petergrifin האט געשריבן:גוגל דארף נישט מאכן א פראפיט פון די עצם טעבלעט זיי פארדינן געלט
פון פלעי סטאר משא'כ די אנדערע מעניופעקשערס מיזען מאכן א פראפיט
גוגל מאניפאקטשורט נישט אליינס, די נעקסעס 4 האט LG געמאכט, אנדערע זענען געווען געמאכט דורך סעמסאנג, HTC, אדער Asus.
שמעקעדיג האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:די LG\גוגל נעקסאס פאון איז נישט ממש די זעלבע ווי די טאפ אוו די ליין סעמסאנגס און HTCס, די קעמרע איז היפש שוואכער, די בעטערי, און כ'מיין די פראסעסער אויך. ווי אויך האט ער נישט קיין רימאוועבעל מעמארי אדער בעטערי.
אויף דעם מוז איך מחולק זיין. זיי זענען די טאפ אויף די ליין מיט כמעט יעדע קאמפאונענט, און ס'איז קלאר א פארגלייך צו די בעסטע אין די מארקעט.
ס'איז אפילו פאראן א רומער אז די נייע נעקסוס 5 פאון וועלכע ערשיינט בקרוב, גייט האבן א מעכטיגע קעמרע מיט א NIKON לענז.
און די לעצטיגע פאונס פון מאטאראלע און HTC פארמאגן אויך נישט קיין רעמאוועבל מעמארי און בעטערי.
גיב א קוק די גוגל נעקסוס 7, די נייעסטע טעבלעט. כמעט די בעסטע אויפן מארקעט. און אויך די ביליגסטע.
כ'זאג נישט ס'איז א שוואכע פאון, איך האב עס גראדע געקויפט אויסצוטרייען, ס'איז א הערליך שיינע סאלידע פאון, פילט זיך ווי א חפצא ווען מ'האלט עס, אפשר מער ווי די HTC אויך, אבער... דאך האט עס אביסל א שטייטערע פראסעסער
(1.9 ווס. 1.5), אביסל שוואכערע בעטערי
(2100 vs 2300-2600 mAh), אביסל שוואכערע סקרין
(1920x1080 vs 1280x768), אביסל שוואכערע קעמרע
(8mp vs 13), און האט נישט קיין LTE. ממילא טאפ אוו די ליין איז עס נישט, כאטש ס'האט זיך געלוינט יעדע פעני פון די $250 וואס כ'האב געצאלט דערפאר.