דבורה טאמבור ע"ה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אסאך קינדער הערן אין חדר אז א סמארטפון איז ייהרג ואל יעבור, און קומען אהיים און זעהן דער טאטע שפילט מיט דעם אגאנצע טאג. ס'נישט געפעהרליך, יעדער ווייסט אז פון להלכה ביז למעשה איז א שפאן צו גיין, און נישט אלעס וואס מ'לערנט אין חדר איז פונקט אזוי.
I have a dream
Martin Luther King ~
יכול להיות
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2013 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך יכול להיות »

:evil: אזוי זענען די חברים דא מקבל א פרישע גאסט? ניטאמאל זיך וויסנדיג מאכן?! אדער קען זיין אז די קשיא פשוט האט נישט קיין פשט?!
היינט אזוי...מארגען אזוי... דאס איז א חלק פון די געים. ניין?! (יכול להיות)
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

לעיקוואד האט געשריבן:דו רעדסט פון עפעס וואס דו ווייסט אדער פון דער לופט ארויס פאר דיינע אג'ענדעס? וויפיל קינדער אין אזא מצב קענסטו אז דו ווייסט דאס?


עס איז גארנישט אזוי צומישט, און גאנץ גרינג צו פארשטיין. און פארשטייט זיך מ'רעדט דא פון צוויי אדולטס וואס וועלן מסביר זיין פאר'ן קינד וויפיל מעגליף קומען צו א שטיקל פשרה ועמק השווה. נישט וואס העצען ככסדר איינער קעגן צווייטען און טוהן בדווקא.

וואס קען מען טוהן, עס זענען דא פארשידענע דרכים און וועגן אויף די וועלט און דער קינד וועט דאס נעבאך וויסען, ווען ער וועט זיין גרויס וועט ער מוזען אליינס פאסען א באשלוס ווי ער וויל געהערן און וועט נישט האבן די באקוועמע אפציע פון מפטירי כדאתמול.

נאר מענטשען וואס די איינציגסטע וועג וויאזוי זיי גייען זיך אום אן לעבן איז דורך זיך איינרעדן אז זייער איז די איינציגסטע וועג, און בינדען זיך א גרויסער שמאטע ארום די אויגען נישט ח"ו זעהן אז ס'איז דא עפעס אנדערש, ווערן אזוי קאנפיוזד פון בלויז הערן אז עס איז דא א צווייטער וואס גייט און א צוייטער וועג, און, שומו שמים, ער איז גאר צופרידען און באקוועם דארט אויך!


