זיך שמד'ן אדער באקומען א life?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1694 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6348 מאל
קאנטאקט:

זיך שמד'ן אדער באקומען א life?

שליחה דורך לעיקוואד »

רבותי איך דארף ענקער הילף, לעצטנס ספ'קע איך זיך שטארק וועגן געוויסע שריט אין מיין לעבן, בעיקר וויבאלד אז איך האב באקומען אפאר סתירה'דיגע עצות פון מורא'דיגע חכמים, און איך קען נישט מחליט זיין איזה מהם יוכשר.

ומעשה שהיה כך היה.

א גרויסער טיפער מחלוקת טוהט זיך אינערהאלב די שטיבל. אפשר כמעט א סאמאטוכע. דער ניק [tag]לעיקוואד[/tag], לא ידענו מה היה לו, עפעס זאגט ער מיינונגען און דריקט אויס געדאנקען וואס זענען נישט קיין קאפי-פעיסט פון די מעלות/איד/בלאט/יתד נאמן/המחנה החרדי. און נישט נאר דאס נאר ער האט נאך די חוצפה זיך צו האלטן ביי זיינס, עס איז עם אריין אזא מין כפירה אין קאפ אז טענות דארף מען אפענטעפערן מיט טענות, נישט נאר מיט צעקות און קללות, און מען ווייסט נישט וואס צו טוהן.

זעצן זיך די גרויסע חכמים ונבונים און פראבירען פארשען פון וואו קומט דאס אזא זאך, הרב הגאון חכם מופלא ופסיכולוג נאמן מוהר"ר [tag]איינגעמיירעט[/tag] האט שוין אויסגעבויט א גאנצע טעאריע. ער קלערט אז דאס קומט פון עפעס א אומסטאבילקייט אין מיין לעבן, און עס האט צוטוהן מיט דעם וואס איך לעב נישט גענוג אין מיין אייגענע וועלטל אזויווי עם (און ווער נאך ווי ער לעבט אין אן אייגענער וועלטל און איז מקפיד קיינמאלנישט ארויסצוקוקען). דעריבער טענה'ט ער אז די עצה פאר מיר איז כלשוה"ק go get a life. למעשה איז מיר אבער נישט קלאר פונקטליך וואס דאס ענהאלט, און ווי פונקט מ'קען טרעפן דער לייף.

אבער נאך גרעסער ווערט מיין ספק, ווען משנהו בדומה לו הרה"ג חריף ובקי מוהר"ר [tag]איך אויך[/tag] האט גאר אן דיאגנוזע און עצה פאר מיר. זיין שיטה איז אז עס קומט פשוט פון זיין אנגעפיקעווט פון דעות כוזבות, און פיינט האבען ערליכע אידען. ממילא זיין עצה פאר מיר איז נישט צו באקומען א לייף נאר גאר אז איך זאל מיך שמד'ן. אזוי, קלערט ער, וועל איך פטור ווערן פון מיינע פראבלעמען. למעשה אויך דער עצה איז מיר נישט קלאר פונקט וויאזוי דאס מקיים צו זיין, און ער האט אויך זיך אנטזאגט פון ווייטער עלעבארירען. א שטיקל ספק האב איך אפשר ביי עם מיינט זיך שמד'ן זיך טויפען צו די סאטמערע רעליגיע .


ווידער ידידי [tag]יאיר[/tag] , ער האט גאר אפשר אן אנדערער פלאן

בקיצור, זייטס מיר ביטע מכריע וועמענ'ס דיאגנוסעס איז ריכטיגער, און וועלכער עצה איז גלייכער, ותשועה ברוב יועץ.
I have a dream
Martin Luther King ~

דער אשכול פארמאגט 38 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר