די 2012 אלימפיקס סייט אין לאנדאן
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
די 2012 אלימפיקס סייט אין לאנדאן
כידוע ליודעים קומט פאר יעדע עטליכע יאר אלימפיקס. דאס זענען פארשידנארטיגע שפילן ווי די וועלטס טשאמפיאנען קומען זיך צוזאם צו באווייזן וואס זיי קענען אלס. מען באקומען אסאך כבוד און מעדאלן, און דאס לאנד וואס אירע אטלעטן געוואונען קען זיך שפירן גוט און גרויסהאלטעריש. איך בין נישט קיין גרויסער מומחה אין די עניינים ווייל עס האט מיך קיינמאל נישט געצויגן די סארט ספארטן, ממילא גיב איך נישט קיין סאך אטענציע צו די געשעענישן.
אבער דא האט עפעס יא געצויגן מיין אויפמערקזאמקייט. די קומענדיגע אלימפיקס שפילן גייען פארקומען אין לאנדאן אין עטליכע וואכן ארום, און צו דעם האט די שטאט לאנדאן אויפגעבויען א גאנצע נייע געגענט, ספעציעל געווידמעט פאר די אלימפיקס שפילן. און דאס האט געצויגן מיין נייגער.
איז אזוי, אין 05' (אזוי דאכצעך מיר) האט לאנדאן זוכה געווען אין דעם גרויסן כבוד צו זיין דער גאסט געבער פאר די 012' זומער אלימפיקס. אבער אזא כבוד קומט נישט ביליג, עס קאסט אביסל מער ווי א שיינע קאלירטע בעקישע, מער פון א גרויסע רבי'שע בענקל, און אפילו מער ווי א גאלדענע בעכער. פאר די אלימפיקס דארף מען צושטעלן סטאדיומס און בניינים פאר יעדע סארט שפיל, דאס איז א אינפראסטראקטור וואס איז גארנישט אזוי פשוט. און בדרך כלל האט א מדינה נישט די זאכן רעדי. מוז מען עס אלזא צושטעלן.
די שטאטראט פון לאנדאן האט אויסגעקליבן פאר דעם א שטח פון בערך א זיבן אכט הונדערט אקער לאנד, און אויף דעם שטח האבן זיי מחליט געווען גייט מען אויפבויען דעם קאמפלעקס.
אבער עס בויעט זיך נישט אזוי שנעל. צו ערשט דארף מען אויסקלארן דעם שטח. אויף דעם שטח זענען געשטאנען א קיימא לן פון צוויי הונדערט בניינים, רוב פון זיי האבן נישט געהאט קיין געהעריגן נוצן, און אט דעם גאנצן שטח האט מען געדארפט אויסקלארן פאר מען האט געקענט אפילו אנהייבן צו בויען.
טייל פון די בניינים זענען געווען קלענערע, און מיט די האט מען זיך נאך גרינג אן עצה געגעבן, אבער אנדערע זענען געווען גרעסערע, שטערקערע, און העכערע. צוויי הויכע בניינים זענען געווען צו נאנט צו אנדערע בניינים אז מען זאל קענען נוצן דינאמיט אדער אנדערע סארט מיטלען וועלכע קענען שעדיגן ארומ'יגע בניינים, און דעריבער האבן זיי געמוזט אריינברענגען גאר ספעציעלע צוברעך מאשינען, וועלכע קענען דערגרייכן די הויכע ספערן, העכער פון צען שטאק, און אזוי זיי צונעמען שטיקל ביי שטיקל.
א נייע אויסטרעף האבן זיי געמאכט דא, אז נייציג פראצענט פון די סחורה פון די צעווארפענע בניינים האט מען ריסייקלט און איבערגענוצט ביים בויען די נייע בניינים, אזוי ארום אז די 012' אלימפיקס גייען זיין די גרינסטע אלימפיקס וואס זענען נאר אמאל געווען.
נאכן צואווארפן אלע בניינים און אפליידיגן דעם שטח האט זיך אנגעהויבן דאס פאקטישע בויען, וואס איך וועל נישט באשרייבן בפרטיות, נאר אזויפיל אז די טעכנאלאגיע און מאשינען וואס מען האט גענוצט דאס צו דערגרייכן זענען מורא'דיג אינטערעסאנט און באלערנד. לדוגמא, מען האט געדארפט בויען א האלבע דאך אויף דעם הויפט סטאדיום - וועלכע פארמאגט אגב 80 אלפים זיצן - (אן דעם דאך וואלטן ווינטן געקענט הערשן דארט אויף גענוג אזויפיל אז מען זאל נישט קענען דארט באווייזן די גרויסע וועלטס רעקארדס וועלכע מען ערווארט ביי די אלימפיקס), די דאך איז געווארן צאמגעשטעלט פון אזעלכע גרויסע באלקנס (טראסעס) וואס יעדע איינע פון זיי וועגט ארום אכציג טאן.
אבל דא עקא, אז די געווענליכע קרעינס מיט וועלכע מען האט זיך באנוצט אויף צו בויען דעם סטאדיום קענען נישט אויפהייבן נאר האלב פון דעם וואג. צו דעם האט מען אריינגעברענגט א ספעציעלן מאנסטעריש ריזיגער קרעין וועלכע קען אויפהייבן ביז צוויי הונדערט טאן, און דאס האט געטאהן דעם ארבעט פון אויפהייבן די ריזיגע באלקענעס צו בויען דעם דאך.
עס זענען אריבערגעלאפן א סעריע פון עלעקטראנישע ווייערס פונקט העכער דעם פלאץ ווי דער סטאדיום איז געבויעט געווארן, און מען האט די ווייערס געמוזט אוועק רוקן פון דארט, אבער רוקן ערגעץ אנדערש איז נישט געווען שייך, האט מען געבויעט א נייעם טונעל, וועלכע לויפט אונטער דעם גאנצן שטח, און דארט האט מען אריבערגעצויגן די ווייערס. אויף צו בויען דעם טונעל האט מען זיך באנוצט מיט א ספעציעלט מאשין וועלכע מען שטעלט צוזאם און ער בויערט ארויס דעם גאנצן לאך פאר דעם טונעל, און ווען דער מאשין רוקט זיך אוועק פון דעם ארט, לאזט ער איבער אונטער זיך א פערטיגן טונעל מיט שיינע צעמענטענע ווענט, גרייט צום נוצן.
אזוי ארום האט לאנדאן באוויזן - מיט די הילף פון טעכנאלאגיע - דאס אומגלויבליכע און האט אים פינף יאר אויפגעשטעלט א גאנצן שטאט, ספעציעל געבויעט פאר די קומענדיגע אלימפיק שפילן, און דאס האט זיי אפגעקאסט שווערע זיליאנען, (כ'ווייס נישט צו מיט א מ', ב' אדער גאר ט').
יעצט אזוי ווי איך ווייס נישט וויאזוי מען ברענגט אהער בילדער אדער קליפס, לאדן איך איין דעם עולם דא צו ברענגען בילדער און קליפס פון דעם, עס דארף צו זיין זייער אינטערעסאנט, און אזוי אויך ווער עס האט צוצולייגן צו דעם לטובת הציבור ווערט געבעטן דאס צו טאהן.
איך וויל נאר ענדיגן מיט אפאר שאלות, און ווער עס ווייסט איז געבעטן צו ענטפערן, פארוואס לוינט זיך פאר א שטאט צו שפענדן אזויפיל משוגענע סכומים געלט פאר אזא זאך? איז דאס בלויז כבוד? ברענגט דאס געלט אויך? וואס גייט מען טוהן מיט דעם פלאץ נאך די אלימפיקס?
נו רבותי, לאזט אייך הערן...

- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
זייער א שיינער באשרייבונג הדד!!
קודם כל, לגבי אריינשטעלן בילדער. אויב האסטו די בילדער אויפן קאמפיוטער קוק דא. אויב איז עס אויף אן אנדערע סייט, קוק דא. לגבי אריינשטעלן קליפס, דא.