לעקוואד שומו נישט אזוי,רואיג.
די פארדרייסט מיינע ווערטער,קיינער פון אונז ווערט נישט קאנפיוזד ווען א מענטש איז צופרידען און אן אנדערע סארט לעבן.
מרעדט פון א קינד וואס ווערט מחונך און מגעט עם איבער constantly צוויי סארט לעבנס, איין טאג לכאן און איין טאג לכאן, מרעדט נישט דא פון איין מאל מסביר זיין א קינד, מרעדט פון איין שבת איבער געבן א יודישע סארט ווארימקייט און שבת, און די נעקסטע שבת איבערגעבען א ווארימקייט און וואטשעין tv און sports, א יעדער פארשטייט אז דאס צוחושט היפש א קינד.
אויף די פראגע צו איך ווייס אזא פאל,
יא איך האב געלערענט און חדר און אויפגעוואקסען מיט אזא סארט משפחה, די טאטע א OTD די מאמע א חרדי, די קינדער זענען נעבעך damaged אויפען לעבן, איינער און א מענטאל אינסטעטאט, איינער אויף heavy drugs.
די זעעסט מיר אויס אז די לעבסט און פארווייטאגטקייט און פארביסענקייט אויף חרדים, די OTD פארנעמען זייער א גרויס ארט און דיין לעבן, און כסדר ביסטו אבסעיסד מיט זיי.
איך ווייס באמת נישט וואס דיין issue איז, איך וואוין אויך און איינע פון די היימישע שטעט, איך לעב א חיים טובים, איך enjoy מיין ווייב און קינדער מיין געלט, די קאמיוניטי שפילט נישט קיין שום ראלע און מיין לעבן,איך טוה און איך טראכט וואס איך וויל,און איך שטעל אויס מיין לעבן לויט ווי איך פארשטיי, איך געדענק נישט אז איינער זאל מיר איינטיילען וואס צוטוהון זייט איך בין ארויס פון ישיבה קטנה.
איך מיין אז אויב א מענטש לעבט און זיין אייגען וועלטעל, מאכט קאמיוניטי זייער ווייניג אויס,ער קען לעבן א חיים טובים ווי אימער, און בפרט און אונזער קאמיונוטי ווי סאיז זייער צוגישטעלט די מענטשליכע באדארפענישען.
איך האב טאקע נישט טועם געווען וואונען און סקווער, סזעט אויס אז דארט איז יא א קאמיוניטי וואס טיילט איין וויאזוי צו לעבן,אבער איך רעד פון בארא פארק, מאנסי, מאנטריעל, איך מיין אז יעדער טוט מה שליבו חפץ, היפש קינדער זענען אנדערש ווי די עלטערען,אויף ביידע וועגען, איך זעע נישט ווער סהאלט אפ דא צוטוהון וואס מוויל.
א מענטש וואס אנטלויפט קומט עס געווענטליך פון שוועריגקייטען צו טרעפן רואיגקייט און זיין אייגען לעבן,וואס געווענטליך האט עס שייכות מיט קומען פון א disfucntnal שטוב, ממילא זיכט ער און ער לויפט ארום ווי ער קען לאנדען און טרעפן א לעבן, און זייער אסאך טרעפן נישט קיין מנוח לכף רגליהם און ענדיגען נעבעך וואו טאמבור האט גענדיגט.
איך האלט נישט אז רוב ערוואקסענע מענטשען האלטען אז אונזער וועג איז דער איינציגסטער וועג,מיט דעם אלעם זענען דא אסאך פרייליכע צופרידענע מענטשען ביי אונז, family life וואס לויט אלע שטודיעס ווערט באטראכט וואו די שטערקסטע לעבנס שטייגער, איז ביי אונז זייער שטארק און valuable.

ומכל האמור האלט איך,
אז דיין בליק און דיין מהלך וואס די האסט שוין כמה פעמים בכמה אופנים געשריבען,אז כלומרשט זענען אונז א קאממיונוטי פון אנוסים און ווען אונז האמיר וועין די שטארקייט פון די OTD העלדען וואלט אונזערע בתי מדרשים און מקוואות געווען ליידיג.
מיין איך אז דאס קומט פון א אומסטאבילקייט און דיין לעבן, די שפירסט דיך באצווינגען פון א קאמיונוטי וואס באצווינגט דיך און דיין קאפ.
מיין עצה צודיר go get a life .
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איינגעמיירעט האט געשריבן:מיין איך אז דאס קומט פון א אומסטאבילקייט און דיין לעבן, די שפירסט דיך באצווינגען פון א קאמיונוטי וואס באצווינגט דיך און דיין קאפ.
מיין עצה צודיר go get a life .


א גרויסער יישר כח אויף אייער ווארעמהארציגער עצה, בפרט ווען עס קומט פון אזא חכם ווי אייך וואס פון בלויז ליינען עטליכע תגובות מיינע אויף א געוויסע נושא אונליין (ווייל אין אנדערע סארט נושאים ביסטו דאך נישט אינטרעסירט און ליינסט נישט) ווייסטו שוין אזוי קלאר אפשאצען מיין פרעזענליכקייט. מוזטו דאך זיין גאר א גרויסער חכם און נאכדערצו מיט אזא ברייטער הארץ און רצון צו העלפען אפילו א פרעמדער איד מיט גוטע עצות.

איז לאמיר טאקע הערן, איר האט אפשר אפאר גוטע עצות וויאזוי איך זאל מקיים זיין אייער עצה צו get'ן א life? אפשר ווייסטו פון א געשמאקע באל געים ווי מען טוהט דאס, אדער א גוטע באר ווי מ'קען פארברענגען אויף די נעכט, אדער האסטו אפשר פראטעקציע אין פאטסטעפס זיי זאלן מיר ארייננעמען?


אלץ א איד וואס טוהט וואס ער וויל און הערט בכלל נישט פון א קאמיוניטי וואס צו טוהן, לכאורה הייסט דאס אז דו שיקסט דיינע קינדער אין קאלעדזש, דו גייסט א ארענדזשע טי שירט אין דערוואכען (שבת מיט א ווייסע שטייצעך), האסט חתונה געהאט מיט א מיידל וואס דו האסט געטראפען אין פארק און זיך באליבט, ווי דיינע שטארקע פעמילי וועליוס זאגען, און גייסט אויך צו א מאווי ווען ס'פארגלוסט זיך אייך, אפשר שעירט איר מיט דער עולם דא פונקט וויאזוי מ'טוהט דאס? איך האלט אז א איד מיט אזא מורא'דיגע דרך החיים איז אן עבירה אז ער איז נישט מסביר פאר זיינע חברים וויאזוי דאס נאכצומאכען, און זיי אלע שוויצען נעבאך אינטער די שטריימלע און רעזשוואלקעס אין הייסע זומער און האבען מורא זאגען אין פאבליק זייער ניק אויף קאווע שטיבל.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
דענקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 905 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל

שליחה דורך דענקער »

מען האט איר שוין געברענגט לקבורה במחתרת כגנב באישון לילה 4:00 פארטאגס, כדי אירע גוטע פריינט וועלכע האבן איר געהאלפן און געשטיצט בעת איר ביאלאגישע פאמיליע האט ווידערגשפעניגט און איר פארראטן זאלן איר נישט קענען געבן די לעצטע רעספעקט.

מכבדה בחיים ומכבדה לאחר מותו...
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

באמת זייער נישט שיין, וכן לא ייעשה, וגילו סופם על תחילתם.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

לעיקוואד, בי נייס טו אינגעמיירעט זיי צופרידן ער איז דיר נישט מייעץ וואס איך האב דיר מייעץ געווען.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

or
וכן ייעשה וגילו סופה על תחילתה
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

דענקער האט געשריבן:מען האט איר שוין געברענגט לקבורה במחתרת כגנב באישון לילה 4:00 פארטאגס, כדי אירע גוטע פריינט וועלכע האבן איר געהאלפן און געשטיצט בעת איר ביאלאגישע פאמיליע האט ווידערגשפעניגט און איר פארראטן זאלן איר נישט קענען געבן די לעצטע רעספעקט.

מכבדה בחיים ומכבדה לאחר מותו...

ווי איז זי געקומען למנוחתה?

אגב אז כ'שרייב שוין יא דא, האב איך נעכטן געהערט פון א גוטע פריינד אירע, אז זי איז בעיקר געגאנגן דאון סאוט (...) נאכן ווערן אריינגעשטעלט אין עפעס אן אנשטאלט, איר שווערע אומסטאבילע מצב האט זיך נאך אנגעהויבן פאר זי איז אפיציעל דערקלערט געווארן אלס אן או.טי.די.

נאך געהערט, אז די עיקר פארוואס מ'האט געשלעפט די לוי' איז געווען ווייל איר פאטער איז נישט דאהי געווען.

אבער ס'איז מער ווי געניג פאר אלע אנדערע או.טי.די.'ס וואס האבן איר ניטאמאל געקענט און האבן ניטאמאל פרובירט איר צו העלפן האבן הויעך אויפגעהויבן זייער וויי געשריי אז מ'בעוול'ט זיי און איר בלוט קאכט און זיד.

