פארוואס איז יוכ"פ נישט פאר ראש השנה?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך ווייס נישט דעם תירוץ, אבער ווער עס וואלט געוואלט יעצט נאך יוכ"פ זאל מען ווארטן 10 טעג פאר ר"ה, זאל אויפהייבן די האנט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

ראש השנה איז א פשוטע קארט , ביזט געווען וואויל באקומסטו א גיט יאר , האסט נישט ביהעיווט ח"ו פארקערט און דאס איז נארמאל מלך במשפט יעמוד ארץ , און אפילו וועסט זיין וואויל אפאר טעג פאר ראש השנה וועט מען נאכאלץ משפטן לויטן גאנץ יאר.
משאכ עשרת ימי תשובה און יום כיפור איז א עקסטערע חסד אז מווייזט אז אונז ווילן זיין גוט נאר אנדערע זאכן ברענגן צו אז נישט און דאן איז דער רבוש"ע א מלך רחמן און פארקוקט אויפן דין
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אליצפן האט געשריבן:ס'איז אויבנאויף א פשוטע שאלה וואס אויף דעם וואלט געדארפט זיין צענדליגער תירוצים און מהלכים, אבער לא עלה בידי צו געפינען א תירוץ המתיישב על הלב.
פאר וואס גייען מיר צו צום יום הדין, פאר די עשי''ת און פאר יום כיפור? וואלט נישט געמאכט פיל מער סענס אז מ'זאל קודם ווארפן אלע עבירות אין ים, נאכדעם עס אוועקגעבן צום עוף, און נאכדעם פארברענגען א גאנצן טאג פאסטן, וויינען און תשובה טון, און הערשט נאכדעם זאל מען זיך שטעלן אריבערגיין כבני מרון?
איך מיין וויאזוי ערווארטן מיר צו געווינען דעם יום הדין, אויב האלטן מיר נאך פאר אלע תשובה טוערייען, און ניטאמאל מעג מען דערמאנען דעם ווארט חטא, פארגעט עבאוט תשובה טון?

איי וועט איר פרעגן אלול? דאס איז א לעצטיגער זאך, און על פי תורה, און אין די גמרא איז בכלל נישט דא אזא מושג פון אלול, אויסער דער פאקט אז ס'איז איינס פון די צוועלף און צומאל דרייצן חדשים, וואס געפאלט פונקט אויס פאר תשרי.
און דער פאקט אז דער גזר דין ווערט נישט נחתם ביז יום כיפור מאכט נישט קיין סאך בעסער, ווייז אי משום הא וואס איז די פוינט פון ראש השנה? מאך דער גאנצער יום הדין יום כיפור און פארטיג.


לענ''ד איז די גאנצע שאלה א טעות ווייל די סדר איז נישט אז ראש השנה פסקנ'ט מען אין יו''כ דרייט מען ציריק אדער מען איז מפשר (אוודאי איז דאס שייך אבער דאס איז נישט די סדר בדרך כלל) נאר ראש השנה איז א יום הדין לכל באי עולם אין דער שופט כל הארץ שרייבט אן פאר יעדעם איינעם וואס עס זאל פאסירן דורך אויס די יאר אבער פאר זיין אויסדערוועלט פאלק ישראל איז דא א אויסנאם אז ווער עס פאלט אריין אין די מדרגה פין בינוני (פאר די פונקטלעכע הגדרה פין בינוני עי' דרשת הרמב''ן לר''ה ופירוש אברבנאל פר' אמור) באקימט א "עקסטענשן" אין מען איז עם נישט דן ר''ה נאר מען לאזט עם ביז יו''כ דאס הייסט יו''כ איז א השלמה צי ר''ה אין עס קימט נאכדעם ווייל דעמאלטס ענדיגט מען צי דעם דין פין ר''ה
אין יו''כ האט נאך מעלות אויך אז דעמאלטס איז די משפט במדת הרחמים אין ממילא איז שייך אזא זאך ווי מחילת עוונת
בקיצור עס איז נישט שייך צי פרעגן אז יו''כ ווואלט געדארפט זיין פאר ר'ה ווייל יו''כ איז א השלמה צי ר''ה אין ווער עס האט זוכה געווען ר''ה צי באקימן א טיטול בינוני אין דורך דעם אפשטיפן דעם דין ביז יו'''כ ווערט נידון אין דעם טאג
(עי' ע''ד זה באריכות ובישוב עוד כמה קישיות בפירוש האברבנאל פר' אמור)
איז אוודאי דארף מען זיך ציגרייטן פאר ראש השנה אין אלול איז בכלל נישט א נייע מנהג עס ווערט שוין דערמאנט מיט 600יאר ציריק אינעם טור אבער די ספעציעלע דגוש וואס מען לייגט ארויף אויף די עשי''ת איז אויסציניצן די עקסטענשאן וואס מען האט באקימען
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

ובזה יש לתרץ מה שהקשו רבים דלכאורה הי' עדיף שיוקדם יו"כ לר"ה שאחר שזוכים למחילת עוונות יהיו נידונים ביום הדין לכף זכות, אבל לפי הנ"ל מבואר היטב כי בלי תשובה אין יו"כ מכפר, ולכך קבע הקב"ה ר"ה תחילה כדי שיתעורר בו אדם לפחד הדין וע"י פחד הדין יתעורר לתשובה ואז יוכל לזכות ביום כיפור למחילת עונות.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

רבי נתן פון ברסלב האט געזאגט אז יום כיפור קומט נאך ר"ה, אז די אלע וואס זענען געפארן אויף אומאן אויף ר"ה און די משפחה האט געקרימט מיט די נאז, זאלן זיי זיך קענען איבערבעטן ערב יו"כ...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

במקום שאין אויפוועקער..
Under influence
פארשפארט