ישראל ואורייתא VS תורתך שעשועי VS דרשו

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

ישראל ואורייתא VS תורתך שעשועי VS דרשו

שליחה דורך פרישער »

ישראל ואורייתא VS תורתך שעשועי VS דרשו

אקעי דער זימער איז אפיציעל פארביי, אלע ימים טובים זענען פון אינטער, נישטא מער קיין תירוצים, מען גייט זיך זעצען לערנען, צוריק צום אלטען, נו!! וואס זאל איך לערנען, וועלכע גמרא זאל איך ארויסציען,

ביז היינט האב איך שוין מערערע יארן געלערנט דעים דף היומי, אבער איך מיז זאגען אז כאטש איך האב געלערנט, האב איך דא דארט אויסגעלאזט, נישט אזוי געפעלעך עס קימט נישט צו צי נישט לערנען,

אבער וואס שטערט מיך מיטן דף איז, אז גארנישט פאסירט נישט אויב לערן איך נישט, און ערגער פון דעים שטערט מיך, אז איך מוז נישט קענען, אז איך זעי א גמרא וואס איז מיר נישט אזוי צום הארצען, נישט געפערלעך מארגען איז נאך א טאג מיט נאך א דף, צוריק קוקט א קאזאק,

איך וויל דא אנאליזירן אנדערע לערן פראגראמען א שטייגער ווי ישראל ואורייתא אדער דרשו אדער תורתך שעשועי,

לויט ווי איך קלער אויבן אויף איז דרשו מיטן דף היומי געבינדען, דהיינו אז דרשו גייט לויטן סדר הדף, עס פארענטפערט טאקע דער חלק אז עס איז נישט דא קיינע מעשיות מען מוז קענען, ווייל מען פארהערט, עס איז דא בחינות

די מעלה פון א בחינה איז אן קיין שאלה אז א בחינה אויב מען נעמט עס איז אינגאנצען אנדערש דאס לערנען, ווען איינער לערנט אויף צו קענען איז אינו דומה צו איינער וואס לערענט ווייל ער מוז לערנען היינט א דף, אבער אויב איז עס צו שווער צו לערנען מחמת קוצר הזמן איז לכאורה יצא שכרה בהפסידה, און ווען מען בלייבט אינטערשטעליג איז ביטער מען ווערט זייער צוקלאפט, צו לערנען דרשו איז מער ווי א קאמיטמענט, עס איז מער א ענין פון ממית עצמו עליה, מען ברויך זיך דערהארגענען דערפאר, אשרי מי שזוכה, משום זה קלער איך אז דרשו איז ביטער שווער פאר א בעל הבית און איז נישט כדאי צו אריין לאזען זיך אין אזעלכע שווערע ענינים.

ישראל ואורייתא איז לכאורה זייער א שיינע לימוד עס איז דא פיל הילף פון דו באערדע פינעם מבצע, שיעורים אלל אווער, אויך אויפן טעלעפאן, כל ערליי חזרה אויף צו קענען, אבער צו איז דא א בחונה על הסדר, דאכצעך אז נישט, און דאס איז לכאורה א גרויסע פראבלעים, אזוי ווי שוין אויבן דערמאנט.

תורתך שעשוע האט דו מעלה אז עס איז נישט אזוי שווער ווי דרשו, אבער האט א שטארקע בחונה סיסטעים, על כן אויבן אויף וואלט עס געוועין א געוואלדיגע זאך.

איך זיך מער דעטאלען און אינפארמאציא, א לוח ווי און שס זיי האלטן איצט, איז שוין דא אשכולות אויפן עניון, מיין זיך האט נישט געפינען קיין געהעריגע אפהאנדלינג, ווייסט איינער עפעס מער איבער דער ענין?