איך האב איר נישט געקענט, איך האב נישט געהערט פון איר ביז איר טראגישע פטירה, איך גיי נישט אריינגיין ווער ס'איז באמת גערעכט צו נישט, אבער אונטערסאנט איז נאר ווי אייביג ביי אזא טראגעדיע זענען די או.טי.די.'ס פשוט אין שאק און אהה איבער די מעשה רציחה אז מ'לאזט נישט אירע קינדער אויפוואקסן ווי איר, און פארגעסן אינגאנצן אז די קינדער האבן א טאטן ציגלייך וואס מעג אויך האבן א מיינונג איבער ווי אזוי ער וויל זיינע קינדער זאלן אויפוואקסן, נאכדערצו אז מ'האט אנגעהויבן די לעבן אזוי.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

הוגה האט געשריבן:גאנצל, און וואס וועט זיין ווען די זון און די לבנה וועלן זיך צוזאם שטויסן און די גאנצע וועלט וועט באגאסן ווערן מיט טאמעיטא סאוס? הא? וואס וועסטו דעמאלטס טון?

ס'פאסט נישט פאר אזא רעספעקטפולע אלטגעזעסענער תושב ווי די זאל זיך אזוי פארלירן כ'האב נאך געשריבן אזוי שיין און אזוי גאלד וויי זיי באשרייבן און באזינגען די חרידיזים כלשונו פונעם פותח האשכול

און יעצט צום פוינט איך האב נישט געמיינט צו פרעגן ממש א קשיא און זיך געזוכט דא זיך מייעץ צו זיין וואס צו טון איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען אז דא איז דא צוויי צדדים און קום נישט באשולדיגן דעם מאן און די טאטע פון די קינדער מיט אזא אומשילדיגע טאן קודם שעלט מען מ'כאפט מ'גנבע'ט און נאכדעם הייבט זיך אן מיט געפילן "דו ביזט שוין אמאל געווען א מאמע צו ווייסטו דען וואס דאס מיינט אוועק נעמען א מאמע פון אירע קינדער" ניין איך ווייס נישט הא? איך וואוין אין די הרי אררט ניין? זארג נישט איך ווייס וואס דאס מיינט און איך ווייס אויך וואס ס'מיינט אוועק נעמען קינדער פון א טאטע ס'איז פונקט אזא ווייטאג לאחר המעשה האט יעדער וואס אריין צו רעדן צו האקן און וואס צו זאגן האב איך געוואלט אויסשטעלן א ציור פון לפני המעשה און זעהן ווי גרינג מ'וועט רעדן און שימפן והבן דעטס אלל זיי נישט אזוי בייז

און צו די עצם נושא פון otd וויל איך יעצט נישט אריינגיין ווייל ס'איז א אלטע אויסגעדראשענע נושא דא אין שטיבל אבער קיינער גייט נישט אוועק פלעין ווייל ער זוכט א אנדערע וועלט און פרידאם הוגה בעצמך ווי איך האב אמאל געפרעגט איינע פון די חברה וואס איך האב פריער אויסגערעכנט זאג נאר אויב דיין מוישי וועט אויפשטיין א טאג נאך ער ווערט דרייצן און זאגן מאמי ווייסט וואס איך זעי מיינע פרומע פעטערס אין מאנרא איך גלייך זייער ווי זיי זעהן אויס איך וויל אויך אויסקוקון אזוי און ער וועט אנהייבן לאזן וואקסן זיינע פיאות ביז די קני און אנטאן א ברייטע טלית קטן און א שווארץ ברילל מיט 2 ביי 4 פלעסטיג הענטלעך וועסטו אים דען לאזן קיינמאל נא וואס האקסטו א טשייניק מיט פרידאם יולי 4 ?

נאר וואס דען זיי טוען ווייל זיי ווילן אזוי איך זאג נישט אז זיי מעגן נישט יעדער קען טון וואס ער וויל אבער מאך דיך נישט ווי אזא תמ'לע
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

