גאון הדור רבי עובדיה יוסף שליט"א אין קריטישן צושטאנד

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

פאריז האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:איינער ווייסט פון א חולה וואס מ'האט מתפלל געווען און די תפילה האט געארבעט?

גיבור האט געשריבן:ב''ה די מצב איז בעסער מרן שליט''א איז צוריק בהכרה מליאה
השם ישלח לו רפו''ש במהרה


וואס ווילסטו איבערצייגען דערמיט?
אפילו וועסט שטיפען צי א קארנער און אויפווייזען מיט א מציאות, דאף קען מען אייביג טרעפן נאך סיבות צו זאגען וואס עס האט געהאלפן און נישט מודה זיין אין א חז"ל.

כמעט יעדע מענטש פאר ער שטארבט גייט זיין געזונט ארויף און אראפ אידען און גיום צוגלייך, יא תפילות אדער נישט תפילות
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

איינער וואס גלייבט נישט אז תפילות קען העלפען און אז עס בידו נפש כל חי איז בהכרח א כופר בעיקר.
הגם ס'איז אויסגעהאלטן צוזאגן אז פון א סאטיסטישן שטאנדפונקט זעהט מען נישט אז אויסגעבעטענע חולים זאלן האבן מעהר הצלחה.
יעצט זיין א כופר איז איין זאך, איז אבער דא איינער וואס איז נישט איינשטימיג מיט די באהויפטונג אז דאס איז כפירה, אדרבה זאגט אייערע נימוקים.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הדד בן בדד האט געשריבן:איך וויל דא רעאגירן איבער הרב עובדי' יוסף, עס איז אמת אז אין קענטעניס איז ער לכאורה דער גרעסטער, און אפילו זיין כחא דהיתרא מאך איך נישט אוועק, כאטש אנדערע טענה'ן אז עס גרעניצט זיך שוין מיט קלות הדעת, אבער זיין גרויס מויל איז גארנישט עפעס א זאך פון וואס נתפעל צו ווערן, צו רעדן מיט א ביליגקייט איבער גאוני קמאי איז נישט קיין שום גדלות.

והשנית, מען רעדט אזוי גרויס איבער זיין גרויסן מנהיגות. לדעתי איז דער ליובאוויטשער רבי אדער אפילו הרב שך געווען פיל פיל גרעסער פון אים. מען דארף געדענקען אז הרב עובדי' איז געווארן גרויס בעיקר דורך די מדינת ישראל רעגירונג, דורכן ווערן רב הראשי און שפעטער דורך דעם שס פארטיי, וועלכע האט אים גאר שטארק אויפגעבויעט, אבער ער אליינס האט קיינמאל נישט אויפגעשטעלט קיין קהילה און ישיבה און געשאפט געלט דערפאר און אויפגעבויעט תלמידים אויף דעם אופן. זיין גדלות איז געקומען פון האבן גוטע קאנעקשאנס מיט די ריכטיגע מענטשן.

און זיין זוהן דער היינטיגער רב הראשי האט שוין נישט קיין איינס פון זיינע מעלות חוץ דאס לויזע צונג.


איך האב שוין לאנג נישט געשריבן דא, אבער ההכרח לא יגונה ולא ישובח.

הרב חיים עובדיה לרפו"ש האט אויפגעשטעלט די אל המעיין מוסדות אין ארץ ישראל, וואס אדאנק אים זענען הונדערטער טויזענטער ספרדישע אידן ערליך נאר אדאנק אים. אויב האט רבי אהרן קאטלער געראטעוועט די ליטווישן אידונטום אין אמעריקא, און די סאטמארע רבי האט געראטעוועט זיינע חסידים וכו', האט ער דאס געטוהן פי כמה וכמה. ער האט זיך ממש מוסר נפש געווען דערפאר.

דאס איז נאר אויפן שפיץ גאפל, ער האט שוין געפסקנט שווערע שאלות אלס בחור, א גאון הגאונים, אדיר המנהיג וגאון ההלכה.

חכמים הזהרו בדבריכם.

און יאיר, יא, איך האב שוין אליינס מיטגעהאלטן ביי א משפחה קרוב וואס מ'האט שוין גערעדט צו חברי קדישא וועגן א קרקע, אבער עפעס האט פאסירט וואס קיינער קען נישט מסביר זיין (ווי אזוי האט דער דאקטאר געזאגט? you F Jews are so D lucky, i couldnt sleep at night trying to figure out how the hell he got better. and you have the simplest answer, miracle).
פארפאלן, תפילה העלפט. אידן קנאפע 4 טויזענט יאר זענען נישט משוגע. ווי אזוי פלעגט מיין רבי זאגן? ווען וועסט ווערן עלטער וועסטו פארשטיין...
און נאך איין וויכטיגע פוינט, ווען חז"ל זאגט אז מ'זאל דאווענען, פיל איך זיך פאר א זכיה צו טוהן וואס חזל זאגן.
וכרמבם אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ לוֹ לְבַדּוֹ רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל. וְאֵין רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל לְזוּלָתוֹ
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א זייטיגע נס פון רבי עובדי'ס פארבעסערונג
דער באליבטער איינס און איינציגער רבי ממי שאמרו איז צוריק!
:like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like
שאו שערים ראשיכם והנשאו פתחי עולם, ויבוא מלך הכבוד, הכבוד סלה, איי דיי דא דיייי דיייי, שאו שערים ראשיכם והנשאו פתחי עולם, ויבוא מלך הכבוד, הכבוד סלה
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

קופי ,עס איז דא פלאץ פאר נאך איינס ביים לינקן זייט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קופי האט נישט אזא גרויסן 24 אינטש סקרין ווי דו,
די שיבערס קענען עס נישט אפפארדן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify][tag]נהורא נפישא[/tag], מען ווערט נישט קיין כופר פארן נישט גלייבן אז תפלה העלפט. אן ערליכע איד דאווענט אפגעזעהן צו די תפלה וועט העלפן אדער נישט. מען קען נישט באזידלן איינעם אז ער איז א כופר פארן זיין מסופק צו תפלה העלפט. ערשטענס, ווייל עס שטייט נישט אין ערגעץ אז אויב מען גלייבט נישט דערין האט מען א דין ווי א כופר. צווייטענס, דא"כ לא שבקת חי לכל בריה, איינער וואס דאווענט פאר עפעס און ער ווערט נישט געהאלפן וועט פאר לכה"פ איין סעקונדע טראכטן אז ס'העלפט נישט. ווער רעדט נאך איינער וואס דאווענט פאר פופצן יאר און איז קיינמאל נישט געהאלפן געווארן. דריטנס, ער האט דאך נישט כופר געווען דערין ער האט ס"ה געפרעגט.

די עולם ווארפט זיך לעצטענס דא ארום מיט טעגס, דער איז א כופר, דער איז א מין, דער אן אפיקורס. בקיצור אויב איינער האלט אנדערש ווי מיר איז אטאמאטיש א כופר. איך מיין נישט דיר פערזענליך צו קריטיקירן. איך בין נאר מעורר. דיין סטעיטמענט זעהט מיר אויס פונקט ווי דו וואלסט ווען געזאגט דאס:

