גנדי האט געשריבן: איך האב געלאזט א טרער ביים ענדע פון די ארטיקעל פון @שלום_דין
מיין טרער, און פיל אידישע טרערן, זענען געלאזט געווארן זעהענדיג @שלום דין @וחבריו אליינס, מען דארף נישט ווארטן אויף זיין/ער ארטיקל...
מאנדלבאום האט געשריבן:איך ליין און ליין נאכאמאל און נאכאמאל, און איך שטוין...
די עזות וואס די יונגען און די מוידן האבן איז פשוט אומבאגרייפליך, א טייל רעפרעזענטירן זיי דא.
וויפיל פון ענק גלייבן אין השארת הנפש? צו וואס פאר א שווארץ יאר שטופט איר די נאז אין אידישע צערעמאניעס?
לפי שיטתכם, וועט עטץ עקנער הינטל אויך מאכן א לוויה, און פארלאנגען גאר אין סקווער?
יא, ביי אונז אידן, איז די פארוואגלטע נשמה אהיימגעקומען, טאקע זייער טראגיש, אבער אהיים, נאו מאר מיט אירע נשמה בלוט צאפערס, ביי אונז אידן וועט מער איר געדענקען און א טובה טוהן!
אויסגעוועלט אן אנדער וועג? גייט אייך לחייס ולחלום! גייטץ וואו עטץ זענטץ שבת קודש ויוה"ק!...
קיין נפקא מינא ווער איז שולדיג! צו דער שלעכטער חבר, דער שלעכטער שכן דער גוי, דער שלעכטער שלחן ערוך וואס לאזט נישט רייכערן שבת, אדער דער שלעכטער רבי וואס הייסט דאווענען ווייל זיין באשעפער האט באפוילן...
באדעם ליין, באשלאסן אז דו שאקלסט דיך אפ פון דאנען? בלייב וואו דו ביזט, און טרעט אונז נישט אויפן קאפ! מיר ווילן בלייבן פאנאטיש מיטן אלט מאדיש אריבער 3000 יאריג רעליגיע!
קומט גאר מיט טענות?... אומדערהערטע פרעכהייט!
די אלע וואס טרעטן אויף די תורה און פייפן אויף בפירושי פסוקים, (נישט בלויז איף קיין פאנאטישע ענינים און קפעידעס, K?) פירן א משא מתן אין הלכה, אין ענינים, פארלאנגען מקורות?...
ווער דער נאר וואלט נישט געוועהן מיינער וואלט איך אויך געלאכט...
מאנדלבאום האט געשריבן:גנדי האט געשריבן: איך האב געלאזט א טרער ביים ענדע פון די ארטיקעל פון @שלום_דין
מיין טרער, און פיל אידישע טרערן, זענען געלאזט געווארן זעהענדיג @שלום דין @וחבריו אליינס, מען דארף נישט ווארטן אויף זיין/ער ארטיקל...
סמוך ובטוח האט געשריבן:מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך ווייס פון אסאך מעשים טובים וואס ער האט געטון וכו', פיין, פיין, הייסע וכו'...
מ'דארף נאר וויסן וויאזוי צו ליינען א שטיקל מנשה...
עוד מישהו האט געשריבן:נאכן האבן אפן דא אויף ק"ש אפאר אשכולות בנוגע די נפטרת, יעדער איינער מיט א צווייטע פרעספעקטיוו, און יעדע מענטש מיט זיינע צוויי דיעות, וועל איך זאגן וואס מיינע נארישע צוויי דעות.
ובזה החילותי, פאראיאר צוריק בערך האט א בחור וואס איז געקומען פון א גערע משפחה, מיטן נאמען ישראל קרול, זיך גענומען דאס לעבן ל"ע, די בחור איז געווען א פיינע בחור ווען ער האט געלערנט אין ישיבה, זיין משפחה מיין איך קומט פון חצור הגלילית נישט ווייט פון עמוקה.
מאנדלבאום האט געשריבן:
די אלע וואס טרעטן אויף די תורה און פייפן אויף בפירושי פסוקים, (נישט בלויז איף קיין פאנאטישע ענינים און קפעידעס, K?) פירן א משא מתן אין הלכה, אין ענינים, פארלאנגען מקורות?...
ווער דער נאר וואלט נישט געוועהן מיינער וואלט איך אויך געלאכט...
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ער גייט נישט אקעגן, ער איז זיך געגאנגען זיין וועג, און אסאך חיזוק האב איך באקומען פון עהם אלע יארן, וואס קיין איינער פון די נושרים האבן מיר נישט פארגינט.
וואס איז? מנשה לוסטיג מעג נאר זיך פארשטעלן ווי א דזשאוק באקס? איך מעג זאגן הויעך מיין האלטונג, און אויב קרעציגע קריגן רחמנות, זאלן היימישע קריגן א פלאטפארמע [איך קריג עס ממילא, אבער שלא ברצון האויבער חכמים]
שלום דין זאגט זיין מיינונג רוב מאל אנדערש ווי מיר, און ס'נישט קיין סתירה זיך צו העלפן, פארקערט יעדער ריספעקט א רואיגע מיינונג איידער קללות און פריוואטע שימפ רייד.
לעיקוואד האט געשריבן:מיר איז א פלא פונקט די זעלבע פליאה. די אלע וואס רעדן כלומ'רשט בשם התורה, בשם אידישקייט, בשם אזא מין פלאם פייערדי'גע געפיהל צו'ם באשעפער און זיין תורה, פונקט זיי אינטרעסירט גארנישט בכלל עפענען א שולחן ערוך און נאכקוקען וואס די הלכה איז. זיי מאכען זיך אפ עפעס מיט סברות כרסיות און מיט ווייבערישע געפילען עפעס, און בשם דעם זענען זיי גרייט צו טוהן ביז רציחה. עס אינטרעסירט זיי גארנישט נישט חומש, נישט גמרא, נישט ראשונים, נישט אחרונים, נישט שולחן ערוך, נישט תשובות ספרים, נישט סברות וואס מ'קען 'קלערן אין הלכה, זילטש, אביסעל געשרייען מיט אסאך עקסלעמעישין מארקס, און דאס איז דאס. א פלא ווי אזא איד קען זיך פארופען אן ערליכער איד בכלל.