דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
איך זע אן ארטיקל אין הארץ (http://www.haaretz.com/print-edition/fe ... d-1.416285) איבער דעם לעצטיגן אזויגערופענעם שלום צווישן סאטמאר און בעלז, אדער ריכטיגער, צווישן די צוויי רבי'ס.
אין דעם לעצטן פאראגראף שרייבט ער:
"In the next few years there will be two or three weddings of his grandsons," the Belzer Rebbe's confidants say. "He will hold huge events, and he will ensure that everyone has a place on the platforms of honor - from the Zionist Rabbi Druckman to the anti-Zionist Satmar Rebbe. He will want to seat a vast gallery of people there, and be the strong head man who sits in the middle."
מיינט איר אז דאס גייט טאקע געשען?
אינאיינוועגס, וואס קלערט איר וועט זיין דער ענדע: וועט מהרז"ל מסאטמאר עווענטועל אויך טון דעם שלום, אדער נישט? אויב נישט, ווייל ער איז מער דערקעגן ווי מהר"א מסאטמאר, אדער ענדערש ווייל אסאך פון זיינע חסידים וועלן זיין ברוגז און דאס נישט צולאזן?
ביטע נישט ווערן צעהיצט און נישט שרייבן מיט איבערגעטריבענע געפילן. לאמיר פרובירן צי עס איז דא אזא זאך אז היימישע אידן שמועסן פון ענינים וואס אסאך קענען האבן שטארקע מיינונגען און געפילן, אבער דאך שרייבט מען מיט נארמאלקייט, לאגיק און רעספעקטן איינער צום אנדערן, ווי באזעסענע מענטשן. א דאנק.

(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
Re: דער שלום (?) צווישן סאטמאר און בעלז
די קיצוניות׳דיגע קנאים וואס זענען די פיסלעך אויף וואס די מהרז״ל פארטיי שטייט וועלן קיינמאל נישט צולאזן אז זייער מנהיג זאל זיך אנקערן מיטן יארן פארהאסטן בעלזער רבי.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
איי עגרי צו וואס זיידעטשקע און ידען זאגן. די אמת איז, איך האלט אז כאטשיג דאס אקט פון דיין באזוכן איז אויך זייער חשוב, און איז ראוי להערכה, דאך אבער איז עס א געלעכטער און נישט דאס מיינט מען אין די תורה מען זאל זיין באחדות און מאכן שלום. אז נאכן שלום מאכן קען מען נאך אלץ טאלערירן אזא דרשה ווי הרב טעלער האט געהאלטען, מיינט דאס אז עס אלעס פאליטיק. מ'מיינט נישט קיין שלום, מ'מיינט ניטאמאל peace, מ'מיינט פלעין און סימפל שפילן פאליטיק. און על זה דוה ליבנו על אלה חשכו עינינו. אויב שוין יא שלום מאכן, טוה עס שוין אזוי אז מ'זאל קענען זאגן "עס איז משיח'ס טאג"! טו עס מיטן גאנצן הארץ! נישט אזא פאליטישען שפיל, ווי דא גיי איך צו דיר, אבער דא ערקלער איך פאר מיינע בחורים אז די ביסט טמא במגע ומשא. בקיצור, ס'איז א הארץ ווי געמישט מיט פרייד.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- chasid
- ידיד השטיבל
- הודעות: 244
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
- האט שוין געלייקט: 146 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
יידל האט געשריבן:איי עגרי צו וואס זיידעטשקע און ידען זאגן. די אמת איז, איך האלט אז כאטשיג דאס אקט פון דיין באזוכן איז אויך זייער חשוב, און איז ראוי להערכה, דאך אבער איז עס א געלעכטער און נישט דאס מיינט מען אין די תורה מען זאל זיין באחדות און מאכן שלום. אז נאכן שלום מאכן קען מען נאך אלץ טאלערירן אזא דרשה ווי הרב טעלער האט געהאלטען, מיינט דאס אז עס אלעס פאליטיק. מ'מיינט נישט קיין שלום, מ'מיינט ניטאמאל peace, מ'מיינט פלעין און סימפל שפילן פאליטיק. און על זה דוה ליבנו על אלה חשכו עינינו. אויב שוין יא שלום מאכן, טוה עס שוין אזוי אז מ'זאל קענען זאגן "עס איז משיח'ס טאג"! טו עס מיטן גאנצן הארץ! נישט אזא פאליטישען שפיל, ווי דא גיי איך צו דיר, אבער דא ערקלער איך פאר מיינע בחורים אז די ביסט טמא במגע ומשא. בקיצור, ס'איז א הארץ ווי געמישט מיט פרייד.
