מחאה שילד קעגן ביבי נתניהו פאר די יו. ען. דשענעראל אסעמבלי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

מחאה שילד קעגן ביבי נתניהו פאר די יו. ען. דשענעראל אסעמבלי

שליחה דורך שעפטל »

[center]קול מחאה נשמע בחוצות העיר[/center]
א הילכיגע קול מחאה האט נעכטן מיטאג אפגעקלינגען אין די גאסן פון מאנהעטן אין די צענטער פארנט פון די יו. ען. הויפקווארטיר בעת עס האט דארט באזוכט און אויפגעטרעטן דער ראש ממשלת הכופרים ביבי נתניהו פאר די י"ו. ע"ן. דשענערא"ל אסעמבל"י.

ווי שוין באקאנט פאר אנ"ש תלמיד וחסידי סאטמאר אומעטום, האט מען בפקודת הקודש פון כ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א) מכריז געווען פארגאנגענעם יום שמיני עצרת בעפאר תפילת גשם, אז בפקודת רבינו שליט"א וועט מען אין די טעג - וואס דער ראש ממשלת הכופרים געפונט זיך דאהי אין אמעריקא - אריינשטעלן אנאנאסן אין די גוי'א'שע צייטונגען און אויסשרייען אונזער קול מחאה און ווי געשריי אויף זיין שרעקליכער רדיפת הדת אין ארה"ק.

אין די טעג זענען זיך טאקע אנשי שלומינו תלמידי חסידי מרנן רבותיה"ק מ'סאטמאר זי"ע ויבלחט"א ממלא מקומם בקודש כ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א) משתתף מיט סכומים הגונים פאר דעם צוועק, ווי עסקנים גייען ארום אין בתי מדרשות דקהל יטב לב ד'סאטמאר איבער גרעיטער ניו יארק אויפצוטרייבן די נדבות צו קענען אויספירן די קול מחאה מכח אל הפועל.

בנוסף צו די אנאנסן אין די צייטונגען, איז די קול מחאה נעכטן אראפגעשטעלט געווארן אין פאָרם פון א ריזיגין שילד אהערגעשטעלט און אויף געשטעלט געווארן דורך די עסקני קהלתינו פון וועד משמרת חומותיך ירושלים שע"י קהל יטב לב ד'סאטמאר אין צוזאמענארבעט מיט די הייליגע מוסד נטרונא.

נישט לייכט איז אנגעקומען צו טאהן אזא דראסטישע שריט, נאך וואס – ווי באוואוסט – זענען די ציוניסטיש'ע לאביע'ס גאהר גרויס אין אמעריקא בכלל און אין ניו יארק בפרט, אבער נאך שווערע באמיאונגען איז געלונגען פאר העסקן הדגול הרב נפתלי משה אינדיג הי"ו מיט זיינע ווייטע באציאונגען צו עררייכן די נויטיגע פערמיטן אראפצושטעלן דעם שולד אין א ארט ווי עס איז אומדערהערבאר ביז היינט, בפרט אין די טעג וואס דער גאנצער ארום איז גאהר שטארק באוואכט צו די באזוכן פון גרויסע דיפאלמאטן איבער די וועלט, און די רעזולטאטן האבן טאקע נישט געשפעטיגט צו קומען.

דער שולד האט מיט שרייענדע אויתיות אויסגערופן אין די ענגלישע שפראך בחוצות העיר לעיני העמים "נתניהו שטעל אפ דיין געצוואונגענע טאהטן אויף די ארטאדאקסישע אידן".

דער קלימאקס פונעם סוקסעס איז געווען ווען דער ראש הכופרים האט מיט א געהויבענען קאפ ארויסשפאצירט פון די הויפט טיר פון די געביידע און זיך דערזעהן מיט'ן ריזיגן שולד פראסקען אין זיין געמיינעם פרצוף.

דערמיט האט מען ווידעראמאהל מקיים געווען די הייליגע ווערטער וואס מרן רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע שרייבט אין ספרו הק' ויואל משה איבער'ן חוב און פליכט אויסצושרייען אונזער מחאה און ווייטאג בחוצות העיר לעיני האומות (בייגעלייגט אויסצוגן פון די הייליגע מאמרים).

עס איז צום האפן אז די פעולות וועלן אויפטוהן און מיר זאלן שוין זוכה זיין צום ומלכות הרשעה במהרה תעקר בביאת משיח צדקינו.

