נבלה נעשה בסקווער - נישט צולאזען חברים צו לוויה פון א חבר
- דענקער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 254
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
- האט שוין געלייקט: 905 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל
כנראה איז געווען מער א חסרון אין קאמוניקאציע מער ווי סיי וואס. דא זענען געווען צוויי קעגנזייטיגע מחנות וואס זעהען נישט אויג צו אויג קיינמאל. נארמאל וואלט זיך געדארפט מאכן א פארשפרעכער פון די עקס חסידים זאל זיך פארבינדן מיט א פארשטייער פון די פאמיליע און ערקלערן וואס זיי ווילן און אויסארבעטן א פלאן וואס זאל ארבעטן פאר ביידע לויט די אומשטענדן.
דא עקא, די אומצוטרוי און חשד וואס ביידע באטראכטן דעם אנדערן. עס איז נישט בייגעפאלן פאר קיינעם אז עס איז דא מיט וועמען צו רעדן.
בד"וו איך האב געהערט אז די יונגען האבן אלע אנגעטון יארמולקעס, און די מוידן האבן אלע געהאט סקירטס. עס קוקט אויס אז זיי האבן זיך געוואלט האלטן רעספעקטפול. אזוי ווי זיי האבן געטון בסוף. זיי האבן געצינדן ליכט גערעדט אפאר גוטע ווערטער לזכרונה און אבזערווירט א מאמענט פון שטילקייט פאר איר (עכ"פ לויט זייערע השגות). עס איז נישט געווען קיין שרייערייען אדער געוואלדטאטן.

דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 278
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
דענקער האט געשריבן:כנראה איז געווען מער א חסרון אין קאמוניקאציע מער ווי סיי וואס. דא זענען געווען צוויי קעגנזייטיגע מחנות וואס זעהען נישט אויג צו אויג קיינמאל. נארמאל וואלט זיך געדארפט מאכן א פארשפרעכער פון די עקס חסידים זאל זיך פארבינדן מיט א פארשטייער פון די פאמיליע און ערקלערן וואס זיי ווילן און אויסארבעטן א פלאן וואס זאל ארבעטן פאר ביידע לויט די אומשטענדן.
דא עקא, די אומצוטרוי און חשד וואס ביידע באטראכטן דעם אנדערן. עס איז נישט בייגעפאלן פאר קיינעם אז עס איז דא מיט וועמען צו רעדן.
ווי איך האב געהערט נאך יענע טאג און ווי געשריבן אויבן, אז די וואס האבן יא גענומען ד מיה און זיך פרובירט צו פארבינדן מיט די משפחה איבער די דעטאלן פון די לוי', האבן באקומען קראנטע אינפארמאציע.
ווי איך פארשטיי אליינס (יא נאר מיין מיינונג) די איבריגע האבן מיר באמת קיין שוואכע שיכות מיט איר נישט געהאט, ס'מערסטע א פעיסבוק פרענד געווען, און אפילו דארט נישט אויסגעטוישט א ווארט מיט איר, די קענען ניטאמאל איר געוועזענע לעצטע לעבן-באגלייטער און אפילו אים נישט פרובירט צו קאנטעקטן איבער די פרטים, און האבן נאר גע'נאשט אינפארמאציע פון אנדערע פעיסבוק סטאטוס'ן און וויינען יעצט אז מ'האט זיי ניטאמאל געלאזט באגלייטן א פרענד...
דענקער האט געשריבן:בד"וו איך האב געהערט אז די יונגען האבן אלע אנגעטון יארמולקעס, און די מוידן האבן אלע געהאט סקירטס. עס קוקט אויס אז זיי האבן זיך געוואלט האלטן רעספעקטפול. אזוי ווי זיי האבן געטון בסוף. זיי האבן געצינדן ליכט גערעדט אפאר גוטע ווערטער לזכרונה און אבזערווירט א מאמענט פון שטילקייט פאר איר (עכ"פ לויט זייערע השגות). עס איז נישט געווען קיין שרייערייען אדער געוואלדטאטן.