לאו דוקא, אז מ'האט געלערענט אין סאטמאר אז בחירות מיט נעמען געלט איז א גרויסע פראבלעם, און מדארף לוחם זיין דערמיט, קען ער נישט מאכן אזא שלום אז מ'זאל זיך יעצט גיין משדך זיין, אבער פון נישט וועלן זיין אונטער איין דאך ביזן גיין באזוכן איז גאנץ א שטארקע שלום, און ס'קומט זיך אים קרעדיט דערפאר.
כאטש מיר האט מען געלערענט אז מ'מעג האלטן אנדערש ווי מיר און נאכאלץ זיין א ערליכער איד, אבער סאטמאר רב זצ''ל האט אויסגעלערענט זיין עולם אנדערש, און מהר''א קען נישט טוישן
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 377
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
ידען האט געשריבן:די קיצוניות׳דיגע קנאים וואס זענען די פיסלעך אויף וואס די מהרז״ל פארטיי שטייט וועלן קיינמאל נישט צולאזן אז זייער מנהיג זאל זיך אנקערן מיטן יארן פארהאסטן בעלזער רבי.
אקוראט ווי הר' הצ' מ'איברן שליט"א האט געלאזט פאלן ווערטער פאר די פארגעזעהענע באזוך פון סאטמאר'ע רבי שליט"א פארלאפענעם חודש שבט, אויף'ן חשבון פון ביידע פערזענליך'קייטן,
ני וויבאלד ער איז זייער להבדיל אא"ה קול רעש גדול קען עס נישט קומען אין באטראכט,
- אין א זייטיגע נאטיץ, בעלזא מן-הסתמא וועט זיך גאר גוט מיט אט די שוועריגקייט אויכעט אן עצה געבען, כ'גלויב זיי זענען שוין אריבער שווערער'ס,
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
קודם פותחין בכבוד האכסניא, באמת א הנאה צו זען ווי מען קען רעדן פון אזעלכע האקעלע נושאים איינגעהאלטענערהייט
יעצט צום נושא
שרגא: דאס וואס די הארץ שרייבט, דאס איז וואס בעלזא האט שוין יעצט אויך געוואלט זען, זיי האבן געוואלט אז סאטמארער רבי שליט"א מהר"א זאל קומען צו די שבע ברכות אין וויזניץ ה' משפטים און דארט וועט דער בעלזער אויך קומען, און מען וועט זיך אויפשטעלן טאנצן, דער מיטן חתן, יענער מיטן חתן, און דערנאך מיט ביידע רביס, און פלוצים וועלן ביידע רבי'ס טאנצן צוזאמען, איי ס'איז א ליצנות שאין כמוהו, צוויי פעטערס טאנצן צוזאמען ביי א שבע ברכות פון א נעפיו, דאס גייט שוין נישט אן פאר בעלזא, דער עיקר ס'איז דא א בילד ווי בעלזא טאנצט מיט סאטמאר.
למעשה האט זיך סאטמאר ב"ה פיין אויסגעהיטן, און בדרך הטבע גייט זיך סאטמאר ווייטער אויך אויסהיטן, איך זאג נישט אויב וועט בעלזא קומען קיין אמעריקא איז שוין אביסל שווערער, נאכדערצו אויב וועט ער קומען צו א משפחה שמחה וועט עס זיין נאך שווערער, אבער דערווייל לפי מצב בריאותו קוקט נישט אויס ער וועט אזוי שנעל קומען קיין אמעריקא.