אינטערעסאנט יעדער זאגט אז די נושא פון פון OTD איז שוין אן אויסגעדראשענע נושא דא אין שטיבל אבער נאכן מורמעלן דעם לחש שרייבט מען גאנצטע מגילות איבער דעם. דער אמת איז אבער אז וויפיל מען האט שוין חורש געווען דעם נושא האט מען נאך אלץ נישט אנגערירט דעם ניר העליונה,עס איז ווי דער דד שהתינוק יונק ממנה שכל זמן שממשמש בו מוצא טעם חדש, אלזא חברים טייערע ווער עס וויל שרייבן איבער דעם נושא בעד אדער נגד, דורש זיין טעמא דקרא אדער מוחה זיין מחאות נמרצות, איז מער ווי וועלקאם און מען ברויך נישט פותח זיין מיט קיין לחש.
וזה החלי....
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

יעצט נעמען זיי זיך איבער איר טאטע, ווייל ער האט נישט געלאזט אז זיין טאכטער'ס לווי'ווערן א סורקוס פאר די אלע חברה, ער א איד א צדיק א מנהל יארען איבערגעגעבען פאר יעדעס אינגעל,בעל מחנך נפלא, מיין הארץ גייט אויס פאר אים
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

א הספד פון קטליא קניא

שליחה דורך סאשי פיש »

פון קטליא קניא

איך האָב פון דבורה טאַמבאָר ע"ה צום ערשטן מאָל געהערט ווען זי איז שוין נישט געווען בין החיים. איך האָב איר נישט געקענט און איך ווייס פון איר גאָרנישט און נאָך ווייניקער איבער די סכסוכים צוליב אירע קינדער. נאָר נאמנים עלי די ווערטער פון עטלעכע מיט וועם איך בין באַקענטיקט און וואָס האָבן איר יאָ געקענט. זיי דערציילן אַז זי האָט זיך אָפּגעלאָזט פון איר געבוירטס פּלאַץ און דער לעבנסשטייגער פון אירע עלטערן, זיך געגט פון איר מאַן און איבערגעלאָזט איר פאַמיליע. און אויף דעם איז איר עונש געווען איין מאָל כּרת פון אירע קינדער אויף דער וועלט און ווידער אַמאָל כּרת אין אירע יונגע יאָרן פון דער וועלט.

פאַר די בלוט־דאָרשטיקע נוקמים ונוטרים איז דאָס אַלץ נישט גענוג געווען. ווען די וועלט האָט שוין געזאָגט עליה השלום האָבן זיי דאָס איר אויך נישט פאַרגינט. מיטאַמאָל זענען זיי געוואָרן אפוטרופסים אויף איר גוף און מתעסקים אויף איר קבורה. נישט אויף כבוד המת איר באַלד צו באַערדיקן נאָר אויף אויפצוהאַלטן איר קבורה, נישט אַז אירע באַליבטע זאָלן איר נאָכגיין אויפן לעצטן וועג נאָר אַז זיי זאָלן פאַרפרוירן ווערן אַבי זיי צו ווייזן אַ פייג, און נישט איר צו לייגן אויף אייביקער רוה מיט איר פאַמיליע נאָר איר צו באַהאַנדלן ווי אַ נבילה און איר באַגראָבן מחוץ למחנה. קינדער האָבן זיי ביי איר צוגענומען ביי איר לעבן און פאַרשוועכט איר כבוד ביי איר שטאַרבן.

פרעגט איר אוודאי וווּ האָט אַזאַ אכזריותדיקייט פּאַסירט און ווער זענען זי די אירע וואָס טיילן אויס אַזוינע ברוטאַלע עונשים. אויף דעם איז די תשובה: קום לך לך אל עיר ההרגה ובאת אל החצר, צום צדיקס הויף.

מיר רעדן דאָ פון דער עיר הנדחת וווּ אונזער אַלטער באַקאַנטער דוד טווערסקי און זיינע מלאכי חבלה זיצן בראש. דער שר הטבחים וואָס האָט פאַרזיכט אומצוברענגן אַ פאַמיליע מיט קינדער און האָט מיאוס פאַרברענט דער ראש המשפחה, דער מלומד במכות צוליב וועם מען האָט פאַרמשפט אין טורמע זיינע חסידים אויף גניבות און גזילות, דער זעלבער עדיין מרקד בינינו און האָט ווידער דערלאַנגט כדרכו בקודש.

