די תרי ישו הוה איז נישט אין די גמרא נאר היות אין די גמרא געפינען מיר אז ער זאל האבן געלעבט בזמן יהושע בן פרחיה האבן זיך איינע פין די בעלי התוס' רי יחיאל מפאריס ערלויבט אין אן עפענטליכן ווכוח וואס ער איז געווען געצווינגען אפצוהאלטן לדחותן בקש זיינע קעגנער כאלו ס'זאל האבן געווען צוויי ישו'ס
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נאך א ראיה אז רוב תלמידי חכמים האבן נישט די מינדעסטע השגה אין עפעס אנדערש אויסער ווי ש"ס ופוסקים און לעבן מיט די דעמאלטדיגע ידיעות אין סייענס, היסטאריע, און עטיקס.
לעצם הענין אז איינער זאל בכלל צווייפלען צו ס'האט בכלל עקזעסטירט אן היסטארישע פיגור מיטן נאמן ישוע וואס זאל בימיו מאכן א שטורעם עד כדי כך אז מ'האט אים געדארפט אראפרוימן פון וועג צו די גאנצע מעשה איז נתחדש געווארן איבער הונדרעט יאהר שפעטער פון ווען ער זאל אנגעבליך האבן געלעבט יש לו על מה לסמוך,נאר סאיז באקוועמער פאר אפילו אביעקטיווער היסטאריקער דאס אנצונעמן פאר א היסטארישע פאקט.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
געפילטע פיש האט געשריבן:משיחי שקר איז געווען לרוב אין יענע צייטן, די מצב איז געווען שמאל אונטער די רוימער, און די פאלק האט געלעכצט צו חיזוק, hope, און וואו זיך אנצוהענגען. ישוע איז געווען גאנץ א פאפולער נאמען, און די רוימער האבן געהאנגען רעכטס אויף לינקס, ווער ס'האט נאר געמאכט א שטיקל ווינט. בחיים חיותו איז אונזער בחור'ל נישט געווען קיין רשכבה"ג, און די רעביסטעווע און מופתים דערציילעכטסער האבן זיך אנגעהויבן לאחר מותו.
אבער איינע פון די ערענסטע פראגן איז אז יוסיפין ברענגט נישט אראפ די גאנצע זאך מטוב ועד רע, הגם ער ברענגט דאכט זיך אן אנדערע משיח שקר, גראדע אין נוצרישע מהדורות פון יוסיפין ווערט יא געברענגט אז ס'איז געווען א גרויסע נביא מיטן נאמען ישוע וואס איז גע'הרג'עט געווארן, אבער די נוצרים ווערן באשולדיגט אין דאס פעלטשעווען.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)