דער עיקר איז לערנען אויף צו געדעינקען, לערנען אבי וועפט אויס מיט דו צייט,

בחינות איז לכאורה דו וועיג צו גיין

וואס האלט דער עולם,
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

שליחה דורך elter-zeide »

איך האב שוין אלעס אויספערבירט, אין דע בעסטע (פארמיר) איז אז איך לערן כסדר איין מסכת שטאט ביז איך בין קלאר אין פארשטיי גיט דע גמרא אין דערנאך גיי איך ווייטער, איין עמוד גמרא האט מיר שוין גענימען 2 וואכען, ב"ה כאב שוין ג'ענדיקט מסכתת אין איך קען גיט וואס איך האב געלערנט עס איז נישט קיין פארגלייך צי וואס מ'האט געלרנט אין חדר אדער ישיבה, בן ארבעים לבינה העלפט אויך שטארק צי פארשטיין וואס מ'לערנעט, מ'פארשטייט אסאך בעסער ווי אין ישיבה וואס מ'מיז לערנען בלעטער גמרא,
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

אבער זיידי
איך מיין אז איין עמוד און צוויי וואכען צייגט אן אז איר האט א פראבלעים, אז איר ווערט נישט געשטיפט פראנאויס, אויב וואלט געוועין א געדראנג זיך צו ריקן פראנאויס וואלט איר געלערט צעין מאל אזוי סאך, עס איז נישט קיין עסק צו קוועטשען דעים זעלבען עמוד גמרא פאר א לעינגערע צייט, אם כן אין לדבר סוף,
ווי קען איך שלאפן יעדען טאג אויף דו זעלבע עמוד, סיניש פראקטיש
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
חכם באשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

שליחה דורך חכם באשי »

איך קען א איד, וואס ער טענה'ט אז די איינציגסטע וועג וויאזוי באמת צו לערנען און אנהאלטן א פאקוס און פארזיכערן אז ער געדענקט, איז צו לערנען בערך 8 בלאט א טאג (עס ווערט גרינגער און גרינגער, ווי מער א יאר עס גייט פארביי), און מסיים זיין ש"ס יערליך. אזוי קומט אויס אז ער בלייבט נישט שטעקן אינדערמיט פון א סוגיא, נאר בנשימה אחת לערנט ער אדורך דאס גאנצע סוגיא, און אזוי איז אויך גרינגער צו לערנען אלע תוספות'ע שנעלערהייט, ווייל מען אינעם תוך פונעם סוגיא ממילא. - יענער טענה'ט אז מ'דארף נישט אוועק לייגן מער צייט ווי געווענדלעך, 3 שעה פארטאגס און 2 שעה ביינאכט פאר'ן שלאפן גיין איז גענוג.
אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

נע דעיס איז נישט לאגיש
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

חכם באשי האט געשריבן:יענער טענה'ט אז מ'דארף נישט אוועק לייגן מער צייט ווי געווענדלעך, 3 שעה פארטאגס און 2 שעה ביינאכט פאר'ן שלאפן גיין איז גענוג.

אנטשולדיגט הרב באשי, אבער דריי שעה פארטאגס און צוויי שעה ביינאכט ווערט ביי אונז יוצאי אשכנז פארעכענט היבש מער ווי געווענדליך פאר א דורכשניטליכן באלעבאס. אפשר אין די ארצות המזרח איז עס נארמאל. ווייס איך נישט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

שליחה דורך elter-zeide »

פרישער האט געשריבן:אבער זיידי
איך מיין אז איין עמוד און צוויי וואכען צייגט אן אז איר האט א פראבלעים, אז איר ווערט נישט געשטיפט פראנאויס, אויב וואלט געוועין א געדראנג זיך צו ריקן פראנאויס וואלט איר געלערט צעין מאל אזוי סאך, עס איז נישט קיין עסק צו קוועטשען דעים זעלבען עמוד גמרא פאר א לעינגערע צייט, אם כן אין לדבר סוף,
ווי קען איך שלאפן יעדען טאג אויף דו זעלבע עמוד, סיניש פראקטיש


קודם כל לערן איך אויך תוספות אין ביי א יעדע קשיא וואס מ'דארף נאכקיקן אויף א אנדערע פרק אדער מסכת לערן איך דאס גיט אדארעך מעגלעך א גאנצן עמוד, איז דע קשיא גאר אנדערש ווי מ'לערנט דאס נאר אויבן אויף, אין דאס טי איך אין דע אנדער האלבן שעה א טאג וואס איך לערן גמרא תוספות איך זיטץ נישט 2 וואכן 24 7 אויף 1 עמוד גמרא, פערביר אויס 1 בלאט גמרא אזוי ווי איך זאג וועסטי פארשטיין וואס איך רעד, מעגליך אז די האסט א בעסערן קאף וועט עס שנעלער גיין ווי ביי מיר, וואס זאל איך דיר זאגען? דע גמרא האט אללע טעמים ווי אזוי איך לערן,
איך טראכט אז אפשר זאל איך אויך לערנען נאך א שיעור אויף שנעל אין אסאך, עס האט אבער נישט דעם זעלבן טעם,
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

פארדעם לערן איך אכצן פרקים משניות א טאג און אלעס איז מסודר די בלייבסט נישט שטעקן די הייבסט עס אן צו קענען מיט די צייט און די לערנסט תורה לשמה
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

מיין ציל איז נישט תורה לשמה, מיין ציל איז צו לערנען און געדעינקן, לשמה איז א באנוס
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

אסאך חסידותן האבן שוין נאכגעמאכט סאטמער מיטן לערנען מיט טעסט'ס.
ממש א קידוש השם. כ'בין געווען דער וואך פונקט אין א ביהמ"ד געזעהן ווי ס'קנאקט א קול תורה, אלץ מיטן זעלבען מסכתא.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אסאך חסידותן האבן שוין נאכגעמאכט סאטמער מיטן לערנען מיט טעסט'ס.
ממש א קידוש השם. כ'בין געווען דער וואך פונקט אין א ביהמ"ד געזעהן ווי ס'קנאקט א קול תורה, אלץ מיטן זעלבען מסכתא.

אין גור איז עס שוין לאנג אזוי מיט ירושלמי און מיט דער דף. נאך פאר אלע אנדערע האבן זיך ארויפגעכאפט אויפ'ן וואגן. אבער די נייע צוגעקומענע זענען באגריסענדווערד. יהא בואכם לברכה.

אגב, ווער זענען די נייע קהילות וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו סאטמאר?
(- - -)
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

וואס הייסט ווער? סאטמאר!
פארדריי די דיר דיין קאפ
געשוויסטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 03, 2013 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך געשוויסטער »

פישל'ע העררינג האט געשריבן:
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אסאך חסידותן האבן שוין נאכגעמאכט סאטמער מיטן לערנען מיט טעסט'ס.
ממש א קידוש השם. כ'בין געווען דער וואך פונקט אין א ביהמ"ד געזעהן ווי ס'קנאקט א קול תורה, אלץ מיטן זעלבען מסכתא.

אין גור איז עס שוין לאנג אזוי מיט ירושלמי און מיט דער דף. נאך פאר אלע אנדערע האבן זיך ארויפגעכאפט אויפ'ן וואגן. אבער די נייע צוגעקומענע זענען באגריסענדווערד. יהא בואכם לברכה.

אגב, ווער זענען די נייע קהילות וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו סאטמאר?


קהילת מהרז'ל ט'ב בן הברך משה מ'סאטמאר ז'ל
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

פישל'ע העררינג האט געשריבן:
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אסאך חסידותן האבן שוין נאכגעמאכט סאטמער מיטן לערנען מיט טעסט'ס.
ממש א קידוש השם. כ'בין געווען דער וואך פונקט אין א ביהמ"ד געזעהן ווי ס'קנאקט א קול תורה, אלץ מיטן זעלבען מסכתא.

אין גור איז עס שוין לאנג אזוי מיט ירושלמי און מיט דער דף. נאך פאר אלע אנדערע האבן זיך ארויפגעכאפט אויפ'ן וואגן. אבער די נייע צוגעקומענע זענען באגריסענדווערד. יהא בואכם לברכה.