[center]-ברוך המקדש שמו ברבים-[/center]

קרעדיט: בחצרות סאטמאר BechatsrosSatmar@Gmail.com
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

די קאמפיין אויפצוטרייבן די געלטער

x9q2_PkidasKodeshTishra741.jpg

x9q2_PkidasKodeshTishra742.jpg

x9q2_PkidasKodeshTishra743.jpg

x9q2_PkidasKodeshTishra744.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

שעפטל האט געשריבן:דערמיט האט מען ווידעראמאהל מקיים געווען די הייליגע ווערטער וואס מרן רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע שרייבט אין ספרו הק' ויואל משה איבער'ן חוב און פליכט אויסצושרייען אונזער מחאה און ווייטאג בחוצות העיר לעיני האומות (בייגעלייגט אויסצוגן פון די הייליגע מאמרים).

x9q2_ChoivasHashu.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

שעפטל האט געשריבן:דער שולד האט מיט שרייענדע אויתיות אויסגערופן אין די ענגלישע שפראך בחוצות העיר לעיני העמים "נתניהו שטעל אפ דיין געצוואונגענע טאהטן אויף די ארטאדאקסישע אידן".


x9q2_NatrunaUN741.jpg

x9q2_NatrunaUN742.jpg

x9q2_NatrunaUN743.jpg

x9q2_NatrunaUN744.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

שעפטל האט געשריבן:די קול מחאה נעכטן אראפגעשטעלט געווארן אין פאָרם פון א ריזיגין שילד אהערגעשטעלט און אויף געשטעלט געווארן דורך די עסקני קהלתינו פון וועד משמרת חומותיך ירושלים שע"י קהל יטב לב ד'סאטמאר אין צוזאמענארבעט מיט די הייליגע מוסד נטרונא.

x9q2_NatrunaUN746.jpg

x9q2_NatrunaUN747.jpg

x9q2_NatrunaUN748.jpg

x9q2_NatrunaUN749.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=PxnwsG7gzjw[/youtube]
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=zDDmlyIwMPc[/youtube]
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=3gYRbbrETYY[/youtube]
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

דער היינטיגער וואשינגטאן פאוסט
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

"שעפטל"
נישט לייכט איז אנגעקומען צו טאהן אזא דראסטישע שריט, נאך וואס – ווי באוואוסט – זענען די ציוניסטיש'ע לאביע'ס גאהר גרויס אין אמעריקא בכלל און אין ניו יארק בפרט, אבער נאך שווערע באמיאונגען איז געלונגען פאר העסקן הדגול הרב נפתלי משה אינדיג הי"ו מיט זיינע ווייטע באציאונגען צו עררייכן די נויטיגע פערמיטן אראפצושטעלן דעם שולד אין א ארט ווי עס איז אומדערהערבאר ביז היינט, בפרט אין די טעג וואס דער גאנצער ארום איז גאהר שטארק באוואכט צו די באזוכן פון גרויסע דיפאלמאטן איבער די וועלט, און די רעזולטאטן האבן טאקע נישט געשפעטיגט צו קומען.


וואס מאכסטו זיך באטעמט מיט די גרויסע באציאונגען ווען אין די ווידיא קליפ זאגט די נייעס אז די סיין איז נישט געשטאנען דארטן קיין צען מינוט די פאליציי האט זיי פארשיקט, פארוואס גיסן זאמד אין די אויגן פון די חמורים וואס האבן נעבעך געגעבן חי דאלאר פאר די הייליגע מצוה.

והשנית, אינטערסאנט, אין די וואשינגטאן פאסט לייגן זיי א מודעה פון קהל יטב לב אויף 163 ראדני, צו מעלדן אז נתניהו פארטרעט נישט די אידן, א רגע, מער סאטמארע אידן האלטן אז 163 ראדני רעפרעזענטירט נישט סאטמאר ווי וויפיל אידן האלטן אז נתניהו פארטרעט נישט די אידישע פאלק, סאו, ואס איז די טענה קעגן נתניהו?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

:lol: :lol:
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

קופערניקוס האט געשריבן:"שעפטל"
נישט לייכט איז אנגעקומען צו טאהן אזא דראסטישע שריט, נאך וואס – ווי באוואוסט – זענען די ציוניסטיש'ע לאביע'ס גאהר גרויס אין אמעריקא בכלל און אין ניו יארק בפרט, אבער נאך שווערע באמיאונגען איז געלונגען פאר העסקן הדגול הרב נפתלי משה אינדיג הי"ו מיט זיינע ווייטע באציאונגען צו עררייכן די נויטיגע פערמיטן אראפצושטעלן דעם שולד אין א ארט ווי עס איז אומדערהערבאר ביז היינט, בפרט אין די טעג וואס דער גאנצער ארום איז גאהר שטארק באוואכט צו די באזוכן פון גרויסע דיפאלמאטן איבער די וועלט, און די רעזולטאטן האבן טאקע נישט געשפעטיגט צו קומען.


