[justify]הרב עובדיה יוסף האט זיך אויפגעכאפט צו זיין כמעט פולשטענדיגע באוואוסטזיין. א פאזיטיווע פארבעסערונג האט פאסירט אינעם מצב פון הרב עובדיה יוסף. אזוי האט געזאגט איינער פון דעם רב'ס דאקטוירים, וועלכע האט צוגעלייגט אז כאטש דער מצב ווייזט א פארבעסערונג, איז דער רב'ס מצב ווייטער קאטעגארעזירט אלס קריטיש.
"דער רב האט זיך צוריקגעקערט צו זיין פולע באוואוסטזיין, אבער זיין מצב איז ווייטער שווער און ער געפינט זיך נאכאלטס אין א לעבנסגעפאר", האט געזאגט פראפעסאר דני גילון פון דער הדסה עין כרם שפיטאל אין ירושליןם. "דער כלליות'דיגע מצב פון דער רב איז נאך אלס שווער, אבער אין פארגלייך צו די פארגאנגענע טעג זעהן מיר א ערענסטע פארבעסערונג", האט גילון געזאגט.
לויט זיינע רייד, ווערט דער רב נאך ווייטער רעספעראטירט, אבער די רעספערעיטאר הילף וואס ער באקומט איז פארמינערט געווארן. נאכמער, דער רב, וועלכע איז 93 יאר אלט, כמעט וואס ער דארף נישט צוקומען צו מעדיצינישע הילף צו באלאנסירן זיין בלוט דרוק. "דער רב עפנט די אויגן, און ער דערקענט זיינע קינדער, אבער ער קען נישט רעדן וויבאלד ער איז באהאפטן צו דער רעספערעיטאר. צוליב דער פארבעסערונג, קען מען נישט אויסשליסן דער מעגליכקייט אז דער רב וועט זיך פולשטענדיג אויסהיילן און זיך אומקערן אהיים", האט גילון געזאגט.
די קינדער פון משפחת יוסף האבן דערציילט, אז דער רב האט זיך צוריקגעקערט צו א פולשטענדיגע באוואוסטזיין, און ער האט אפילו געלייגט תפילין און געמורמעלט די ברכות. די פיר זוהן פון דער רב, די רבנים יצחק, אברהם, דוד און משה, און אזוי אויך דער אנפירער פון ש"ס אריה דרעי און דער כנסת דעפוטאט אריאל אטיאס געפינען זיך אגאנצע צייט נעבן די שטוב פון דער רב אין שפיטאל הדסה עין כרם, און גייען כסדר אריין צו איהם.
הרב דוד יוסף, דער זוהן פון הרב עובדיה, האט זיך אויסגעדריקט אין נאמען פון די משפחה: "עס רעדט זיך פון א נס וואס מ'קען אנטאפן". ער האט צוגעלייגט, און גערופן אין נאמען פון דער מועצת חכמי התורה פון ש"ס, אנצורעכטן אויף צומארגענס, ערב ראש חודש חשוון, "דאנק תפילות, און בעטנדע תפילות, פאר די פולשטענדיגע אויסהיילונג פון דער טאטע, נעבן דער כותל המערבי און אין אלע בתי כנסיות איבער'ן לאנד און איבער די וועלט".
איבערגעטייטשט פון
דא.[/justify]