און דאָס מאָל איז עס פיין געלונגן. קיין אות קען ער נישט אָבער די מופתים וואַלגערן זיך אונטערן טיש. די תורה זאָגט ולנערה לא תעשה דבר אָבער פאַר אים איז הנערה הזו שתי פעמים. איינמאָל איר געקוילעט מיט באַראַבעווען איר די קינדער און אַ צווייט מאָל געשחטן מיט איר אויסרייסן די נשמה. דעם רבינס ווייטער בליק האָט אוודאי אינזיענען געהאַט צו פאַרשפּאָרן די קינדער אַ שבעה מיט אַ קדיש ווייל אַז די מאַמע איז קיין מאַמע נישט זענען די קינדער אויך נישט די קדישימלעך.

אין תורה שטייט געשריבן אַז מען געפונט אַ טויטן אויפן וועג זאָל מען אויסמעסטן דאָס ווייטקייט פון די אַרומיקע שטעט און די שטאָט וואָס איז דער נאָנסטער זאָל ברענגן אַ קעלבל, די זקנים פונעם שטאָט זאָלן זיך וואַשן די הענט און זאָגן, אונזערע הענט האָבן נישט פאַרגאָסן דער בלוט און אונזערע אויגן האָבן נישט געזען. די נפטרת האָט געוווינט אַרומגערינגלט מיט פאַרשידענע געאָגראַפישע, גייסטערישע און אידיאַלאָגישע שטעט. זי האָט זיך אויסגעוועלט איבערצולאָזן איר אַלטע היים און דורכברעכן די הויכע מויערן און זיך איבערקלייבן צו ברייטערע פעלדער און פרייערע אומשטענדן. אירע פריינד און באַקאַנטע וועלן אוודאי מאַכן אַ חשבון הנפש אַז זי איז געווען אין די לעצטע יאָרן דאָס נענסטער צו זיי און צי זיי האָבן נישט געקענט מער טון איר צו העלפן.

זיי מעגן זאָגן בקול רם, ידינו לא שפכו את הדם הזה אָבער אונזערע אויגן האָבן יאָ געזען. זיי דאַרפן צייגן אויף יענעם יישוב און שרייען מיט אַ געוואַלד: ידיכם דמים מלאו.

דבורהס בלוט האָבן פאַרגאָסן די געמיינע הענט פון די מגלה עריות וואָס האָבן איר געלעסטערט און פאַרשטיקט איר געוויין און אַצינד טאַנצן זיי אויף איר פרישער קבר אָבער נישט איידער זיי האָבן אָפּגעהאַלטן דער קבורה. זי איז די נערה אשר צעקה ואין מושיע לה. זייערע מאור עינימדיקע אויגן האָבן אַלעס געזען, זייערע אוירן האָבן געהערט יעדער זיפץ און זייערע הענט זענען אַזוי פאַרשמירט אַז אַלע זייערע מקוואות וועלן עס נישט ריין וואַשן. דער נענסטער שטאָט צו איר זענען דאָרט וווּ אירע קינדער געפונען זיך און דאָרט גייט זוכט די רוצחים מיט קנייטשן אויפן שטערן און דער טייוול אין זייער האַרץ.

דבורה, אויף דיין נאָמען שטייט שקמתי דבורה, שקמתי אם בישראל און זיי האָבן דיר געמאַכט אויס מאַמע. זיי האָבן פאַרדרייט דער פסוק עס זאָל לייענען, שיכלתי דבורה, שיכלתי אם בישראל. דער נביא זאָגט, התשכח אשה עולה מרחם בן בטנה, קען אַ פרוי פאַרגעסן איר עופעלע און קען זי פאַרמיידן רחמנות אויף דער זין פון איר טראַכט? די אכזרים און באַרבאַרן האָבן עקספּלויטירט די אָ רחמנות און דערבאַרמקייט דיר צו לערנען לעקעך פאַר דיין ווידערשפּעניקייט און למען ישמעו ויראו פאַר אַנדערע וואָס קלערן צו גיין איר דיינע טריט.