נהורא נפישא האט געשריבן:איינער וואס גלייבט נישט אז קעטשאפ און מאסטערד איז גוט און אז עס לוינט אנצושמירן די האט-דאג דערמיט איז בהכרח א כופר בעיקר.
הגם ס'איז אויסגעהאלטן צוזאגן אז פון א סאטיסטישן שטאנדפונקט זעהט מען נישט אז מיט קעטשאפ און מאסטערד זאל עס האבן א בעסערע טעם.
יעצט זיין א כופר איז איין זאך, איז אבער דא איינער וואס איז נישט איינשטימיג מיט די באהויפטונג אז דאס איז כפירה, אדרבה זאגט אייערע נימוקים.
[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ר' הוגה איך בין דירעקט אן אדוואקאט אקעגן די וואס שטעמפלן אן יעדע נישט טראדיציאנאלע מיינונג אלטץ כפירה איך האב א היסטאריע פון תגובות איבער דעם.
אבער יעדער איז דאך פארט מודה אז אויב לייקענט מען אין אפילו איין זאך וואס איז מפורש אין תורה נביאים וכתובים איז מען א כופר, בפרט דער ענין פון תפילה אז ס'האט א כח וואס איז אזא צענטראלע טעמע אין תנ"ך, און ווער ס'לייקנט דאס לייקענט אין צענדליגע פסוקים מפורשות אין תנ"ך וואס איינער וואס איז כופר אינעם אמתיות אין תנ"ך איז כופר אין איינע פון די י"ג עקרים וואס די רמב"ם שטעלט אראפ. (פאר א שטיקל היסטאריע פון אונזערע גדולי האומה וואס האבן מתפלל געווען און נענה געווארן קוקט אריין אינעם תפילה מי שענה וואס איז געדרוקט אין יעדען סליחה ומקורו ממשנה תענית שהתפללו כן בתפילת העמידה בזמן עצירת גשמים)
וכאן הבן שואל פארוואס איז די רמב"ם מייחד אן עקסטערע עיקר צום ביישפיל אויף שכר ועונש,ביאת משיח, תחיית המתים, וואס וואלט שוין ווען געדארפט זיין נכלל אין די אמונה אין אמתיות התורה והנביאים
דער תירוץ לדעתי איז זייער פשוט אודאי איז נישט לויטן רמב"ם נאר דא דרייצן מיני כפירות ווייל די עיקר פון אמונה אין אמיתת התורה ונביאים איז דאך בהכרח כולל אסאך מער, נאר פשט איז אז צו זיין אין כלל פון ישראל מיזטו גלייבן אין וויסען פון די מציאות פון די י"ג עקרים און אה"נ איינער וואס האט קיינמאל נישט געהערט פון די אלע י"ג עקרים איז נישט בהכרח א כופר ער איז אינעם כלל פון א תינוק שנשבה אבער א מאמין איז ער אויך נישט
ווידעראום די פרטים אין די אמונות פון אמיתיות התורה והנביאים אה"נ ווען איינער זעהט דאס מפורש אין די פסוקים און פונדעסטוועגן גלייבט ער נישט דערין איז ער א כופר אבער מען דארף אויךנישט זיין באוואוסטזיניג פון זיי כדי צו זיין א מאמין.
פארשטייט זיך א מענטש אז אפילו א זאך וואס איז מפורש טאמער קען ער האבן אן אנדערע מהלך אינעם ענין וואס איז לאו דוקא כפשוטו איז ער בארעכטיגט בפרט אז ס'איז נוגד דעם שכל איז דאס א חיוב צו טוהן כדי נישט צו מאכן ח"ו תורתינו פלסתר, אבער כאמור ביי תפילה וואס איז אזוי שטארק מפורש דוכט זיך איז נישט שייך צו האבן אן אנדערע מהלך.
בנוגע א"כ לא שבקת חיי לכל בריה, אה"נ אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו ס'איז נישט מער ווי די מענטשליכע נאטור צו זיין סקעפטיש אבער א כופר מיינט איינער וואס איז כופר בהחלט אייביג אן.
פארשטייט זיך ס'איז מפורש אין תנ"ך אין חז"ל צענדליגע תנאים ווען תפילה העלפט נישט, מי לנו גדול ממשה וואס האט זיך איינגעבעטן אז ער וויל אריין גיין אין א"י אין ס'האט אים נישט געהאלפען, לעומת זה דארף מען אבער גלייבן אז גאט הערט צו אינזערע תפילות און אין זכות פון די תפילות העלפט ער טיילמאל.
יעצט בשעת איך רעדאגיר די הודעה באמערק איך אז טייל זעהן א קאנטראסט צו די רמב"ם'ס פיליזאפיע מיט דעם אז תפילה זאל קענען באווירקן א שינוי רצון (מ'צייכענט צו אין מורה ג נ"א)
אזוי אויך איז דא וואס ווילן אריינקוועטשן אין רמב"ן (בראשית ל ב) אבער אריינקוקענדיג דארט זעה איך נישט ער זאל דאס זאגן אז בעצם תפילה האט נישט קיין כח צו העלפן.
ווער ס'קען אביסל אויסקלארן דעם ענין תחשב לו לצדקה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נהורא נפישא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
חכם באשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