און לאמיר דא אביסל ווידערהאלן, סאטמאר מיט בעלזא האבן נישט שלום געמאכט! סאטמאר מיט בעלזא האבן בלויז פארשוואכערט די קריגעריי, היות ס'איז געווען אזא קריג אז איך שטיי נישט מיט דיר אונטער איין דאך, איך געב דיר נישט די הענט, על אף ביסט מיין שוואגער, ווייל דו האסט גערעדט אויפן רבין, יעצט האסט איבערגעבעטן, אקעי, איך קען דיר געבן די הענט, איך קען דיר גיין באזוכן, איך קען אפילו גיין צו א שמחה צו דיר, אויב יתכן אז ס'וועט פאסירן אין זעלבן לאנד, פשוט אלס שוואגער.
צו מהרז"ל וועט אמאל גיין באזוכן איז גאר שווער אויסצורעכענען, ס'איז מסתבר אז אסאך פון די קעפ דארט וואלטן מסכים געווען, ס'איז אבער דא דארט א שוואכקייט פון דור ששופטים את שופטיהם, ממילא לפי המציאות און לפי דרך הטבע קוקט אויס אז ס'וועט פריער זיין א שלום צווישן די ברידערס בעפאר ער וועט גיין באזוכן אין בעלזא (אויב וועט זיין א שלום טוישן זיך אסאך זאכן כמובן)

דעינעש האט געשריבן:ידען האט געשריבן:די קיצוניות׳דיגע קנאים וואס זענען די פיסלעך אויף וואס די מהרז״ל פארטיי שטייט וועלן קיינמאל נישט צולאזן אז זייער מנהיג זאל זיך אנקערן מיטן יארן פארהאסטן בעלזער רבי.
אקוראט ווי הר' הצ' מ'איברן שליט"א האט געלאזט פאלן ווערטער פאר די פארגעזעהענע באזוך פון סאטמאר'ע רבי שליט"א פארלאפענעם חודש שבט, אויף'ן חשבון פון ביידע פערזענליך'קייטן,
ני וויבאלד ער איז זייער להבדיל אא"ה קול רעש גדול קען עס נישט קומען אין באטראכט,
- אין א זייטיגע נאטיץ, בעלזא מן-הסתמא וועט זיך גאר גוט מיט אט די שוועריגקייט אויכעט אן עצה געבען, כ'גלויב זיי זענען שוין אריבער שווערער'ס,
כבוד תורתו פון הרה"ג מאיבראן במקומו מונח
אבער אינטערעסאנט ס'איז יעצט דאס ערשטע מאל וואס איך הער אז ער האט גערעדט דערפון, קוקט אויס אז די וועלט שטייט נאך נישט און קוקט מיט אנגעשפיצטע אויערן ביי יעדע מאורע, וואס ער גייט זאגן
איך גלייב אז מהרז"ל און זיינע יועצים האבן לכאורה נישט אזא גרויסע פראבלעם מיט איבראן
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
חאסיד האט א פונקט און שרייבער שרייבט צום זאך. יידל, קענסט נישט ערווארטן א תיקון השלם פון איין טאג אויפ'ן אנדערן. אבער איך מיין אז דאס איז גענוג א דורכבראך וואס עס איז יא געווען. סיי אז דער בעלזער, א רבי פון טויזנטער הייסע חסידים, זאל זיך אזוי אראפלאזן און שיקן זיינע חשוב'סטע רבנים צו איבערבעטן סאטמארער רב, וואס מיינט אין אנדערע ווערטער אז ער דערקלערט פאר די וועלט "חטאתי עוויתי פשעתי", כ'מיין דאס מאכט אים ראוי צו נעמען קוויטלעך. וועלכער רבי אין די היינטיגע וועלט, אפילו נאר מיט 20 חסידים, האט געטאן אזא אקט? מיט אלע תירוצים און חשבונות וואס מ'וויל זאגן זיין ציל און חשבון, איז דאס א גבורה. ווייטער דאס אז מהר"א האט זיך געטראפן מיט אים, איז אויך פאקטיש עפעס וואס קיין מענטש וואלט נישט געגלייבט פינף יאר צוריק אז עס קען צושטאנד קומען אזוינס. סאו עס איז א סטעפ אין די רייט דירעקשאן. עס מיינט טאקע נישט שלום, און אוודאי גייען סאטמארער נישט טוישן זייער שיטה, און אוודאי וועלן די קנאים ווייטער האלטן דרשות, עס איז נאר פארשטענדליך אזוי צו טון, אבער נאך אלץ איז עס א סטעפ פאראויס אנשטאט א סטעפ בעקווערדס אין דעם היינטיגן מחלוקת-צעריסענעם דור.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
עס איז קלאר אז עס קומט זיך א געוואלד מיט קרעדיט פאר ביידע רבי׳ס. דער בעלזער רבי שליט״א האט זיך אראפגעלאזט צו סאטמאר אויף א מורא׳דיגן אופן!! א זאך וואס מ׳האט נאך קיינמאל נישט געהרט אין היטאריע. דער סאטמארע רבי שליט״א האט אויך פיין געוויסט אז די עקסטרעמיסטן וועלן אים אראפרייסן. מיינסט אז עס איז אים א הנאה אז וויליאמסבורג איז באגאסן מיט צעטלעך קעגן אים?