אגב, ווער זענען די נייע קהילות וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו סאטמאר?

פארדעים איז פון גור'ע זאקען ארויסגעוואקסען בלעטער?
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך בארא פארקער »

היינט איז פארגעקומען ביי ב"צ באבובער די טעסט. איבער 100 אינגערלייט אנטייל גענומען. אלץ נאכן צווינגען אין צאלן גראב געלט ס'זאל געלונגען.
באניצער אוואטאר
רואה ואינו נראה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 6:50 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך רואה ואינו נראה »

.
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

איך האב נאכנישט געהערט קיין רעפארט וויאזוי די בחינה האט אויסגעזעהן בבית חסידי מ"ד, אבער פון דיין תגובה זעה איך אז עס איז געווען שוואכע נייעס.

בנוגע די מספר אינגעלייט איז גאר נאריש זיך צו דינגען, אויב דו רופסט אן דעם פולן באבובער ביהמ"ד הונדערט אינגעלייט ביסטו גערעכט.

אלע זענען געווען געצוואונגען? קען זיין, איך בין נישט קיין באבובער דיר צו ענטפערן דערויף.

אבער וואס מיינט גראב געלט געצאלט? מען צאלט דאך פאר די בחינות לויט וואספארא מארק מען באקומט.
חוץ פון דעם באקומט מען אין באבוב בלויז פארן קומען נעמען די בחינה געלט?
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

בארא פארקער האט געשריבן:היינט איז פארגעקומען ביי הר"ר ב"צ באבובער די טעסט. איבער 100 אינגערלייט אנטייל גענומען. אלץ נאכן צווינגען אין צאלן גראב געלט ס'זאל געלונגען.

אכט אזייגער זענען שוין גענומען געווארן 350 בחינות! נאכן פרינטען 500 בחינות, איז מען אינמיטן די בחינה געגאנגען פרינטען נאך 500. איך ווייס נישט וויפיל זענען איבערגעבליבן, אבער איבער 650 בחינות איז זיכער געגאנגען...
Boh0Fv-CMAAWTEj.jpg


[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=4luTLV1xh20[/youtube]

איך ווייס נישט ווי פיל די ביה"מ זעהט דא אויס, אבער די בחינה איז אנגעגאנגען פאר אפאר שעה.
Boeq_ZpIcAIts5P.jpg
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
אכשיר דרא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 7:59 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך אכשיר דרא »

בארא פארקער האט געשריבן:היינט איז פארגעקומען ביי ב"צ באבובער די טעסט. איבער 100 אינגערלייט אנטייל גענומען. אלץ נאכן צווינגען אין צאלן גראב געלט ס'זאל געלונגען.

בארא פארקער,
אין א קורצער איבערבליק אויף דיינע תגובות צייגט אז די ביסט א פייערדיגע שונא פון באבוב 45
און האסט דיך געפענט דא א ניק פון זיי חוזק צו מאכן דא ברבים, אפשר בעיני די ניקס דא געלונגט דיך עס, אבער סיי ווער עס קען אביסל באבוב 45 באמערקט גאנץ שנעל אז דאס איז א פאלשער שפיל.
דער שפראך אין באבוב 45 לויפט נישט ארום באבוב 48 א גאנצען טאג, ווי דיינע תגובות פרובירן אנצושטעלן, און מען איז דארט גאנץ פיין ריעליסטיש, קיינער רעדט זיך נישט איין אז באבוב 48 האט נאר 400 חסידים (פארקערט גראדע איז יא אזוי), ווי די שרייבסט אין אן אנדערע אשכול,
אין א באבוב'ער פון 45 זוכט נישט צו קומען עדווערטייזן א נייעם בנין וואס באבוב 48 קויפט, ער לאזט פאר זיי אליינס צו מאכן די ארבייט.
אצינד
לאז דיך נישט פון מיר, שפיל ווייטער דעם שפיל, אז די ביסט א באבוב'ער פון 45, און ברענג אלע נייעס פון באבוב 48 בבחינת הפוך על הפוך,
פארשפארט