אפדעיט ד' נח תשע"ד

שליחה דורך חכם באשי »

[justify]הרב עובדיה יוסף האט זיך אויפגעכאפט צו זיין כמעט פולשטענדיגע באוואוסטזיין. א פאזיטיווע פארבעסערונג האט פאסירט אינעם מצב פון הרב עובדיה יוסף. אזוי האט געזאגט איינער פון דעם רב'ס דאקטוירים, וועלכע האט צוגעלייגט אז כאטש דער מצב ווייזט א פארבעסערונג, איז דער רב'ס מצב ווייטער קאטעגארעזירט אלס קריטיש.

"דער רב האט זיך צוריקגעקערט צו זיין פולע באוואוסטזיין, אבער זיין מצב איז ווייטער שווער און ער געפינט זיך נאכאלטס אין א לעבנסגעפאר", האט געזאגט פראפעסאר דני גילון פון דער הדסה עין כרם שפיטאל אין ירושליןם. "דער כלליות'דיגע מצב פון דער רב איז נאך אלס שווער, אבער אין פארגלייך צו די פארגאנגענע טעג זעהן מיר א ערענסטע פארבעסערונג", האט גילון געזאגט.

לויט זיינע רייד, ווערט דער רב נאך ווייטער רעספעראטירט, אבער די רעספערעיטאר הילף וואס ער באקומט איז פארמינערט געווארן. נאכמער, דער רב, וועלכע איז 93 יאר אלט, כמעט וואס ער דארף נישט צוקומען צו מעדיצינישע הילף צו באלאנסירן זיין בלוט דרוק. "דער רב עפנט די אויגן, און ער דערקענט זיינע קינדער, אבער ער קען נישט רעדן וויבאלד ער איז באהאפטן צו דער רעספערעיטאר. צוליב דער פארבעסערונג, קען מען נישט אויסשליסן דער מעגליכקייט אז דער רב וועט זיך פולשטענדיג אויסהיילן און זיך אומקערן אהיים", האט גילון געזאגט.

די קינדער פון משפחת יוסף האבן דערציילט, אז דער רב האט זיך צוריקגעקערט צו א פולשטענדיגע באוואוסטזיין, און ער האט אפילו געלייגט תפילין און געמורמעלט די ברכות. די פיר זוהן פון דער רב, די רבנים יצחק, אברהם, דוד און משה, און אזוי אויך דער אנפירער פון ש"ס אריה דרעי און דער כנסת דעפוטאט אריאל אטיאס געפינען זיך אגאנצע צייט נעבן די שטוב פון דער רב אין שפיטאל הדסה עין כרם, און גייען כסדר אריין צו איהם.

הרב דוד יוסף, דער זוהן פון הרב עובדיה, האט זיך אויסגעדריקט אין נאמען פון די משפחה: "עס רעדט זיך פון א נס וואס מ'קען אנטאפן". ער האט צוגעלייגט, און גערופן אין נאמען פון דער מועצת חכמי התורה פון ש"ס, אנצורעכטן אויף צומארגענס, ערב ראש חודש חשוון, "דאנק תפילות, און בעטנדע תפילות, פאר די פולשטענדיגע אויסהיילונג פון דער טאטע, נעבן דער כותל המערבי און אין אלע בתי כנסיות איבער'ן לאנד און איבער די וועלט".

איבערגעטייטשט פון דא.[/justify]
אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]
באניצער אוואטאר
רואה ואינו נראה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 6:50 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך רואה ואינו נראה »

איך ווינדער מיך אייביג אויב מי דארף טאקע בעיטן פאר אלטע מענטשען.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

נהורא נפישא האט געשריבן:איינער וואס גלייבט נישט אז תפילות קען העלפען און אז עס בידו נפש כל חי איז בהכרח א כופר בעיקר.
הגם ס'איז אויסגעהאלטן צוזאגן אז פון א סאטיסטישן שטאנדפונקט זעהט מען נישט אז אויסגעבעטענע חולים זאלן האבן מעהר הצלחה.
יעצט זיין א כופר איז איין זאך, איז אבער דא איינער וואס איז נישט איינשטימיג מיט די באהויפטונג אז דאס איז כפירה, אדרבה זאגט אייערע נימוקים.

