א בעשוי מיטן שטריימל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

א בעשוי מיטן שטריימל

שליחה דורך משה געציל »

דער טעלעפאן אין ישיבה צוקלינגט זיך. זרח וואס ווארט אויף א וויכטיגע רוף לויפט שנעל אויפהייבן דעם טעלעפאן, העלא? יא, מ'קען אפשר צורופן מיין משהל'ע? איין מינוט, מושי, דו האסט טעלעפאן!

העלא? יא משהל'ע טייערע, דא רעדט טאטי. אזוי ווי דו האסט חתונה אין דריי חדשים ארום, האב איך נאך לאנגע זוכענישען מיט מאמי געקויפט א הערליכן שטריימל, ממש א יופי שביופי... אי"ה שבת ווען דו וועסט אהיים קומען וועסטו עס קענען זעהן, דערווייל לערן פלייסיג...

פארשטייט זיך משי'ס קאפ איז נאר געווען א גאנצן טאג אויפן שטריימל, ווען וועט שוין אנקומען דעם פרייטאג ער זאל שוין קענען באטראכטן פון דער נאנט דעם שטריימל. ענדליך האט זיך דער פרייטאג אנגערוקט, מושי לויפט ארויס כאפן דעם ערשטן באס מיט איין אטעם, צום מזל האט ער עס דאס מאל יא געכאפט... זיצן האט ער נישט געקענט, איז ער געשטאנען דעם גאנצן וועג, ענדליך נאך ווי א להכעיס'דיגער צוויי שעה'דיגע טרעפיק איז דער באס אנגעקומען צום דעסטינאציע. משי לויפט אראפ מיט איין אטעם, לויפט גלייך צו ביזן טיר פון זיין הויז, כמנהג בחורי חמד וואס שלעפן זיך מיט א רענצל געט ער א שטויס דעם טיר מיט זיין פוס...

אה! שלום עליכם משהל'ע! וואס פארציילסטו? ווי אזוי איז געווען ישיבה דעי וואך?
מאמי, איך האב נישט יעצט קיין צייט! איך וועל רעדן שפעטער! קודם מוז איך זעהן דעם שטריימל...
משהל'ע זיסער, טאטי האט עס גוט באהאלטן די קינדער זאלען עס נישט זעהן, ווארט אביסל ביז טאטי קומט אהיים.

נאך א לאנגע צוואנציג מינוט איז זיין טאטע אנגעקומען. משהל'ע לויפט צו מיט איין אטעם, טאטי וואו איז מיין שטריימל???
קום מיט מיר משהל'ע. ער נעמט איהם אין ספרים שטוב, קריכט ארויף אויפן לייטער, נעמט אראפ פון העכער די ספרים שאפע דעם שטריימל באקס, דא קענסטו כאפן א בליק אויפן באקס...
אבער טאטי איך וויל זעהן דעם שטריימל...
דארפסט פארשטיין משהל'ע, אז טאטי און מאמי זאגן עס איז שיין מעגסטו אונז גלייבן, מיר פארשטייען נאך אזוי גוט צו א שטריימל....
אבער פליז טאטי! איך ווארט שוין אזוי שטארק!!!
ווייסט וואס משהל'ע? איך וועל עפענען דעם באקס, אזוי ארום וועסטו קענען זעהן דעם שטריימל פון אויבן, איך וויל אבער נישט בשום אופן אז דו זאלסט עס ארויסנעמען, איך וויל עס זאל זיין ווי ניי ביי די חתונה...
שוין... אז נישט איז נישט... כאטשיג כאפן א בליק פון אויבן, ער קוקט אריין, יא... עס פארבלענדט איהם די אויגען... ער זעהט אפאר ווייסע הארעלעך... א שטיקל קרוין... עס פאנגט זיך איהם שוין אן דאכטן אז ער זעהט א בויך אויכעט... בקיצור ס'איז א מחי'...

איך דארף נישט פארציילן ווי אזוי דער שבת איז פאריבער, ווי עקסייטעד משי איז געווען, ער קען קוים ווארטן צוריק צו גיין אין ישיבה מיטטיילן פאר זיינע חברים די פיינע נייעס.
זונטאג אינדערפרי לויפט ער שלא כדרכו זיכער מאכן אז ער פארשפעטיגט נישט דעם באס, ב"ה ער האט עס געמאכט, ער קומט אריין אין ישיבה מיט איין אטעם ער פארציילט פאר זיינע חברים וואס פאר א שטריימל ער האט זיך איינגעהאנדלט, פשיהא אזאנס און אזעלעכס...
ס'האט ווייסע האר???
אוודאי האט עס! ס'האט א בויך... א צוויי אינטשיגע קרוין... לאנגע שפיצן... א יופי שביופי...