מורא'דיג שיין פון זיי.... אפילו א גוי (ווי נידריג ער זאל נישט זיןן [על פי רוב]) קומט אויך צו א פיונערל אנגעטוהן בכבוד המת!
(די געלעכטער איז נאר ווען א או.טי.די שפאצירט אריין מיט א לעדדער דזשעקעט צו א חתונה...)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- היימישער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 151
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:26 pm
- האט שוין געלייקט: 21 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
יעדער פארשטייט אז ווען מען גייט צו יענעם דארף מען זיך רעכענען מיט יענעם, די מיידלעך זענען געקומען מיט הויזן און מיט קורצע ערמל אויסגעקוקט ווי נידריגע גויטעס און גוים און גערעדט פארשטייט זיך יודיש האט מען נישט געוואלט אז די משפחה זאל זיך נאכמער שעמען, לויט ווי מען האט געהערט אז זיי האבען געפלאנט אז א מיידל זאל איר מספיד זיין מיט א הענט מייק
איך פארשטיי זייער גיט סקווער, קליג האבען זיי געטיען

- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
אסך "כ'האב געהערט" טו גאו ארונד. מ'קען מיד ווערן פון אלעס נאכזיכן.
כ'זעה נישט פארוואס ס'קומט זיך נישט קרעדיט אויב איינער קליידט זיך מיט רעספעקט פארן רוח המקום. אויב "יעדער גוי" טוט אזוי, קומט זיך קרעדיט פאר "יעדען גוי." אויב וואלט וויי געטוהן אויב טוהן זיי נישט אן קיין יארמולקע אדער צניעות'דיגע צודעק און מ'וועלט גאנץ באשטימט געמאכט א יצעקו דערפון, דאן קומט זיך קרעדיט ווען איינער טוט דאס אקאמאדירן. ס'מעגליך אז אלו ואלו זענען אמת, אז טייל האבן יא געהאט קאפלעך און טייל נישט. און די וועלכע האבן נישט געהאט, מעג מען אויך דן זיין אז זיי האבן נישט געהאט פונקט מיט זיך.
אלעס בדרך אפשר.
(בדרך צחות: ס'וואלט געווען שיין אויב זיי טוהן אן סקווירא באקסעדיגע וואלענע ציצית ביזן קאלער ביין, אבער מסתם האבן זיי גענומען אין באטראכט דעם פראבלעם פון לועג לרש. )

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואליש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
בנוגע א מקור פון אן הלכה'דיגע פערספעקטיוו איבער צונעמען א קינד פון די מאמעס שויס אין פאל אויב די קינד וועט ווערן אויפגעהאדוועט מיט א גלייכגילטיגקייט און עובר זיין אסורי תורה, דוכט זיך אין טעאריע איז לכאורה גרינג צו מאכן די קעיס אז היות דאס קינד אנשטאטס וואס די עלטערן זאלן אים געבן א תורה'דיגע חינוך וועט ער קריגן דאס פארקערטע וואס אויף דעם זענען אלע דעות איינשטימיג אז א קטן (שהגיע לחינוך) האוכל נבילות בי"ד מצווין להפרישו, מיינט עס דען נישט דורך אלע מיטלן ? וואס, די תורה רעכענט זיך מיט די מאמע וואס איז אן עוברת דת און איז עוברת אויף אלע ל"ו כריתות.
נאר וואזשע דען הלכה למעשה איז דאך דאס זייער א שארפע פסק און איך טו אויף קיין שום פאל פאראויסשטופן אדער אפילו נאר בארעכטיגען אזוינס מחמת כמה סיבות
1) א"כ אין לדבר סוף ווער ווייסט מארגען וועט דער סקווירער צונעמן די קינדער ווייל מ'האט חלילה אויפגעהערט עסן צוויבל קיגעל אדער ווייל מ'איז מזלזל אין די מצוות חדשות וואס אותו צדיק שומען מפי אליהו, וכו' וכו' סוועט זאך טוען א געכאפעכטץ ווי ביי די קאנטעניסטן.