וואס מאכסטו זיך באטעמט מיט די גרויסע באציאונגען ווען אין די ווידיא קליפ זאגט די נייעס אז די סיין איז נישט געשטאנען דארטן קיין צען מינוט די פאליציי האט זיי פארשיקט, פארוואס גיסן זאמד אין די אויגן פון די חמורים וואס האבן נעבעך געגעבן חי דאלאר פאר די הייליגע מצוה.

והשנית, אינטערסאנט, אין די וואשינגטאן פאסט לייגן זיי א מודעה פון קהל יטב לב אויף 163 ראדני, צו מעלדן אז נתניהו פארטרעט נישט די אידן, א רגע, מער סאטמארע אידן האלטן אז 163 ראדני רעפרעזענטירט נישט סאטמאר ווי וויפיל אידן האלטן אז נתניהו פארטרעט נישט די אידישע פאלק, סאו, ואס איז די טענה קעגן נתניהו?



דער סיין קאסט נישט קיין געלט צאם גענימען געלט האט מען פארן וואשינגטאן פאסט אדוערטייזמענט

אין ב"ה דער גירא בעינא דשנטא פין דעם עד האט אן אפקלאנג מבית ובחוץ אלע שונאי ה' טוט עס וויי
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

קופערניקוס האט געשריבן:פארוואס גיסן זאמד אין די אויגן פון די חמורים וואס האבן נעבעך געגעבן חי דאלאר פאר די הייליגע מצוה.


אנריפען טויזענטער מענטשן חמורים אלעס וויל זיי טיען זאכען לויט זייער השקפה אנדערש ווי דיין השקפה, הייסט געטראכט אפן און ארויס פון באקס?! דאס הייסט געלעבט מיט א בחירה חפשית?!

וויי פאר אזא פארמאכקייט און פארטעמטקייט, אויב דאס איז די סעמפעל פון טראכטען אוט-אף-די-באקס איז שוין בעסער צי בלייבען אינעם באקס.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

רב פאדווע באדערט אויך ווען ער באקומט די בילדער (ווי דער טייטלבוים שטייט אויפן גאס מיט א שילד אנטקעגן עם), אויף די כדתיא וואטסעפ גרופ.
.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

פאריז, ס'נישטא 1000'טער חמורים. נישט יעדער געט געלט דערפאר, נאר די גאר מוצומצמים געבן. גלייב מיר קיינער צוקראצט זיך נישט אין די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט פון א נארישע עד אינעם צוריקגעשטאנענעם פאפירענעם צייטונג. וואס דער רבי האט געטון 40 יאר צוריק ווען אלעס האט געוויסט און געליינט דעם טיימס ארבעט שוין נישט אינעם היינטיגן ליצנישן וואטסעפפ וועלט, ווען קיינעם אינטערעסירט נישט יענעמ'ס פאליטיק, און נייעס פון 5 מינוט צוריק איז היסטאריע.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

[tag]זר זהב[/tag] די ברענגסט ארויס צוויי עקסטערע נקודות, איך וועל זיך באציען נאר צום ערשטען נקודה,
עס איז נישט קיין נפק"מ צי עס איז נאר 10 מענטשן וואס געבן געלט אדער עס איז 10,0000 מענטשן, ווען א מענטש טוט עפעס פאר פרינציפ פאר א זאך און וואס ער גלייבט ווערט ער נישט ביליג אז ער זאל באקימען דעם טיטעל חמור, מען דארף רעספעטירען א צווייטען אפילו ער האט א אנדערע השקפה, און אפילו עס איז נישט אט"ד, און אפילו ער איז א סאטמערער און אפילו ער איז א מצוצום.

