בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:לעיקוואוד איך האב אלעס פארשטאנען, נאר איין זאך פארשטיי איך נישט: וואסי פשט פון זיך טעגן אליינס.
מן הסתם א טעסט צו ער האט שוין life
מ'ציפט זיך אליינס
הוגה האט געשריבן:וויצן אין א זייט, כ'מיין אז מען דארף דא ארויס נעמען א וויכטיגע ערענסטע נקודה. עס איז זייער קינדעריש צו אריינגיין אין יענעמ'ס פערזענליכע אישוס אין מיטן א דעבאטע, אפגעזעהן אויב יענעמ'ס תגובה איז אנטאגעניסטיש, קינדעריש, או-טי-די'איש, ליבעראליש אדער זאלוניש. עס הארגעט אפ די פלוס פונעם שמועס, און עס ברענגט אראפ די גאנצע ניווא פונעם שטיבל.
לאמיר זיך אונטערנעמען אלעמאל צו האלטן אויסשליסלעך צום טעמע, און לאמיר איגנארירן די נימוכי השכל ואס פרובירן ברוב חכמתם צו פארדרייען די שמועסן און avoid 'ן די נושאים. ובא לציון גואל אמן!
לעיקוואד האט געשריבן:בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:לעיקוואוד איך האב אלעס פארשטאנען, נאר איין זאך פארשטיי איך נישט: וואסי פשט פון זיך טעגן אליינס.
בבחינת אם אין אני לי מי לי, וד"ל.
אויך איז מיר אינטרעסאנט געווען אויב דאס ארבעט (יא, עס ארבעט..)
הוגה האט געשריבן:[tag]הקטן[/tag], א לייק קומט דיר פארן איינפאל. אבער כ'מיין אז דו פארשטייסט אליין די חילוק ווען מען רעדט איבער א phenomenon און ווען מען רעדט איבער א פערזענליכע יחיד, ספעציעל ווען מען וויל עס נוצן אלץ א טאקטיק יענעם צו פארשווייגן אדער צו פארדרייען א שמועס.
איינגעמיירעט האט געשריבן:צוויי נקודות, ראשית איך האף די פארשטייסט א ניק איז נישט קיין פערזענדליכע מענטש, סקען זיין אז ניק לעקוואד און ניק איינגעמיירעט שרייבען דורך דעם זעלבען קאמפיוטער, און שרייבען ארויס פון די זעלבע קאפ, ממילא צוזאגען דא ווארט פערזענדליך בא א ניק איז נישט און פלאץ לענ״ד.
איינגעמיירעט האט געשריבן:שנית.
טרייען צו פארשטיין א מענטשעס מאטיווען איז זייער א איטרעסאנטע און באלערנדע סוגיא, עפ״י רוב קומען די דיעות פון א מענטש געבויט אויף זיינע מאטיווען און אגענדאס.
הוגה האט געשריבן:אדרבא, וויסן יענעמ'ס מאטיוון פארבלענדט די אמת. ממ"נ, אויב האסטו די זעלבע מאטיוון וועסטו אטאמאטיש מסכים זיין, האסטו פארקערטע מאטיוון וועסטו אטאמאטיש חולק זיין. למאי נ"מ וואס יענער האלט, ליין זיינע רייד און זעה אויב ס'ריכטיג אדער נישט.