2) אפילו אין פאל ווען יעדער איז מודה אז זי איז אן עוברת על דת יהודית טאמער קען מען אנווייזן מיטן פינגער אז שולדיג זענען גאר די רעליגיעזע אז מ'האט איר בא'עוול'ט וואס פלוצלינג ווילען זיי יעצט הרצחת וגם ירשת ?
3) מיר לעבן היינט אין אן אנדערע ריאלם ווען ס'איז דא גאנצע קהילות פון חילונים וכו' וואס זענען א ריאליטעט נאך מער ווי די רעליגיעזע און פונקט אזוי ווי עמא דבר איז ביי די אלע תינוק שנשבה'ס אז מלאזט זיי לויפן מ'סעקירט זיי נישט סיידן אפאר חבדסקער וואס לויפן זיי נאך פאר תפילין אדער לולב אין מגיט זיי נאך אפ כבוד אין ביזנעס צו אויב זיי זענען פאליטישע פיגורן א"כ הייני הך.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נהורא נפישא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
עס איז היינט אזא מין מאדנע וועלט, און די מוחות זענען אזוי פארקרימט, אז עס לאזט זיך גארנישט גלייבן.
אמאל ווען איינער איז נעבאך אפגעפארן פונעם דרך פון זיינע עלטערן, האט ער זיך געפאקט פעק, און געגאנגען צו אלע שווארצע ריחות, און מען האט מער נישט געהערט פון אים.
היינט נישט נאר זיי יאגן נישט אפ פון אינז, נאר זיי קריכען נאך אויף אונזער געהירן אן אויפהער, זיי פארלאנגען רחמניות, ליבשאפט, איינערקענונג, און אפי' גאר אז מען זאל זיי נאך ארויפקיקן.
רבש''ע פארוואס? ביזט אוועק געגאנגען פונעם יודישען דרך? פיין! גיי דיר לחיים ולשלום,!
נישט קיין חילוק פארוואס די ביזט אפגעפארן, איר וועט קיינמאל נישט טרעפן א שייגאץ, וואס זאל זאגן אז ער איז זיך אליינס שילדיג, אייביג איז עס דער רבי, די חסידות, די טאטע, די מאמע, אד''ג, וואס דרייסטו א קאפ? ביזט אפגעפארן ווייל די האסט געוואלט ווערן א שייגאץ, והא ראיה, אז די ביזט געווארן, אויב וואלסטו נישט געוואלט ווערן קיין שייגאץ, וואלסטו געבליבן א יוד, פינקט וואו דייינע ברידער, און שועסטער, חברים, און חברטעס.
דאס האט דא פאסירט, די אלע אכזרים ואכזרות, וואס צילוב זיי מאכן זייער טאעטס און מאמעס נאס זייער קישן יעדע נאכט, און די ברידער און שוועסטער ליידן בישות וחרפות, זענען פליצלינג פארוואנדעלט געווארן פאר פיינע איידעלע מענטשן, זיי ווילן פשוט קימען צו די לוויה פון זייערס א חברטע, מיי פוד!
זיי זיכען סתם אז מען זאל רעדן פון זיי, און צו שטערן דעם ארדענונג, גוט האבן די סקוירא חברא קדישא געטאן, נישט צו צילאזן די ווילדע בארבארן, און בארברות צו א יודישע לויה, דאס איז נאך די גרעסטע טובה פאר די נשמה פון די נפטרת, עס איז זיכער אז אויף יענע וועלט שעפט זיי נישט קיין נחת פון די "גוטע חברים און חברטעס" !
וילמדו תועים בינה, ומלאו הארץ דעה את השם, ובאו האובדים מארץ אשר והנדחים מארץ מצרים, און זיי זאלן שוין אויפהערן צו באשילדיגען די גאנצע וועלט אויף זייערע פארשטויסענקייט, און תשיבה טון מיט א גאנץ הארץ צום הייליגע באשעפער, כי לא ידח ממנו נידח!

קאך_לעפל האט געשריבן:עס איז היינט אזא מין מאדנע וועלט, און די מוחות זענען אזוי פארקרימט, אז עס לאזט זיך גארנישט גלייבן.

איי אלע כמעט אלע רוב וועלט האלט אנדערש? נו אחד היה אברהם.. אקעגן א גאנצע משוגענע וועלט, א דור המבול א דור הפלגה א דור אנוש.. איין אייציגער אברהם אבינו האט געטון וואס גאט האט געהייסן
ער האט געטון זאכן וואס אפילו היינט וואלט עס געהייסן מאדנע. אבער ער און נאר פן עהם איז געבליבן א שארית און נחלה.
זאלן די אלע ראציגע דיעות זיך נעמען דאס לעבן, און לאזן אונז לעבן מיט גאט. ''זאל זיין געלעבט''..
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:[tag]לעיקוואד[/tag]
מיט אן אריינגיין אין אונזער ויכוח לגבי חבירים וכו'. וואס איז דיין פאזיציע לגבי א גיי חבר וועלכער וויל קומען צום לויה, דארף מען אים אויך אקקאמאדירן?
אויב דיין ענטפער איז ניין, דאן דוכט זיך אז דער אייבי ווייס'ס יחס מיט דעבב איז אויך גווען א חיוב כריתות'דיגער.
די ענטפער איז יא, בלי ספק. און ווער עס טוהט אנדערש איז א רשע מרושע.
(אחוץ פון דעם איז דיין צושטעל נישט עולה יפה ווייל עס איז נישט אונזער דזשאב צו טשעקן אויב זיי גייט אין מקווה אדער נישט מער ווי עס איז אונזער דזשאב עס צו טשעקן ביי יעדער אנדערער קאפל אויף די וועלט).
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
די מוסר השכל פון די סטארי איז אז מען דארף אוועקשטעלן עפעס א חסידישער עסקן וואס האט קשרים און טראסט סיי אין די חסידישע קהילות און סיי אין די או טי די קהילות וואס זאל דינען אלץ א נארמאלער פארמיטלער אין אזעלכע פעלער. אין אנדערע פעלער ווי עס האט זיך אפגעשפילט מער נארמאל איז דאכציך דאס געווען די קעיס.
נו, עני הצעות?
נו, עני הצעות?
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
מנשה לוסטיג האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:עס איז היינט אזא מין מאדנע וועלט, און די מוחות זענען אזוי פארקרימט, אז עס לאזט זיך גארנישט גלייבן.
אמאל ווען איינער איז נעבאך אפגעפארן פונעם דרך פון זיינע עלטערן, האט ער זיך געפאקט פעק, און געגאנגען צו אלע שווארצע ריחות, און מען האט מער נישט געהערט פון אים.
היינט נישט נאר זיי יאגן נישט אפ פון אינז, נאר זיי קריכען נאך אויף אונזער געהירן אן אויפהער, זיי פארלאנגען רחמניות, ליבשאפט, איינערקענונג, און אפי' גאר אז מען זאל זיי נאך ארויפקיקן.
רבש''ע פארוואס? ביזט אוועק געגאנגען פונעם יודישען דרך? פיין! גיי דיר לחיים ולשלום,!
נישט קיין חילוק פארוואס די ביזט אפגעפארן, איר וועט קיינמאל נישט טרעפן א שייגאץ, וואס זאל זאגן אז ער איז זיך אליינס שילדיג, אייביג איז עס דער רבי, די חסידות, די טאטע, די מאמע, אד''ג, וואס דרייסטו א קאפ? ביזט אפגעפארן ווייל די האסט געוואלט ווערן א שייגאץ, והא ראיה, אז די ביזט געווארן, אויב וואלסטו נישט געוואלט ווערן קיין שייגאץ, וואלסטו געבליבן א יוד, פינקט וואו דייינע ברידער, און שועסטער, חברים, און חברטעס.
דאס האט דא פאסירט, די אלע אכזרים ואכזרות, וואס צילוב זיי מאכן זייער טאעטס און מאמעס נאס זייער קישן יעדע נאכט, און די ברידער און שוועסטער ליידן בישות וחרפות, זענען פליצלינג פארוואנדעלט געווארן פאר פיינע איידעלע מענטשן, זיי ווילן פשוט קימען צו די לוויה פון זייערס א חברטע, מיי פוד!
זיי זיכען סתם אז מען זאל רעדן פון זיי, און צו שטערן דעם ארדענונג, גוט האבן די סקוירא חברא קדישא געטאן, נישט צו צילאזן די ווילדע בארבארן, און בארברות צו א יודישע לויה, דאס איז נאך די גרעסטע טובה פאר די נשמה פון די נפטרת, עס איז זיכער אז אויף יענע וועלט שעפט זיי נישט קיין נחת פון די "גוטע חברים און חברטעס" !
וילמדו תועים בינה, ומלאו הארץ דעה את השם, ובאו האובדים מארץ אשר והנדחים מארץ מצרים, און זיי זאלן שוין אויפהערן צו באשילדיגען די גאנצע וועלט אויף זייערע פארשטויסענקייט, און תשיבה טון מיט א גאנץ הארץ צום הייליגע באשעפער, כי לא ידח ממנו נידח!
איי אלע כמעט אלע רוב וועלט האלט אנדערש? נו אחד היה אברהם.. אקעגן א גאנצע משוגענע וועלט, א דור המבול א דור הפלגה א דור אנוש.. איין אייציגער אברהם אבינו האט געטון וואס גאט האט געהייסן
ער האט געטון זאכן וואס אפילו היינט וואלט עס געהייסן מאדנע. אבער ער און נאר פן עהם איז געבליבן א שארית און נחלה.
זאלן די אלע ראציגע דיעות זיך נעמען דאס לעבן, און לאזן אונז לעבן מיט גאט. ''זאל זיין געלעבט''..
איך פארשטיי נישט 2 זאכן:
איינס: ווער איז רוב וועלט?
צוויי: ווער זאגט אז זיי האלטן אנדערש?
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
עס איז מיר מאדנע די גאנצע וויכוח ווער הייסט א חבר און ווער נישט. קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס עס איז וויכטיג אדער מאכט בכלל אויס דא?
איך האב אסאך ווירטואלע חברים, סיי אין קאווע שטיבל סיי אין פעיסבוק סיי אין אנדערע מקומות, א חלק פון זיי וועלכער איך קען פרעזענליך, א חלק וועלכער איך האב נאכנישט געטראפען פנים אל פנים אבער מיר זענען גוטע חברים ווירטואליש, און א חלק וואס מיר קענען זיך ביים נאמען אבער רעדן כמעט נישט. פונקט אזויווי אין בית מדרש איז דא די חברה וואס איך שמועס מיט זיי אין מקווה און ביים קאווע וואס זענען ממש מיינע חברים, עס איז דא די וואס איך זאג יעדער טאג א גוט מארגן, און עס איז דא אזעלכע וואס דאס אויך נישט.
עס איז אבער דא פארשידענע הזדמנויות ווען די אלע מער ברייטערע סארט קשרים מאכען יא אויס. למשל אז איך מאך א שמחה, איז אסאך מאל וועט די גאנצע מנין קומען אפילו די וועלכער איך זאג קוים א גוט מארגען צו, און נאך אסאך מער ביי א טראגעדיע ל"ע, וועקט זיך אויף ביי מענטשען אסאך מיטפילען און אפילו ווייטערע באקאנטע פילען א צורך און אן ענין זיך באטייליגן. איך בין זיכער אז ביי אזוינע הזדמנויות, וועל איך אויסגעפינען אז איך האב אסאך פריינט וואס איך האב קוים אמאל געהערט פון זיי, און דאך אז זיי קומען צו מיין שמחה וועל איך זיי שיין באדאנקן און מכבד זיין מיט א לחיים, ווארום דאס גופא אז ער קומט צו מיין שמחה אדער טראגעדיע ל"ע, איז דאך א סימן אז ער פילט פאר מיר און האלט עס וויכטיג צו קומען.
די זעלבע דא, זאל זיין אז א חלק האבען קיינמאל געהערט איר נאמען פאר דער שבת, איז אויב פילען זיי זיך עפעס א קשר מיט איר, צו ווייל זיי קויפען די זעלבע סארט הויזען צו ווייל זיי געהערן פאר די זעלבע סארט קלאב, צו פאר וועלכע ריכטיגע אדער נארישע סיבה עס זאל נאר זיין, הייסט דאך אז זיי אידענטיפירען אויף גענוג אז זיי זאלן זיך באטייליגען אין א לויה, און דאס אליינס איז גענוג א סיבה מען זאל זי פירען מיט נארמאלע נימוס.
(אגב, כפי שראיתי בפ"ב, אויך די נאנסטע חברים וואס זענען געווען בקשר מיט די משפחה האט מען נישט מודיע געווען וועגן די לויה ביז צו שפעט, מען האט זיי בס"ה צוגעלאזט אויף א רגע זיך געזעגענען מיט די מיטה. אזוי עכ"פ טענה'ן זיי אליינס. מען קען זיי פארשטיין אז זיי זענען זיכער אז או טי די ניקעס זענען ווער ווייסט וואס, אבער אויף דעם אליינס איז נישטא קיין תירוץ, וויפיל מאל וועלן זיי נאך באקומען א פרי פעס ווייל זיי רעדן זיך איין אז דאס זענען סוב-יומענס? איך וויל נישט אויפוועקן גודוויין, אבער אויף דעם מהלך האבען אויך די נאציס זיך נישט געפירט מיט עקסטערע רשעות בדווקא און מ'קען זיי פארשטיין לויט דאס וואס מ'האט זיי איינגערעדט אז אידען זענען סוביומען)

פארוואס האט מען דא טענות אויף מנשה? מען האט עם נישט גערופען אין פארווערטס זאגען זיין פרעזענליכע מינונג אויף וואס מ'דארף טוהן (דאס זאגט ער דא..), מען האט עם גערופען דארט צו פארציילען וויאזוי דער עולם אין שיכון סקווער קוקט אן די מעשה און מסביר זיין פון זייער קוק-ווינקעל פארוואס מען האט איר נישט געלייגט אין סקווער. און דאס האט ער דאך אקוראט איבערגעגעבן. אדרבה, ווען ער וואלט אנדערש פארציילט און פראבירט צו פארוואסערן און מאכן שענער אויסזעהן די סקווערער מהלך וואלט ער דאך געווען א שקרן. אויף שכל זיינע ווייזט עס טאקע נישט, אבער אז מ'וויל אינפארמאציע איז אלץ בעסער אז מפרעגט דער שטאטס טיפש וואס ווייסט נישט צו באפיצען די פאקטן.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
א ווארט צו רבי מנשה.
אפגעזען צו סקווירא האט יא געטן אן עוולה אדער נישט האט קיינער נישט קיין היתר צו טרינקען דיין בלוט אפילו על צד אויב דו האסט בועל געווען אן אשת איש יום כיפור נאכמיטאג. כל שכן אז ס'איז געבויעט אויף השערות שונות וואו דער דמיון שפילט דער עיקר חלק.
און זייט וויסן איך בין אייך מקנא: אויב איז דאס נישט אמת איז דאך אשרי מי שחושדין בו ואין בו, און על צד אז יא זאגט דאך די גמ' כל העובר כו' ומתבייש בו מוחלין לו כל עוונותיו.

צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- outspoken
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1227
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
- האט שוין געלייקט: 269 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל
צו אינזער געטרייע OTD געשוויסטערס,
מיר ווילען אייך לאזען וויסען, אז אפילו עטס זענטס אוועק פון אונז, און עטס גיסט פעך אין שוועבעל אויף אונז אויף די social media שלינגען מיר עס אראפ און מיר האבען אייך זייער ליב, און מיר נעמען אייך אויף מיט ביידע הענט.
אבער איין זאך ווען עטס קומט'ס דא (בחיים ובמות) דארפט איר האבן רעספעקט פאר די RULES OF THE HOUSE דאס מיינט אז מיר זענען נישט מחויב אויפצוגעבען קיין מילי מעטער פון אינזער WAY OF LIFE .

פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:עס איז מיר מאדנע די גאנצע וויכוח ווער הייסט א חבר און ווער נישט. קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס עס איז וויכטיג אדער מאכט בכלל אויס דא?
איך האב אסאך ווירטואלע חברים, סיי אין קאווע שטיבל סיי אין פעיסבוק סיי אין אנדערע מקומות, א חלק פון זיי וועלכער איך קען פרעזענליך, א חלק וועלכער איך האב נאכנישט געטראפען פנים אל פנים אבער מיר זענען גוטע חברים ווירטואליש, און א חלק וואס מיר קענען זיך ביים נאמען אבער רעדן כמעט נישט. פונקט אזויווי אין בית מדרש איז דא די חברה וואס איך שמועס מיט זיי אין מקווה און ביים קאווע וואס זענען ממש מיינע חברים, עס איז דא די וואס איך זאג יעדער טאג א גוט מארגן, און עס איז דא אזעלכע וואס דאס אויך נישט.
עס איז אבער דא פארשידענע הזדמנויות ווען די אלע מער ברייטערע סארט קשרים מאכען יא אויס. למשל אז איך מאך א שמחה, איז אסאך מאל וועט די גאנצע מנין קומען אפילו די וועלכער איך זאג קוים א גוט מארגען צו, און נאך אסאך מער ביי א טראגעדיע ל"ע, וועקט זיך אויף ביי מענטשען אסאך מיטפילען און אפילו ווייטערע באקאנטע פילען א צורך און אן ענין זיך באטייליגן. איך בין זיכער אז ביי אזוינע הזדמנויות, וועל איך אויסגעפינען אז איך האב אסאך פריינט וואס איך האב קוים אמאל געהערט פון זיי, און דאך אז זיי קומען צו מיין שמחה וועל איך זיי שיין באדאנקן און מכבד זיין מיט א לחיים, ווארום דאס גופא אז ער קומט צו מיין שמחה אדער טראגעדיע ל"ע, איז דאך א סימן אז ער פילט פאר מיר און האלט עס וויכטיג צו קומען.
די זעלבע דא, זאל זיין אז א חלק האבען קיינמאל געהערט איר נאמען פאר דער שבת, איז אויב פילען זיי זיך עפעס א קשר מיט איר, צו ווייל זיי קויפען די זעלבע סארט הויזען צו ווייל זיי געהערן פאר די זעלבע סארט קלאב, צו פאר וועלכע ריכטיגע אדער נארישע סיבה עס זאל נאר זיין, הייסט דאך אז זיי אידענטיפירען אויף גענוג אז זיי זאלן זיך באטייליגען אין א לויה, און דאס אליינס איז גענוג א סיבה מען זאל זי פירען מיט נארמאלע נימוס.
(אגב, כפי שראיתי בפ"ב, אויך די נאנסטע חברים וואס זענען געווען בקשר מיט די משפחה האט מען נישט מודיע געווען וועגן די לויה ביז צו שפעט, מען האט זיי בס"ה צוגעלאזט אויף א רגע זיך געזעגענען מיט די מיטה. אזוי עכ"פ טענה'ן זיי אליינס. מען קען זיי פארשטיין אז זיי זענען זיכער אז או טי די ניקעס זענען ווער ווייסט וואס, אבער אויף דעם אליינס איז נישטא קיין תירוץ, וויפיל מאל וועלן זיי נאך באקומען א פרי פעס ווייל זיי רעדן זיך איין אז דאס זענען סוב-יומענס? איך וויל נישט אויפוועקן גודוויין, אבער אויף דעם מהלך האבען אויך די נאציס זיך נישט געפירט מיט עקסטערע רשעות בדווקא און מ'קען זיי פארשטיין לויט דאס וואס מ'האט זיי איינגערעדט אז אידען זענען סוביומען)
מר לעקוואד:
פאר אונטערסאנטקייט, די וואלסט דיך געוואלט משדך זיין מיט דיינס א ווירטואלע חבר?
די וואלסט ווען געווארן א שיתף מיט אים?
די וואלסט געבארגט א צואנציגער?
וואס פארדרייסטו א קאפ?