בנוגע דיין צווייטע נקודה וועט מען מיזען ווארטען צי הערן וואס [tag]דעת תורה[/tag] האט צי זאגען דערויף.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דער וואס געט געלט איז עס נישט מחמת פרינציפ אדער השקפה, ס'פשוט מחמת אומוויסענהייט. ער מיינט נעבעך גוט אבער ס'איז ארויסגעווארפענע געלט נעבעך.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

ער האט יא א פרינציפ, קען זיין איינע פון די צוויי:

1} ער וויל טיען וואס שטייט אין ויאל משה, און דארט שטייט אז מען זאל עס טיען.
2} ער באלאנגט ביי א געוויסע גרופע וואס זיי גייען נאך א געוויסע פירער, און פרינציפ פאלגט ער וואס דער פירער הייסט.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דערשטיקט די סומאטאכע ווען זי איז נאך א פרימי....
איך האב נישט דערקלערט אז יעדער וואס געט געלט פאר נטרונא איז א חמור, איך האב נאר פארגעהאלטן פאר די זאמד אין די אויגן פון די פראפאגאנדיסטן וואס ווילן אז זייערע יונגעלעך זאלן נישט וויסן אז עס איז געווען א דורכפאל און מען פארציילט פאלשע מעשיות, די דאזיגע עדיטוט איז אזא גרויסהאלטערישע, כלומר, די קעלבלעך ווייסן סיי וויי נישט, לאמיר זיי מאכן פרייליך.

און אז מען רעדט שוין וועגן חמורים, יא, ווער עס געט געלט פאר די וואשינגטאן פאסט איז א חמור, ואולי כחמורו של רבי פנחס בן יאיר. ווי האט א איד די הארץ צו נעמען פופציג טויזנט דאלאר צדקה געלט, מיט וואס מען קען צאלן די קאווע אין אכט בתי מדרשים פאר א יאר, קויפן צוויי נייע באסעס פאר די מוסדות, אדער שפייזן צוואנציג ארץ ישראל משפחות פאר א יאר, און עס געבן פאר א גרויסע גויאישע צייטונג?
דער רבי ז"ל האט געזאגט, אבער אפשר איז גענוג אז מען לייגט אריין פאר ביליג אין קרעיגס ליסטע, אז דער רבי זכרונו לברכה האלט אז די מדינה מיט אירע זעקס מיליאן מענטשן פארטרעט נישט אידנטום, אבער פונקט א פופציג טויזנט דאלאר'דיגע עד?
די מצוה פון מודיע זיין פאר די אומות העולם האט הלכות וויפיל מען דארף ספענדן, עד שליש? חומש? כופין על הצדקה?
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

אנטשולדיגט איך האב אייך שלעכט פארשטאנענן,
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קופערניקוס האט געשריבן:און אז מען רעדט שוין וועגן חמורים, יא, ווער עס געט געלט פאר די וואשינגטאן פאסט איז א חמור, ואולי כחמורו של רבי פנחס בן יאיר. ווי האט א איד די הארץ צו נעמען פופציג טויזנט דאלאר צדקה געלט, מיט וואס מען קען צאלן די קאווע אין אכט בתי מדרשים פאר א יאר, קויפן צוויי נייע באסעס פאר די מוסדות, אדער שפייזן צוואנציג ארץ ישראל משפחות פאר א יאר, און עס געבן פאר א גרויסע גויאישע צייטונג?

קופיקו, איך נעם נישט קיין שטעלונג דא, אבער דער עקסטרעמער אויסשפריך איז עפעס נישט אין פלאץ. עס איז משמע אז מען האט פראסט און פשוט "געגעבן 50 אלפים פאר א גוי'אישע צייטונג" אנשטאט געבן צדקה... איז דען דאס די כוונה? לפי שיטתם, טאמער וועט מען אויפטון להעביר הגזירה פון גיוס בני הישיבות, אפילו נאר למחצה ולשליש, איז עס דען נישט ווערד?
ס'איז כאילו זאלסט זאגן פאר איינעם וואס ווארפט אריין א דאלער אין א סאדע מאשין אז ער איז א חמור, ווייל אנשטאט שטיצן תומכי שבת מיט די געלט "גיט ער דעם דאלער פאר א גרויסן מאשין"....
וירח ה' את ריח הניחוח
א שוויצער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:33 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך א שוויצער »

שעפטל האט געשריבן:[center]קול מחאה נשמע בחוצות העיר[/center]
א הילכיגע קול מחאה האט נעכטן מיטאג אפגעקלינגען אין די גאסן פון מאנהעטן אין די צענטער פארנט פון די יו. ען. הויפקווארטיר בעת עס האט דארט באזוכט און אויפגעטרעטן דער ראש ממשלת הכופרים ביבי נתניהו פאר די י"ו. ע"ן. דשענערא"ל אסעמבל"י.