צייט בלייבט נישט שטיין, מען רוקט זיך שוין נענטער און נענטער צום יום המיוחס, מען האלט שוין ער"ש באווארפן, משי קען קוים ווארטן אנצוטון זיין נייעם שטריימל, ער גייט אין מקוה (פארשטייט זיך נאכן גאָלען), ער קומט אהיים, ער גייט צו מיט ציטערדיגע הענט, ער כאפט אהן דעם שטריימל באקס, ער עפענט אויף דעם דעקל ער פאנגט אן ארויס צו דרייען דעם שטריימל פונעם באקס פאמעליך, כמנהג עקספערט...
ער דרייט, און באָבס... עס ווערט איהם שווארץ פאר די אויגן... וואס קרוין, ווען קרוין? נישט דא קיין איין ווייסע הארעלע פאר קיין געלט... א בויך? מאן דכר שמיה... בקיצור א גרוע שבגרוע... פאר דעם האב איך געווארט??? אויך מיר מבינים געווארען אויפן עלטער...

ער געט א ווארף צוריק דעם שטריימל אינעם באקס, אן אנטוישטער גיבט ער א שאקל מיטען הענט, און רופט זיך אהן, שוין... זאל זיין אזוי... מ'גייט דאך ממילא נאר איין מאל א וואך דערמיט...

ע"כ האילוסטראציע ווי אזוי עס ארבעט מסכת שידוכים ביי געוויסע חסידי ואנ"ש, יעצט ליינט עס איבער אנעם 'שטריימעל' אינדערמיט...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אוי זאגסטו גוט! "ווייסט וואס משהל'ע? איך וועל עפענען דעם באקס, אזוי ארום וועסטו קענען זעהן דעם שטריימעל פון אויבען... ...איך וויל עס זאל זיין ווי ניי ביי די חתונה..."
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אונזער עולם וועט דיך אבער ענטפערן גיי ארויס און קוק וואו ס'דא מער גיטין ל"ע, ביי די קרייזן וואו מ'גייט ארויס דעיטען!!

אויף וואס איך ענטפער אלץ אז זה אינו ראי' ווייל אין יענע קרייזן איז נישטא אזא בושה זיך צו גט'ן, וואלט ווען געווען די זעלבע אין אונזערע קרייזן וואלט האלב ווילי געווען גע'גט... אזוי מיין איך, איך נעם נישט קיין שטעלונג.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

:like :like :like :like :like
אוי זאגט ער גוט!!

לאמיך צולייגען נאך א ציטאט....
"טאטי, ביסט זיכער אז ס'איז א שיינע שטריימעל??"
"יא, משה'לע, איך האב מיך נאכגעפרעגט ביי א האלבע שטאט, ס'איז א זייער גוטע קאמפעני"
"אבער די שטריימעל איז אויך גוט, אדער נאר די קאמפעני??"
"אוודאי איז די שטריימעל גוט, האסט דאך געזעהן דא פון אויווען. און אז די קאמפעני איז א גוטע, קענסטי זיין זיכער אז ס'איז א גוטע מקח".
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

ראשעקאל האט געשריבן::like :like :like :like :like
אוי זאגט ער גוט!!

לאמיך צולייגען נאך א ציטאט....
"טאטי, ביסט זיכער אז ס'איז א שיינע שטריימעל??"
"יא, משה'לע, איך האב מיך נאכגעפרעגט ביי א האלבע שטאט, ס'איז א זייער גוטע קאמפעני"
"אבער די שטריימעל איז אויך גוט, אדער נאר די קאמפעני??"
"אוודאי איז די שטריימעל גוט, האסט דאך געזעהן דא פון אויווען. און אז די קאמפעני איז א גוטע, קענסטי זיין זיכער אז ס'איז א גוטע מקח".

SORRy I don't get it
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

gehlungen האט געשריבן:SORRy I don't get it

ווער ס'פארשטייט פארשטייט...

(און וואס האט די y חוטא געוועזן אז ער איז קלענער פונם גאנצען ווארט? ס'עפעס א רמז אזוי ווי די קליינע אלף פון ויקרא?)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

זר זהב האט געשריבן:אונזער עולם וועט דיך אבער ענטפערן גיי ארויס און קוק וואו ס'דא מער גיטין ל"ע, ביי די קרייזן וואו מ'גייט ארויס דעיטען!!