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
ס'איז הויך צייט פאר א "fan page" פאר אלע רבי'ס. ווען א גולש טראכט אז א רבי טוט א חשוב'ע שריט, קען מען דארט צולייגן א "לייק". אויב איז דער שריט א געוואגטע שריט נאך אויך, דאן קען ער דריקן א קנעפל און מנדב זיין א פינעווע...
- chasid
- ידיד השטיבל
- הודעות: 244
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
- האט שוין געלייקט: 146 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
מגעים בין הפלג השני בסאטמר וחסידות בעלזא
http://www.ladaat.net/article.php?do=viewarticle&articleid=15106
http://www.ladaat.net/article.php?do=viewarticle&articleid=15106
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
קארל האט געשריבן:לענ"ד וועט האדמו"ר רז"ל עווענטועל אויך שלום מאכן מיט בעלזא. ווי אנדערע האבן שוין האלבוועגס ארויסגעברענגט עקזיסטירט בעצם נישט אזא זאך ווי "שיטת רז"ל" - ער טוט לויט וויאזוי זיינע מאמענטאלע אנהענגער ווילן. ווי דער מצב קוקט אויס וועט אונזער פארמאט פון אידישקייט נאר ווערן שווערער און שווערער, טעכנאלאגיע שפרינגט זייער שנעל, און איך גלייב אז מער און מער מענטשן וועלן אנהויבן איינזען אז דער קאמף פאר אונזער עקזיסטענץ איז געמיינזאם ביי אלע חרדי'שע אידן, און די אלע קליינליכע חילוקי דעות מאכן נישט קיין גרויסן חילוק ווען עס קומט צום ברייטן בילד.
ביי דעם פונקט גלייב איך וועלן אפילו א סך ביי דער רז"ל מחנה ווערן פראגמאטישער, און איינמאל זיי וועלן דאמינירן די פארטיי וועט רז"ל קענען שלום מאכן.
האסט נאך גאנץ א פאזיטיווע בליק. איך בין נישט אזוי זיכער צי דער פאליטיק וועט נישט אלץ בלייבן א שטערקערע קראפט, ווי דעם לאגישן סיבה וואס וועט זיי שטופן אנדערש. די איינציגע מעגליכקייט איז דעריבער אויב ער וועט איינזען אז עס לוינט זיך אים פאליטיש.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
ביי טייל מענטשן איז אנגענומען א רז"ל איז מער א פראגמאטישע מענטש אבער די סביבה איז עם גורם צו זיין פאנאטיש. ווען די סביבה וועט זיך טוישן און ס'עט זיך ארויס ווייזן אז רז"ל איז ווייטער פאנאטיש - וועלן זיינע אפאלאגעטיקער פארציילן ווי רז"ל האט ליידער מיט די צייט זיך צוגעוואינט צו זיין פאנאטיש און קען נישט מיטאמאל טוישן די שטרייפן. למאי נ"מ? למעשה פירט ער א פאנאטישע פארטיי וואס צילט נאר צו זיין ווי מער רעכט נישט קיין חילוק די פרייז.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 33
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
אז פארן בעלזא רב שליט"א קומט זיך דער קרעדיט פאר די שלום, און דעים איז נישא קיין מחלוקת, כו"ע לא פליגי
וואס איך פארשטיי נישט איז, פארוואס ווען מ'האט געמאכט דער שלום, זאגט מען, אז מיינט נאכ נישט אז מ'נעמט אן זייערע דעות ואמונת
וואס האט איינס מיט א צווייטס??