גראדע איז נישט קלאר צו סטאטיסטיש איז נישטא קיין חילוק, עס זענען פאראהן פארשידענע סטאדיס איבער דעם ולא העלו דבר ברור.

אבער איך האב נישט געטראפען אין די י"ג עיקרים אז מען מוז גלייבען אז תפלה העלפט. און איך ווייס נישט וואס איז די משמעות פון אזוי 'גלייבען' אויב וועסטו טאקע זאגען אז סטאטיסטיש מאכט נישט אויס.

עס איז יצויר פארשידענע טעאלאגיעס וויאזוי מ'קען האלטען אז תפלה העלפט לאו דווקא כפשוטו. און זיין אן ערליכער איד. מען קען אלעמאל זאגען עס העלפט בעיקר ברוחניות. אדער, ווי עס איז מבואר אין רמב"ם, אז די מטרה פון תפלה איז אמונה והכרת הבורא שבידו נפש כל חי, אבער לעולם די חוקי ההנהגה זענען קבוע וקיימא און טוישען זיך קיינמאל אפילו דורך תפלה. ועוד סברות וואס מ'קען זאגען. הכלל, א כופר ווערט מען נישט אזוי שנעל..
--
איך זעה דער עולם האט שוין געשמועס דא וועגן דעם. גיימיר ליינען.

נהורא נפישא, מ'ווערט נישט קיין כופר פון לייקענען יעדער זאך וואס שטייט אין א פסוק, כ"ש נישט אין א מאמר חז"ל. לגבי חז"ל איז קלאר ממקורות רבים שאי"צ להאמין להם לכל דבר, נאר אין הלכה האבען זיי א כוח קובע זיין די הלכה, נישט באגדה וממילא דארף מען נישט אלעס גלייבען וואס זיי זאגען. און אויך לגבי תנ"ך, דארף מען נאר גלייבען אז דאס איז דברי נבואה אדער רוה"ק, אבער יעדער פרט וואס שטייט דארט קען מען זיך אסאך דינגען וואס עס מיינט טאקע און וויאזוי עס אפצולערנען, ואם הוא משל או כפשוטו, וכו' וכו', ממילא איז נישט שייך צו זאגען אז מיט לייקענען יעדער זאך וואס שטייט אין פסוק ווערט מען א כופר ווייל מ'ווייסט דאך נישט וואס שטייט אין פסוק.

און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס אפילו לפי הרמב"ם איז נאר דא י"ג עיקרים, ווייל אין די האט ער געהאלטען דארף מען גלייבען למעשה אזויווי זיי שטייען, וויבאלד אויף זיי שטייט עיקרי הדת, משא"כ אין סתם פרטי פסוקים וכו'. (ידוע לי שיש בזה סוגיה נרחבת והמון מ"מ, אבל זה פשטות הדברים לע"ד). און אויף אויף די איז נישט קלאר זיין הכרח אדער מקור, ורבים חולקים עליו.

גראדע אין תנ"ך איז בכלל נישט קלאר אז תפלה ארבעט אלעמאל, ויש בזה עיון רב. אמאל איז משמע אז נאר תפלה פון א נביא ארבעט, און נישט אז יעדער איינער קען דאווענען, ועוד גדרים רבים.
I have a dream
Martin Luther King ~
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

לעיקוואד. וואס טוהסטו מיטן פסוק רצון יראיו יעשה ואת שוועתם ישמע ויושיעם וואס איז איינס פון צענדליגע פסוקים אין תנ"ך איבער די תועלת פון תפילה ?
אקעי נישט באמערקט אז דו האסט שוין גענטפערט
ביטע גיב איין מקור אז כופר זיין אין א מצוה אין תורה וכו' איז נישט קיין כפירה
און וואס טוט זיך איינער וואס לייקענט אין די תועלת פון תשובה ער האלט אז ס'קען נישט העלפן קיין תשובה איז דאס נישט כפירה אפי' לויטן רמב"ם?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נהורא נפישא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