אויף וואס איך ענטפער אלץ אז זה אינו ראי' ווייל אין יענע קרייזן איז נישטא אזא בושה זיך צו גט'ן, וואלט ווען געווען די זעלבע אין אונזערע קרייזן וואלט האלב ווילי געווען גע'גט... אזוי מיין איך, איך נעם נישט קיין שטעלונג.

נאך א סיבה איז, ווייל ביי געוויסע איז דאס גאנצע חתונה האבען נאר א מיטעל צו פאברעצירען א געמיינזאמער קינדער פראדאקציע מאשין, עס איז טאקע זייער א וויכטיגער זאך לא לתהו בראה וכו', אבער ווען די תורה שרייבט על כן יעזוב... ודבק באשתו... שטייט אסאך מער אינעם פסוק.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

איז טאקע אזוי שלעכט ביי אינז אדער יעדער מיינט אז ערגעץ אנדרעש איז די גראז גרינער?????
באניצער אוואטאר
גלות יוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך גלות יוד »

זר זהב האט געשריבן:אונזער עולם וועט דיך אבער ענטפערן גיי ארויס און קוק וואו ס'דא מער גיטין ל"ע, ביי די קרייזן וואו מ'גייט ארויס דעיטען!!

אויף וואס איך ענטפער אלץ אז זה אינו ראי' ווייל אין יענע קרייזן איז נישטא אזא בושה זיך צו גט'ן, וואלט ווען געווען די זעלבע אין אונזערע קרייזן וואלט האלב ווילי געווען גע'גט... אזוי מיין איך, איך נעם נישט קיין שטעלונג.

איך זאג ס'וואלט נאך אלץ געווען ווייניגער גיטין ווייל ביי אונז איז עס נאך אלץ א בושה אבער דאס איז זיכער אז עס וואלט געווען ווייניגער קידושין
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

גלות יוד האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:אונזער עולם וועט דיך אבער ענטפערן גיי ארויס און קוק וואו ס'דא מער גיטין ל"ע, ביי די קרייזן וואו מ'גייט ארויס דעיטען!!

אויף וואס איך ענטפער אלץ אז זה אינו ראי' ווייל אין יענע קרייזן איז נישטא אזא בושה זיך צו גט'ן, וואלט ווען געווען די זעלבע אין אונזערע קרייזן וואלט האלב ווילי געווען גע'גט... אזוי מיין איך, איך נעם נישט קיין שטעלונג.

איך זאג ס'וואלט נאך אלץ געווען ווייניגער גיטין ווייל ביי אונז איז עס נאך אלץ א בושה אבער דאס איז זיכער אז עס וואלט געווען ווייניגער קידושין

כ'פארשטיי נישט דיין פוינט. איך זאג דאך "אויב ס'וואלט ביי אונז נישט געווען קיין בושה" אזויווי ס'נישט קיין בושה בי די אנדערע חברה.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
גלות יוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 255
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך גלות יוד »

איך זאג אז אונז וואלטן משלים געווען מיטן מצב און אפילו מ'וואלט געדעיט וואלט מען נאך אלץ זיך נישט געגעט נאר דאס יא קידושין וואלט מען זיך נישט אזוי צוגעכאפט
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גאר פיין געזאגט רבי משה געציל, אבער, גוט צו וויסן, אז מען איז סטאק מיט א שטריימל קען מען עס אריינווארפן אין די באקס און נאר נוצן (ליל) שבת, אבער מען קען אויך איבערפוצן, אויפפרישן, און איבערמאכן דעם שטריימל, און טאקע אריינכאפן פאר עס באקומט ווייסע האר... עס איז קיינמאל נישט צו שפעט, א שטריימל, ובת זוגה דער מענטש, איז פלעקסיבל, מען קען איר מאכן פאר א מענטש, רבי משה געציל, אן ייאוש!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

gehlungen האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן::like :like :like :like :like
אוי זאגט ער גוט!!

לאמיך צולייגען נאך א ציטאט....
"טאטי, ביסט זיכער אז ס'איז א שיינע שטריימעל??"
"יא, משה'לע, איך האב מיך נאכגעפרעגט ביי א האלבע שטאט, ס'איז א זייער גוטע קאמפעני"
"אבער די שטריימעל איז אויך גוט, אדער נאר די קאמפעני??"
"אוודאי איז די שטריימעל גוט, האסט דאך געזעהן דא פון אויווען. און אז די קאמפעני איז א גוטע, קענסטי זיין זיכער אז ס'איז א גוטע מקח".