האדמו"ר מהר"א קען גיין צום גערער רבי'ן, און צום באיאנער רבי'ן, ווי א קרוב שטריימעל און ווייסע בעקיטשע
הגם זיי האלטן אויך נישט ווי דער סאטמערע שולחן ערוך, אויב אזוי וואס איז בעלזא אנדערש??
פארוואס דארף זיין אן אפהאלט און דער שלום, נאר צוליב זייערע דעות??
וואס איך פארשטיי נישט איז, פארוואס ווען מ'האט געמאכט דער שלום, זאגט מען, אז מיינט נאכ נישט אז מ'נעמט אן זייערע דעות ואמונת
וואס האט איינס מיט א צווייטס??
האדמו"ר מהר"א קען גיין צום גערער רבי'ן, און צום באיאנער רבי'ן, ווי א קרוב שטריימעל און ווייסע בעקיטשע
הגם זיי האלטן אויך נישט ווי דער סאטמערע שולחן ערוך, אויב אזוי וואס איז בעלזא אנדערש??
פארוואס דארף זיין אן אפהאלט און דער שלום, נאר צוליב זייערע דעות??
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
לאמיר עס מאכן זייער קורץ
קודם (שוין אויבן געשריבן) ווען בעלזא זאל ווען מאכן א שמחה וואלט אדמו"ר מהר"א אויך געגאנגען
דער חילוק פון בעלזא צו אנדערע איז (געווען) אז ער האט פערזענליך גערעדט קעגן דעם דברי יואל, און היינט אז ער האט איבערגעבעטן איז ער גלייך ווי די אנדערע (איך גיי נישט יעצט אריין אין פרטיות'דיגע זאכן וואס ער טוט מער ווי אנדערע מיט שינוי דרך אבותיו)
דאס וואס אדמו"ר מהר"א איז געגאנגען צו ביאין מיט שטריימל און ווייסע בעקיטשע איז געווען פאר איין סיבה, יענע נאכט האט אדמו"ר מהר"א באשיינט א חתונה פון א פלומעניק, און די זאל פון די ביאנע חתונה איז געווען א גאס אוועק פון די זאל ווי די חתונה פון זיין פלומעניק, און פון די ביאנע חתונה איז ער געגאנגען גלייך צום פלומעניק'ס חתונה, איז פשוט א מסתבר'דיגע זאך אז ער האט נישט געדארפט טוישן שמונה בגדים צו די ביאנע חתונה (אגב עפעס קרובים אויך, ריזשינער אייניקל)
קודם (שוין אויבן געשריבן) ווען בעלזא זאל ווען מאכן א שמחה וואלט אדמו"ר מהר"א אויך געגאנגען
דער חילוק פון בעלזא צו אנדערע איז (געווען) אז ער האט פערזענליך גערעדט קעגן דעם דברי יואל, און היינט אז ער האט איבערגעבעטן איז ער גלייך ווי די אנדערע (איך גיי נישט יעצט אריין אין פרטיות'דיגע זאכן וואס ער טוט מער ווי אנדערע מיט שינוי דרך אבותיו)
דאס וואס אדמו"ר מהר"א איז געגאנגען צו ביאין מיט שטריימל און ווייסע בעקיטשע איז געווען פאר איין סיבה, יענע נאכט האט אדמו"ר מהר"א באשיינט א חתונה פון א פלומעניק, און די זאל פון די ביאנע חתונה איז געווען א גאס אוועק פון די זאל ווי די חתונה פון זיין פלומעניק, און פון די ביאנע חתונה איז ער געגאנגען גלייך צום פלומעניק'ס חתונה, איז פשוט א מסתבר'דיגע זאך אז ער האט נישט געדארפט טוישן שמונה בגדים צו די ביאנע חתונה (אגב עפעס קרובים אויך, ריזשינער אייניקל)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 33
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
איך וויל ח"ו אוועקדרייען דער שמועס
אבער
דעיס איז א תירוץ פארן באבע, אויף וואס מרן מהר"א האט נישט געקענט טוישען דער שמונה בגדים