ווי שוין באקאנט פאר אנ"ש תלמיד וחסידי סאטמאר אומעטום, האט מען בפקודת הקודש פון כ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א) מכריז געווען פארגאנגענעם יום שמיני עצרת בעפאר תפילת גשם, אז בפקודת רבינו שליט"א וועט מען אין די טעג - וואס דער ראש ממשלת הכופרים געפונט זיך דאהי אין אמעריקא - אריינשטעלן אנאנאסן אין די גוי'א'שע צייטונגען און אויסשרייען אונזער קול מחאה און ווי געשריי אויף זיין שרעקליכער רדיפת הדת אין ארה"ק.

אין די טעג זענען זיך טאקע אנשי שלומינו תלמידי חסידי מרנן רבותיה"ק מ'סאטמאר זי"ע ויבלחט"א ממלא מקומם בקודש כ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א) משתתף מיט סכומים הגונים פאר דעם צוועק, ווי עסקנים גייען ארום אין בתי מדרשות דקהל יטב לב ד'סאטמאר איבער גרעיטער ניו יארק אויפצוטרייבן די נדבות צו קענען אויספירן די קול מחאה מכח אל הפועל.

בנוסף צו די אנאנסן אין די צייטונגען, איז די קול מחאה נעכטן אראפגעשטעלט געווארן אין פאָרם פון א ריזיגין שילד אהערגעשטעלט און אויף געשטעלט געווארן דורך די עסקני קהלתינו פון וועד משמרת חומותיך ירושלים שע"י קהל יטב לב ד'סאטמאר אין צוזאמענארבעט מיט די הייליגע מוסד נטרונא.

נישט לייכט איז אנגעקומען צו טאהן אזא דראסטישע שריט, נאך וואס – ווי באוואוסט – זענען די ציוניסטיש'ע לאביע'ס גאהר גרויס אין אמעריקא בכלל און אין ניו יארק בפרט, אבער נאך שווערע באמיאונגען איז געלונגען פאר העסקן הדגול הרב נפתלי משה אינדיג הי"ו מיט זיינע ווייטע באציאונגען צו עררייכן די נויטיגע פערמיטן אראפצושטעלן דעם שולד אין א ארט ווי עס איז אומדערהערבאר ביז היינט, בפרט אין די טעג וואס דער גאנצער ארום איז גאהר שטארק באוואכט צו די באזוכן פון גרויסע דיפאלמאטן איבער די וועלט, און די רעזולטאטן האבן טאקע נישט געשפעטיגט צו קומען.

דער שולד האט מיט שרייענדע אויתיות אויסגערופן אין די ענגלישע שפראך בחוצות העיר לעיני העמים "נתניהו שטעל אפ דיין געצוואונגענע טאהטן אויף די ארטאדאקסישע אידן".

דער קלימאקס פונעם סוקסעס איז געווען ווען דער ראש הכופרים האט מיט א געהויבענען קאפ ארויסשפאצירט פון די הויפט טיר פון די געביידע און זיך דערזעהן מיט'ן ריזיגן שולד פראסקען אין זיין געמיינעם פרצוף.

דערמיט האט מען ווידעראמאהל מקיים געווען די הייליגע ווערטער וואס מרן רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע שרייבט אין ספרו הק' ויואל משה איבער'ן חוב און פליכט אויסצושרייען אונזער מחאה און ווייטאג בחוצות העיר לעיני האומות (בייגעלייגט אויסצוגן פון די הייליגע מאמרים).

עס איז צום האפן אז די פעולות וועלן אויפטוהן און מיר זאלן שוין זוכה זיין צום ומלכות הרשעה במהרה תעקר בביאת משיח צדקינו.

[center]-ברוך המקדש שמו ברבים-[/center]

קרעדיט: בחצרות סאטמאר BechatsrosSatmar@Gmail.com



שעפטל נו אויב לוינט יא דער דרך הקנאות למען הקהילה ולטובת ההצלחה נו צי וואס טויג זיך רייסען איבער די מאנאפאל אויף קברים דיינו אז ק''ק סאטמאר מהר'א איז פאל פארסט פאר די פעולות הקודש בצירוף די געטרייע נטרונא עסקנים מיסודו של הגאון הצדיק מ'מאנטעווידעא
און קהילת מהרז'ל זאלען זיך מטפל זיין מיט די שמירת הקברים ועוד צו וואס זיך אזוי ביליג ארומרייסען איבער די נושא
למה נגרע פון באבוב איינער שטיצט חיבת ירושלים און דער צווייטער זיבענבערגען
ס'פעלט ליידער נישט צרות פאר אחינו בשרינו בארה''ק זאל יעדער נעמען אן אנדער שעיר און די פעולות לטובה להצלת הדת מידי מהרסי'
פארשפארט