SORRy I don't get it

איך מיין צו משל'ען ווי מ'פרעגט זיך נאך אויף די משפחה פון די מיידעל, סאך מער ווי אויך די מיידעל אליין. אזוי ווי משה'לע'ס טאטע פרעגט זיך נאך אויף די קאמפעני פון די שטריימעל מער ווי די שטריימעל אליין
פאזעטיוו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 13, 2012 8:39 am
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך פאזעטיוו »

:like :like :like אייזען שטארק משה געציל! שוין לאנג נישט געליינט אזא גוטס!
טראכט גוט (פאזעטיוו) וועט זיין גוט
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

קופערניקוס האט געשריבן:גאר פיין געזאגט רבי משה געציל, אבער, גוט צו וויסן, אז מען איז סטאק מיט א שטריימל קען מען עס אריינווארפן אין די באקס און נאר נוצן (ליל) שבת, אבער מען קען אויך איבערפוצן, אויפפרישן, און איבערמאכן דעם שטריימל, און טאקע אריינכאפן פאר עס באקומט ווייסע האר... עס איז קיינמאל נישט צו שפעט, א שטריימל, ובת זוגה דער מענטש, איז פלעקסיבל, מען קען איר מאכן פאר א מענטש, רבי משה געציל, אן ייאוש!

ב"ה איך דארף נישט איבערפרישען מיין שטריימעל, מיינע עלטערען האבען פארשטאנען אז איך בין דער וואס גייט טראגען דעם שטריימעל נישט זיי...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
שמיטה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 14, 2012 4:57 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך שמיטה »

ראשעקאל האט געשריבן:איך מיין צו משל'ען ווי מ'פרעגט זיך נאך אויף די משפחה פון די מיידעל, סאך מער ווי אויך די מיידעל אליין. אזוי ווי משה'לע'ס טאטע פרעגט זיך נאך אויף די קאמפעני פון די שטריימעל מער ווי די שטריימעל אליין

קען זיין אז ס'איז דא אזעלכע פעלער. מסתמא מאכט זיך אזעלכע פעלער אויך ביי די נישט חסידישע עולם, אז מ'פארקויפט זיך פאר געלט וכדומה.
אבער צו זאגן אז דאס איז די סטאנדארט ביי די היימישע ציבור, אז מ'קוקט אויף די ארומיגע משפחה, מער ווי אויפן מדוברת זעלבסט, איז איבערגעטריבן און שקר.
נארמאלע עלטערן זענען מקיים דעם אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

קארל האט געשריבן:האט די טאלאנטפולע מרת שטרימפקינד גראד אויף דעם ענין ארויפגעשטעלט א קאריקאטור:
בילד

ווער איז מרת שטרימקינד?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שבת אויפרוף

שליחה דורך משה געציל »

המשך

משהל'ע, קום אראפ! מאך דיך גרייט, מען דארף שוין גיין דאווענען!...
שששש.... אין קול ואין עונה...
משהל'ע, וואו ביזטו, זיידי קומט שוין באלד???....
א פארזויערטער קומט משהל'ע אראפצוקריכן די שטיגן.

"משהל'ע, וואס גייט פאר? וואס ביסטו אזוי צוטראגן"?
"איך שעם זיך צו גיין מיט מיין שטריימל אין ביהמ"ד"...
וואס איז? מיינסט עס איז צו שיין פאר דיר???...
"שיין??? דאס הייסט שיין??? עס איז קוים א שטריימל"!
"משהל'ע זיסער, לאמיר דיר זאגן איין זאך, אז טאטי און מאמי זאגן אז עס איז שיין דארפסטו פארשטיין אז דאס איז טאקע שיין"...
"טאטי, איך וויל דיר נישט באליידיגן, אבער איך האב אין מיין לעבן אזא מיאוס'קייט נישט געזען"!!!
"זאג נאר משהל'ע, זייט ווען פארשטייט א ישיבה בחור צו א שטריימל??? א ישיבה בחור זיצט און לערנט... ער דארף ניטאמאל וויסן ווי אזוי א שטריימל קוקט אויס... ווייסט וואס? באלד קומט זיידי אנטוהן דעם שטריימל, דו קענסט דאך זיידי, א איד א בר דעת, א תלמיד חכם, לאמיר הערן וואס ער האט צו זאגן... ערלעדיגט?"...
"דארפסט פארשטיין, טאטי, קלוגשאפט קומט נישט אריין דא, די רעדע איז סך הכל איבער שיינקייט"...
"אוי משה'לע... די היינטיגע דורות... זיי מיינען אז שיינקייט איז נאר א הויכע קרוין מיט לאנגע שפיצן... מען קוקט נישט אויפן קוואליטעט פונעם שטריימל... מיט דעם שטריימל וועסטו קענען גיין ביי דיין אייניקלעכס חתונות!"...
"אבער קוואליטעט אליינס איז דאך נישט אלעס, טאטי, מען קען דאך וועלן א שיינעם שטריימל מיט א גוטען קוואליטעט"...
"משי, גענוג געווען! דו פאנגסט זיך שוין אן גרעניצן מיט חוצפה! איך האב דיר געזאגט אז עס איז שיין איז עס שיין, פארשטאנען"???!!!