צום קלעצקי לויה האט ער זיך יא געטוישט צו א הוט, אע"פ ביידע נעפיוס מייזליש האבן חתונה געמאכט צוזאמען
צוריק צום שלום
אבער
דעיס איז א תירוץ פארן באבע, אויף וואס מרן מהר"א האט נישט געקענט טוישען דער שמונה בגדים
צום קלעצקי לויה האט ער זיך יא געטוישט צו א הוט, אע"פ ביידע נעפיוס מייזליש האבן חתונה געמאכט צוזאמען
צוריק צום שלום
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
איש האמת האט געשריבן:איך וויל ח"ו אוועקדרייען דער שמועס
אבער
דעיס איז א תירוץ פארן באבע, אויף וואס מרן מהר"א האט נישט געקענט טוישען דער שמונה בגדים
צום קלעצקי לויה האט ער זיך יא געטוישט צו א הוט, אע"פ ביידע נעפיוס מייזליש האבן חתונה געמאכט צוזאמען
צוריק צום שלום
שמעתי אז ער האט דאן נאר געטוישט דעם היט
זאת ועוד, דארט איז מען געווען אין שטאט, דא איז מען ארויסגעפארן פון שטאט, ביידע חתונות זענען געווען א 20 מינוט פון בני ברק.
לענינינו קיין גרויס נפקא מינה סיי וווי, צוריק צום נושא
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 493 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן: אבער איך האלט מיך פאר א סאטמארער סיי ווייל איך בין אזוי אויפגעוואקסן, און סיי ווייל איך האב דורכגעלערנט ספה"ק ויואל משה עטליכע מאל, און ביי מיר איז אט די שיטה ברור כשמש.
ברור כשמש!
האסטו עס עטליכע מאל אדורך געלערנט אלס תורת אמת וואס קען נישט אפגעפרעגט ווערן? אדער האסטו אפילו איינמאל בשעת לערנען געטראכט אז מעגליך עס איז דא אן אנדער זייט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איינער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 493 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז
קארל האט געשריבן:לענ"ד וועט האדמו"ר רז"ל עווענטועל אויך שלום מאכן מיט בעלזא. ווי אנדערע האבן שוין האלבוועגס ארויסגעברענגט עקזיסטירט בעצם נישט אזא זאך ווי "שיטת רז"ל" - ער טוט לויט וויאזוי זיינע מאמענטאלע אנהענגער ווילן. ווי דער מצב קוקט אויס וועט אונזער פארמאט פון אידישקייט נאר ווערן שווערער און שווערער, טעכנאלאגיע שפרינגט זייער שנעל, און איך גלייב אז מער און מער מענטשן וועלן אנהויבן איינזען אז דער קאמף פאר אונזער עקזיסטענץ איז געמיינזאם ביי אלע חרדי'שע אידן, און די אלע קליינליכע חילוקי דעות מאכן נישט קיין גרויסן חילוק ווען עס קומט צום ברייטן בילד.
ביי דעם פונקט גלייב איך וועלן אפילו א סך ביי דער רז"ל מחנה ווערן פראגמאטישער, און איינמאל זיי וועלן דאמינירן די פארטיי וועט רז"ל קענען שלום מאכן.
די ביזט צו אפטימיסטיש, לויט ווי זאכן גייען יעצט וועסטו און צען יאר ארום האבן נאך פערציג זאכן וואס וועלן דאן זיין אכשר דרא.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 275
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:29 pm
- געפינט זיך: און מקוה
- האט שוין געלייקט: 66 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל