משה געציל האט געשריבן:עסקן בדברים האט געשריבן:כבודו מלא עולם האט געשריבן: איך קען זיי נישט, און ב"ה איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין דין תורה
מאן יימר לך אז זיי העלפן נישט די גנבים? אויך נוצן זיי כל מיני מעשי שוחד און נידעריגע טריקס
אזא שארפער סטעיטמענט קען נישט געזאגט ווערן אין צען ווערטער. אויב האט איר עפעס באווייזן ברענגט ארויף, נישט סתם פאכענען.
משה געציל, איך האב באווייזן, און שוין איינמאל באווייזן, אבער איך גיי זיי נישט דא אהער לייגן, ווייל נישט דא איז דער פלאץ, אבער עס איז קלאר אז דאס איז דער מציאות.
ווי געפעלט דיר די מעשה: א איד (לאמיר אים רופן ראובן) קאלט אן זיין חבר (געציל), א טוען, און זאגט אים אזוי: מיין חבר האט אויף מיר אזא תביעה, כך וכך, בין איך מחויב אים צו באצאלן אדער נישט? ענטפערט דער טוען: קלאר אז נישט, עס איז א פשוט'ער שולחן ערוך, איז אים מסביר דעם הלכה בנוגע דעם ענין. ראובן באדאנקט געציל'ן און געציל זאגט אים: ראובן, אויב מאכט זיך א דין תורה האב מיך אינזין.
עס האט זיך טאקע געמאכט א דין תורא, און ראובן האט נישט גערופן געציל און האט בכלל נישט גערופן קיין טוען, ער איז געקומען צום דין תורא און ווען מען האט אים געהייסן אונטערשרייבן שטרי בירורין האט ער געזאגט: מסכים, אבער בתנאי אז מען גייט פסק'ענען גלאט ע"פ שולחן ערוך, דין גמור. שרייט דער רב: קיינער פסק'נט נישט היינט ע"פ דין גמור, און אזוי האב איך מקבל געווען פון מיינע רבי'ס, און דער צד שכנגד (בערל) שרייט, זעהסט, דו ווילסט נישט באצאלן און פערטיג, דו ווילסט נישט אונטערשרייבן שטרי בירורין.
פילט זיך שוין ראובן אביסל אין א קלעם, זאגט ער אקעי, איך בין מסכים צו פשרה קרוב לדין. אקעי, דאס איז שוין יעדער מסכים און מען חתמ'עט.
מען זעצט זיך אראפ, און בערל לייגט אראפ אלע זיינע טענות. ווען ער ענדיגט זאגט ראובן: א' וואס דו זאגסט איז פלעין נישט אמת, אדרבה, ברענג הוכחות אז עס איז טאקע אזוי. והשנית, אפילו אויב עס איז אזוי ווי דו זאגסט בין איך פטור פון דיר צו באצאלן, ווייל אזוי איז דער דין אין שולחן ערוך (און דא האט ראובן איבערגעזאגט וואס זיין חבר געציל (דער טוען) האט אים געזאגט).
אזוי ווי מען האט דאס געהערט האט מען געענדיגט דעם זיצונג און מען האט מחליט געווען אז מען דארף נאך א זיצונג.
ביים צווייטן זיצונג קומט זיך אן בערל, מיט, נישט מער און נישט ווייניגער ווי געציל אלס טוען. און געציל טענה'ט חי וקיים אז ראובן איז גאר שולדיג פאר בערל'ען, נישט נאר וואס בערל האט אריגינעל געבעטן, נאר פיל פיל מער פון דעם. און ער האט א גאנצן פשעטל אויף דעם. אבער ראובן, וועלכער איז נישט געוואוינט געווען (ביז דעמאלס) אין וואס עס מיינט היינט א דין תורא, האט געעפנט א פאר אויגן, ס'טייטשט? דו געציל האסט דאך מיר געזאגט אז בערל האט גאר קיין טענה נישט, און איך האב דאך דא נאר איבערגעזאגט וואס דו האסט מיר געזאגט, האסט מיר אפילו געבעטן איך זאל דיך נעמען אלס טוען.
געציל פארלירט זיך נישט פאר קיין רגע, גראדט זיך אויס דעם הוט און זאגט מיט א קאלטקייט: אמת, אבער דעמאלס האסטו מיך געפרעגט, יעצט האט בערל מיך געדונגען!!!
איי וועט איר מיך פרעגן ווי איז דער רב געווען? ער איז געזעצן דארט און געשמייכלט.
איך מיין אז איך דארף אייך אפילו נישט זאגן וואס דער פסק איז געווען...
נ.ב. דאס אויבנגעשריבענע איז א מעשה שהיה, נישט קיין משל.