל האט שוין שיין אויסגעשמועסט דעם ענין.
viewtopic.php?f=13&t=2813
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 311
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
געלערענט און כולל מיט עם,און פארברענגט אסאך שעות מיט דעם קערעקטער.
Do me a favor מאראנצען זאפט,מקען עם נאך כאפען אויף א ש״ך און אויף מער וו איין סימן און שו״ע וואס ער האט נאכנישט געזעען.
זיין ווייב איז א שיינע בעל פרנסה ואכמ״ל,ער האט א שפע מיט איבריג צייט,ער איז א שטארקע loner,און ער מאכט אסאך טעותים אפי׳ און astronomy האט ער אסאך געחושט און געמישט, דאס וואס ער האט עס פארגעלערענט האט עם אסאך געהאלפען און קלאר געמאכט,
ער האט אסאך געלערענט אליינס,און געווענטליך איז ער מוראדיג אומקלאר מיט וואס ער האט געלערענט,און די חרב על הבדים וכ״ו ולא עוד אלא שמטפשים זעעט מען אסאך ביי עם.
בכלל לעבט ער און א fantasy land , ער האט געהאט א שווערע יוגענד וואס האט עם שטארק בארירט.
זיין התמדה איז שטארק איבערגעטריבען.

יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 397
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל
ידידי וש"ב רבי יהושע גליק שליט"א בקי בשבילי הרקיע כשבילי בארא פארק, גאון נכבד, ומתמיד מופלא, כמעט שאין כדוגמתו, נישט נאר אויף חושן משפט
קען מען אים נישט כאפען, נאר אויף דברי הרמב"ם וכסף משנה אויך נישט, חידוש.
בכלל נישט קיין שארפע קאף, גראדע אויבער פלעכליך, אבער זיין התמדה ויגיעה ועקשנות על התורה, היינו דאהני ליה,
שטארקע מושלם ווי א חקרן, ידען, פילוסוף, וכל זה שאב מדברי חכמינו ז"ל
איש נחבא אל הכלים בלי רעש ופירסום,
אזוי ווי רוב עילויים ווי איינשטיין איז ער אויך אביסעל מאדנע, אבער קליינע קייטן, וואס נישט ביי יעדעם הייסט עס א מום, ווי למשל גיין צום בי"ד אדער אמאל צו
כולל מיט ראולער בלעידס, מיט זיין נעפ סעק אויף זיין רוקען, אני כשלעצמי זעה נישט דער פראבלעם, מ'טרעפט בספרי השו"ת ווי שוחטים זאלען פארן
פון איין שטעטל צום צווייטען מיט א בייק וכדומה,
ער לערנט אסאך אליינס, אבער שטארקע מעורב בין הבריות, ווער ס'כאפט א שמועס מיט אים, האט הנאה פון זיינע געדאנקען.
ווי קען מען אויסלאזען אז צו דעים אלעם איז ער באקאנט בחכמת הדיקדוק מיט אלע בריסקע קנייטשען, א זעלטענע גוטע בעל קורא, כמעט שאין כדוגמתו,
(אפשר ר' משה מעצגער שיחי' פון שומר שבת קען עים ביטען).
כ'האב אליינס געזעהן ביי עים א באקס מיט נאוט בוקס וואס ער האט זיך אפגעשריבען פאר זיך, דברי תורה, וידיעות שונות, על כל התורה כולה ממש,
יעזור השי"ת שיוכל להפיק זממו הטוב מכח אל הפועל להגדיל תורה ולהאדירה.
קענענדיג דער סיסטעם פון בתי דינים גאר גוט פון דער נאנט, איז ער דער ערליכסטע בית דין, ווי אזוי ס'גייט דיר מודה זיין (שטילערהייט, ביהיינד דער סין) אלע קינדער
פון מורה הוראה'ס און בתי דינים, והדברים ידועים. גראדע איז ער יא שטארק פראקטיש און לאגיש, און נעמט נישט אלעמאל אן דער פאקט פון המוציא מחבירו, ואכמ"ל.
זיין טאטע הייסט הגאון הצדיק רבי טוביה גליק שליט"א א שטארקע ת"ח, פרום, א שטילע יוד,
ער איז אן איידעם ביי הגאון הצדיק חו"פ רבי ישראל טויב שליט"א מוויליאמסבורג בן הגאון הצדיק חו"פ משיירי כנסת הגדולה רבי אהרן צבי טויב שליט"א אב"ד האליין
שם זוגתו מרת הינדא תליט"א, זי ברענגט אריין דער געלט, זי ארבעט מיט ריעט עסטעיט, און מצליח און פארדינט שיין.

I AM SICK AND TIRED ALREADY