די שאלה איז שוין היינט נישט אויף אַזוינע ווי דבורה וואָס ווי אברהם אבינו קאָפּן זיי אין דעם אַלטן תרח נאָר די קשיא איז אויף די וואָס בלייבן נאָך דאָרט. די וואָס ציען אויף זייערע קינדער אין אַזאַ פאַרדאָרבנקייט און דעקאַדענץ און פרעגן זיך נישט יעדן אינדערפרי ביי מודה אני צי אויף אַזאַ סדום האָט מען זיי צוריקגעקערט זייערע נשמה. וואָס קלערן נישט אויב ונהיה אנחנו וצאצאינו מיינט אַז זייערע קינדער און קינדס קינדער מיזן זיין קנעכט פאַר דעם פרעה אין סקווער.

מיט דער ווייטאָג פון דבורהס צופריע פטירה מיזן מיר אויך שפּירן אַ כעס און אַ גרויל איבער דעם סיסטעם וואָס מיר האָבן זיך געשאַפט. בכדי צו לעבן אַנדערש זענען מיר מקריב משפחות און פירן אומשולדיקע קינדער אויפן מולך פון אונזערע אָפּגעטער און אַצינד איז מען מקיים שילוח הקן אויף אַ מאַמע צו קענען כאַפּן אירע קינדער. אַ סיסטעם וואָס כלאָמפּערשט שטייט ביי דעם טעמו וראו כי טוב ה' און כי לקח טוב נתתי לכם ציטערט טאָמער וועט אונז געפעלן עפעס אַנדערש. לכו בנים שמעו לי זאָגט דער פּסוק אָבער אונזערע שאַרלאַטאַנען האָבן עס געמאַכט פאַר אַ בית האסירים פון וווּ מען אַנטלויפט און מען איז אַלעס מקריב אַבי צו זיין אינדערויסן.

הוי האמרים לרע טוב ולטוב רע שמים חשך לאור ואור לחשך שמים מר למתוק ומתוק למר. זיי האָבן גענומען דעם סם החיים און עס געמאַכט פאַר אַ סם המוות. דאָס איז נישט מענטשליכקייט, אוודאי נישט יידישקייט און כל שכן נישט תורה. פון לא תרצח מאַכן זיי אַ מצווה צו פאַרברענען מענטשן, זאַמלען צדקה אויף מקיים צו זיין לא תנאף, לא תגנוב לייענען זיי לו תגנוב און ווי רש"י זאָגט בגונב נפשות הכתוב מדבר. אַן אייביקע שאַנדע אויפן חדר וווּ מען פאַרדרייט כבד את אביך ואת אמך צו צווינגן קינדער צו רופן די מאַמען ביים ערשטן נאָמן ווייל 'מאַמי' איז שוין אַ צווייטער. דאָס זענען נישט מער ווי מערדער פאַרשטעלט ווי רביס, פּאַסקוטניאַקעס מיט שטריימלעך, לסטים איינגעוויקלט אין בעקיטשעס און כוליגאַנעס וואָס קאָפּן מיט זייערע פאַרשטיוולטע לאַבעס.

דבורה, תהא מיתתך כפרתך און דיין שטאַרבן טאָר נישט זיין לאיבוד. דו האָסט נעבעך געצאָלט מיטן לעבן צו דערציילן דער וועלט דער גריב אין וואָס מיר געפונען זיך אָבער די חצי נחמה פון דיין אַוועקגיין איז צו זען אַז ס'יז אַ צרת רבים. צום באַדויערן מיז עס נעמען אַזאַ טראַגעדיע אַז דער וועלט זאָל זען ווער אונזערע פירער זענען און וואָס פאַראַ מאָנקאַלב מיר האָבן זיך באַשאַפן. קושטא קאי שיקרא לא קאי און כי לא תשכח מפי זרעו וועט נישט מקויים ווערן ביי די קינדער כאַפּערס און מאַמע מערדער.