עס בויעט זיך אויף:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=bB0W8xiqQ8Y[/youtube]
נאך איינס:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=vpSL3bBJIuY[/youtube]

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 879
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל
אלימפיקס
National geographic האט ארויסגעגעבן א גאר אינטערעסאנטע דאקאמענטאר איבער די ווינדער פון דעם סטעדיום אין די פלאג אין קאפ וואס ליגט דערין, אגב דערציילן זיי דארט אז דער סטעדיום (שיעור געשריבן סיטי פיעלד) איז דער איינציגסטער אין די גאנצע וועלט וואס איז א צוזאמלייג סטעדיום כשמו כן הוא, געב א זיך אויף YouTube דערוועגן
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 975
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
- ניו יארק
- ידיד ותיק
- הודעות: 815
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
- געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל
אבי גערעדט האט געשריבן:National geographic האט ארויסגעגעבן א גאר אינטערעסאנטע דאקאמענטאר איבער די ווינדער פון דעם סטעדיום אין די פלאג אין קאפ וואס ליגט דערין, אגב דערציילן זיי דארט אז דער סטעדיום (שיעור געשריבן סיטי פיעלד) איז דער איינציגסטער אין די גאנצע וועלט וואס איז א צוזאמלייג סטעדיום כשמו כן הוא, געב א זיך אויף YouTube דערוועגן
איך קען עס נישט טרעפן. איינער האט די לינק?
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק ®
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2901
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
- האט שוין געלייקט: 913 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:דו האלטסט אז די ענגלענדער קענען צושטעלן וואס די כינעזער האבן צוגעשטעלט?
קוק צוריק אפאר יאר וועסטו זעהן וויאזוי די עפענונג האט אויסגעזעהן אין 2004....
לא מיניה ולא מקצתיה פון וואס די כינעזער האבן אהערגעשטעלט.
די מיינסט אז נאר די כינעזער טויגען?? איך בין זיכער אז די ענגלאנדאר קענען נאך אזוי גוט נאר זיי וועט עס קאסטען אסאך מער געלט וווי עס האט געקאסט פאר די כינעזער
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 975
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
יאנקל האט געברענגט די לינק צו 2008, וואס איז פארגעקומען אין כינע.
לעמיל, עס איז דא געוויסע פונקטליכקייטן וואס האט מיט א נאטור און א קולטור פון א פאלק. די ענגלישע זענען ביסודם אנדערש סיי אין נאטור און סיי אין קולטור ווי די כינעזע. זיי גייען נישט קענען צושטעלן איבער טויזנט זאלן דראממען אויף איין מאל מיט אזא גענויע פונקטליכקייט.
זיי גייען עפעס צושטעלן אוט אוו דיס ווארלד, אין דעם צווייפל איך נישט. אבער נישט אויף דעם כינעזען סטיל, נאר אויף דעם ענגלישן סטיל.

- חכם מחוכם
- ידיד השטיבל
- הודעות: 184
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל
ידען האט געשריבן:פון די טיקעטס אליינס דארפן זיי מאכן אסאך געלט.
וויפיל קאסט א טיקעט?
דו רעדסט פון א טיקעט אריינצוגיין מיטצוהאלטן דארט, וואס ואט זיך מיט די טיקעטס אויף בריטיש עירוועיס וואס די פרייזן זענען געווען עד לב השמים, איך געדענק איך האב געזעהן אין די נייעס אז היטראו עירפארט האט געסערווט מיט נאך א 20 מיליאן מענטשן, דא זעהסטו א געדאנק וואס דארט טוט זיך,
נ. ב. אנטשולדיג איך ענטפער אזוי שפעט נאך דיין הודעה, איך בין אריינגעקומען אביסל שפעט
- חכם מחוכם
- ידיד השטיבל
- הודעות: 184
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל
zurich האט געשריבן:וויפיל מענטשן פיטן אריין אין דעים סטעידיאם?
80,000 מענטשן (ביים סיום הש"ס איז נאך געווען אזויפיל מענטשן)
http://en.wikipedia.org/wiki/Olympic_Stadium_(London)
האט אפשר איינער א לינק ווי מ'קען זעהן אלע געימס וואס קומען דארט פאר?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 249
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל
נוי יארק האט געשריבן:אבי גערעדט האט געשריבן:National geographic האט ארויסגעגעבן א גאר אינטערעסאנטע דאקאמענטאר איבער די ווינדער פון דעם סטעדיום אין די פלאג אין קאפ וואס ליגט דערין, אגב דערציילן זיי דארט אז דער סטעדיום (שיעור געשריבן סיטי פיעלד) איז דער איינציגסטער אין די גאנצע וועלט וואס איז א צוזאמלייג סטעדיום כשמו כן הוא, געב א זיך אויף YouTube דערוועגן
איך קען עס נישט טרעפן. איינער האט די לינק?
http://natgeotv.com/uk/londons-olympic- ... ntre-stage