דיננ דאנג... דינג דאנג... אה, זיידי איז דא... אה קע"ה משה'לע, די שכינה רוהט אויף דיר!... נא עמיר גיין אנטאן דאס שטריימל... פשיהא, דאס איז א שטריימל... לאנגע געזונטע יארן... איך וועל דיר פארציילן משה'ניו, זעסט מיין שטריימל? קע"ה שוין זיבעציג יאר... איך געדענק נאך ווען מיין זיידע ע"ה האט מיר דאס אנגעטוהן, עס ליגט מיר נאך אין די ביינער ווי היינט... ער האט מיר צוגערופן אין א זייט און א זאג געטאהן, געדענק קינד מיינס, א שטריימל איז נישט סתם נאך א לבוש אין שופלאד וואס מען טוט איר אן ווען עס גלוסט, א שטריימל איז א הייליגע טייערע לבוש וואס מען טוט נאר אן שבת און בעידן חדוותא מיט א רגשי קדושה...

דיי דו ריי דיי... דיי דו ריי דיי... דיי דו ריי דיי... דיי דו דיי... דער עולם באגלייט שוין און זינגט...

אויפן וועג צום ביהמ"ד, משהל'ע אינגאנצן א צומישטער, קודם פון די שארפע ווערטער אויסטויש וואס ער האט געהאט מיט זיין טאטע, דערנאך פון די פרישע לעקעציע איבער די הייליגקייט און טייערקייט פונעם שטריימל, טראכט צו זיך אין הארץ... יא יא... איך זע ווי טייער זיידי באנעמט זיך מיטן שטריימל... אראפ פונעם קאפ ווען עס איז הייס... נאך א רעגן א ווארף ארויף אויפן האק אינדערויסן... ביי א שניי שאקעלט מען איהם ווי די לולב הושענה רבא ווען מען האט שוין אראפגענומען אלע רינגלעך... עפעס א אומפארשטענדליכע העכערע טייערקייט...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

זיער א שיינע מעשה,יעצט זיי מסביר די נמשל ווי א מענטש!!<בפרטיות>
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

פארוואס טראכסטו אז עס איז א משל?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
פאזעטיוו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 13, 2012 8:39 am
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך פאזעטיוו »

:like :like :like :like :like
משה געציל האט געשריבן:איך זע ווי טייער זיידי באנעמט זיך מיטען שטריימעל... אראפ פונעם קאפ ווען עס איז הייס... נאך א רעגען א ווארף ארויף אויפען האק אינדערויסען... ביי א שניי שאקעלט מען איהם ווי די לולב הושענה רבא ווען מען האט שוין אראפגענומען אלע רינגלעך... עפעס א אומפארשטענדליכע העכערע טייערקייט...

אוי זאגט ער גוט, איך געדענק נאך מיין זיידע זאל זיך מיהען, ווען ער איז געווען בבחינת רעגענדיג, האט די באבע ע"ה געהאט צו כאפען אזאנס און אזעלעכס, אז די לולב איז געשטאנען אין די זייט מיט א איינגעהאלטענער שמייכעל און זיך געפרייט אז ער איז נאך ב"ה גרינג אפגעקומען...
טראכט גוט (פאזעטיוו) וועט זיין גוט
פאזעטיוו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 13, 2012 8:39 am
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך פאזעטיוו »

zurich האט געשריבן:זיער א שיינע מעשה,יעצט זיי מסביר די נמשל ווי א מענטש!!<בפרטיות>

ווער ס'פארשטייט פארשטייט און ווער סיפארשטייט נישט פארשטייט נישט...
טראכט גוט (פאזעטיוו) וועט זיין גוט
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

משה געציל גיי ווייטער מיט די מעשה ויאזוי די חתונה האט אויסגעקיקט...........
פארשפארט