זאָל פון דיין קבר אַרויסגיין אַ געוויין און אַ געטומעל, אַ שטורעם און אַ צאָרן צו רבנים און פירער איבער דער גאָרער וועלט: איר זעט און איר ווייסט וואָס דאָ גייט פאָר. ווען עס לוינט אייך זענט איר די ערשטע וואָס שרייען אויס איז וווּ איז נעלם געוואָרן אייער צינג? ווען מען נעמט ביי אייך צו אַ פּאָר אומפאַרדינטע גראָשן גיסט איר פּעך אין שוועבל און דער באַנדיט וואָס פאַרברענט מענטשן זעצט איר אויבן אָן און רופט אים הרב הקדוש. קיין אויסגריבענע פרוטה קומט אייך נישט אויף חרוב צו מאַכן גאַנצע דורות.

מאָדערנערע רבנים, וואוּ איז אייערע קול? אַז איר גלייבט אין גערעכטיקייט, אַז אַ חילול השם גייט אייך אין לעבן פאַרוואָס שווייגט איר? וווּ איז אייער מחאה? קול דמי אחיך ואחותך צועקים אליכם מן האדמה. אַז נישט פאַר די ערוואַקסענע שרייט אל תשלח ידך אל הנער פאַר די עוללים ויונקים וועם מען מאַכט פאַר פּיאָנען אין די שמוציקע קריגן. אַז נישט פאַר די לעבעדיקע נעמט אייך אָן פאַרן קריוודע פון די טויטע.

און צו אונז, מיר וואָס געפונען זיך נאָך דאָ, פרעג איך וויפיל נאָך עלטערן און קינדער דאַרפן דאָס דורכגיין איידער מיר וועלן האָבן דער גייסט און קוראַז צו לויפן אין די גאַסן און שרייען הויך רק אין יראת אלקים במקום הזה?
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

פי. די. עיף. פון קטליא קניא הספד.
בייגעלייגטע פיילס
שיכלתי דבורה.pdf
פי. די. עיף. פון קטליא קניא הספד
(231.39 KiB) אראפגעלאדנט 116 מאל
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

מיתתה תהא כפרתה
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מנשה לוסטיג האט געשריבן:מיתתה תהא כפרתה

וכן למר, וכל לי, ולכל ישראל, כדאיתא במס' יומא שמיתה מכפרת.
Under influence
גורן האט''ד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך גורן האט''ד »

פרומער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:54 am

דעבי טומבור

שליחה דורך פרומער »

איך וויל פארשטיין פארוואס זאל די מאמע האבען א נענטערע קשר צי די קינדער ווי די טאטע אין נאך דערצו וואס א יעדער ווייסט אז די חק איז אז קינדער גייען נאר צי די עלטערען וואס האלטען זיך אזוי ווי מען האט חתונה געהאט חוץ אויב איינער פין די עלטערען זענען משוגא וכדומה אבער די טאטע טומבר איז דאך אויפציעל יא א נארמאלע מענטש ?
אין פארוואס זאל מען גלייבען אז דעי אלע בריווען וואס עס קומט יעצט ארויס וואס זי האט געשריבען אז זי האט עס טאקע געשריבען עס איז נישט געווען אזוי ידועה אז זאל זאל בכלל זיין אזא שיינע שרייבער ?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
בייגעלייגטע פיילס
Tambor.JPG
Tambor.JPG (51.82 KiB) געזען געווארן 2076 מאל
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

די נוסח המציבה מאכט מיך קראנק. דאס וואלט זי געוואלט אויף איר מציבה? א חרפה.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:די נוסח המציבה מאכט מיך קראנק. דאס וואלט זי געוואלט אויף איר מציבה? א חרפה.

שוין לאמיך הערן גרויסער חכם וואס דען דארף שטיין?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קיקט מיר גראדע אויס ווי א שיינע נוסח מצבה
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

פון "זכתה" און ווייטער וואלט איך משמיט גווען מחמת צוויי טעמים.
דער דין המוזכר ביו"ד שמ"ד סעיף א', גורם רע לו ולמת... עיי"ש.
פארוואס אפפין איי קען אוו ווארמס?
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
פארשפארט