שטייט דאך בפירוש נאר יראיו, נישט באופן כללי אז תפלה העלפט.
לא עיינתי כעת בכל הנושא בתנ"ך, אבער דער רמב"ם קען דאך אויף אלע נוצען איינע פון זיינע טריקס (משל, אמונות הכרחיות, וכו').
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אגב, מ'מעג אפטיילען די נושא צו תפלה העלפט ערגעץ אנדערש, דער אשכול איז געמאכט אפדעיטען הרב עובדיה'ס צושטאנד.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אויב איינער זאגט אויף א מצווה, אדער אויף עיקרי פירושה מתורה שבע"פ, אז דאס איז נישט משמים, דער שטייט ער איז א כופר. אויב קען ער אריינלערנען אנדערש פשט אין די מצווה, און איז נישט סותר עיקרי תושבע"פ, פארוואס זאל ער זיין א כופר?
היכן מצאת שהאומר שאין תשובה מועלת הוא כופר? ווייטער, אויב וועט ער דאס מצדיק זיין און מפרש זיין אין די תורה, (און מ'קען גראדע) מעג ער.
I have a dream
Martin Luther King ~
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

און אויב קען מען נישט אריינטייטשן ביסטו מודה אז ס'איז כפירה אפילו ס'נישט פון די י"ג עקרים ?
האלסטו אז די סיבה פארוואס די רמב"ם האט אויסגעקליבן דוקא די דרייצן עקרים איז ווייל דאס זענען די איינציגסטע זאכן וואס זענען מבורר בלי כחל ושרק משא"כ אנדערע צענדליגע באהויפטונגען אין תנ"ך קען אייביג ווערן דעבאטירט.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

וואס הייסט מ'קען נישט אריינטייטשען, און ער זאגט אז וואס? אז עס איז נישט בנבואה? הייסט ער א כופר בתורה משמים. אויב זאגט ער ס'איז יא בנבואה אבער ס'איז ראנג, איז ער לכאורה זיך סותר, חוץ אויב האט ער א טעאריע אז נבואה קען זיין ראנג. די כלל איז עס איז נישטא קיין חיוב צו גלייבען אז יעדער ווארט אין כתבי הקודש איז אמת, נאר אז עס איז מן השמים. ומה שנובע מזה. (ויל"ע בזה גופא ואכ"מ).

ניין, די רמב"ם האט געקליבען די ווייל די זענען עיקרים, וואס אן זיי האט נישט קיין פשט צו זיין א מאמין. זיי זענען מגדיר די אמונה. אליבא דרמב"ם. לעולם קען מען זיי אויך אריינטייטשען אנדערש אין תורה, נאר דאנסמאל האט דער רמב"ם געהאלטען איז דער אמונה נישט לאגיש אויסגעהאלטען. (אם באמת ואם מפני חולשת ההמון), ווי איינער זאל אריינלערנען אטעיזם אין תנ"ך, אפילו עס וואלט געשטימט אין פסוק, איז ער דאך נישט קיין מאמין.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
חכם באשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

שליחה דורך חכם באשי »

.
אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

דאס איז וואס כ'האב ג'טענה'ט אז מ'קען זיין א כופר אין נישט גלייבן אפילו און פרטים פון דברי הנביאים אויב ס'קומט בהכרח צו צודעם אז ער באטראכט דאס נישט ווי נבואה מן השמים
אט דאס איז מיין פראגע צו ס'איז נישט בהכרח אז תפילה זאל העלפן לויט די פסוקים
לכה"פ ביי א נביא איז יא מוכרח ?
צו וויסטו אפשר וואס די רמב"ם האלט בענין תועלת התפילה?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

די שמועס איז אריבער געפירט געווארן צו די ריכטיגע אשכול. ביטע ממשיך זיין די שמועס דארט.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

Rabbi Ovadia Yosef Off Respirator, Breathing On His Own
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

די זיהום (אינפעקשען) וואס איז געוועהן פאר'ן הרדמה איז ליידער יעצט צוריק..מ'דארף רחמי שמים!
kitov
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:23 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך kitov »

Whats the deal with the sunglasses? just wondering
פארשפארט