נבלה נעשה בסקווער - נישט צולאזען חברים צו לוויה פון א חבר
- הירשל ציג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 221
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:41 pm
- האט שוין געלייקט: 52 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל
- קאנטאקט:
מאנדלבאום האט געשריבן:ר' הירשל טייערער,
אויף די דעכער שריי איך כסדר אז זיי זענען שקרנים רשעים, און דערצו בלוט זויגער פון פרומען אידנטום, און מען טאר זיי קיינמאל נישט גלייבן קיין איין ווארט.
גיין אפרעגן יעדע מעשה באזונדער וואס זיי שמוצן, מיינט אז כאילו מען גיט עפעס א הוא אמינא וואס מען דארף אפרעגן...
הער איך
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
hirsheltzig.com
- דענקער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 254
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
- האט שוין געלייקט: 905 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל
קטלא קניא - דברים כדרבונות
שיכלתי דבורה
איך האָב פון דבורה טאַמבאָר ע"ה צום ערשטן מאָל געהערט ווען זי איז שוין נישט געווען בין החיים. איך האָב איר נישט געקענט און איך ווייס פון איר גאָרנישט און נאָך ווייניקער איבער די סכסוכים צוליב אירע קינדער. נאָר נאמנים עלי די ווערטער פון עטלעכע מיט וועם איך בין באַקענטיקט און וואָס האָבן איר יאָ געקענט. זיי דערציילן אַז זי האָט זיך אָפּגעלאָזט פון איר געבוירטס פּלאַץ און דער לעבנסשטייגער פון אירע עלטערן, זיך געגט פון איר מאַן און איבערגעלאָזט איר פאַמיליע. און אויף דעם איז איר עונש געווען איין מאָל כּרת פון אירע קינדער אויף דער וועלט און ווידער אַמאָל כּרת אין אירע יונגע יאָרן פון דער וועלט.
פאַר די בלוט־דאָרשטיקע נוקמים ונוטרים איז דאָס אַלץ נישט גענוג געווען. ווען די וועלט האָט שוין געזאָגט עליה השלום האָבן זיי דאָס איר אויך נישט פאַרגינט. מיטאַמאָל זענען זיי געוואָרן אפוטרופסים אויף איר גוף און מתעסקים אויף איר קבורה. נישט אויף כבוד המת איר באַלד צו באַערדיקן נאָר אויף אויפצוהאַלטן איר קבורה, נישט אַז אירע באַליבטע זאָלן איר נאָכגיין אויפן לעצטן וועג נאָר אַז זיי זאָלן פאַרפרוירן ווערן אַבי זיי צו ווייזן אַ פייג, און נישט איר צו לייגן אויף אייביקער רוה מיט איר פאַמיליע נאָר איר צו באַהאַנדלן ווי אַ נבילה און איר באַגראָבן מחוץ למחנה. קינדער האָבן זיי ביי איר צוגענומען ביי איר לעבן און פאַרשוועכט איר כבוד ביי איר שטאַרבן.
פרעגט איר אוודאי וווּ האָט אַזאַ אכזריותדיקייט פּאַסירט און ווער זענען זי די אירע וואָס טיילן אויס אַזוינע ברוטאַלע עונשים. אויף דעם איז די תשובה: קום לך לך אל עיר ההרגה ובאת אל החצר, צום צדיקס הויף.
מיר רעדן דאָ פון דער עיר הנדחת וווּ אונזער אַלטער באַקאַנטער דוד טווערסקי און זיינע מלאכי חבלה זיצן בראש. דער שר הטבחים וואָס האָט פאַרזיכט אומצוברענגן אַ פאַמיליע מיט קינדער און האָט מיאוס פאַרברענט דער ראש המשפחה, דער מלומד במכות צוליב וועם מען האָט פאַרמשפט אין טורמע זיינע חסידים אויף גניבות און גזילות, דער זעלבער עדיין מרקד בינינו און האָט ווידער דערלאַנגט כדרכו בקודש.
און דאָס מאָל איז עס פיין געלונגן. קיין אות קען ער נישט אָבער די מופתים וואַלגערן זיך אונטערן טיש. די תורה זאָגט ולנערה לא תעשה דבר אָבער פאַר אים איז הנערה הזו שתי פעמים. איינמאָל איר געקוילעט מיט באַראַבעווען איר די קינדער און אַ צווייט מאָל געשחטן מיט איר אויסרייסן די נשמה. דעם רבינס ווייטער בליק האָט אוודאי אינזיענען געהאַט צו פאַרשפּאָרן די קינדער אַ שבעה מיט אַ קדיש ווייל אַז די מאַמע איז קיין מאַמע נישט זענען די קינדער אויך נישט די קדישימלעך.
אין תורה שטייט געשריבן אַז מען געפונט אַ טויטן אויפן וועג זאָל מען אויסמעסטן דאָס ווייטקייט פון די אַרומיקע שטעט און די שטאָט וואָס איז דער נאָנסטער זאָל ברענגן אַ קעלבל, די זקנים פונעם שטאָט זאָלן זיך וואַשן די הענט און זאָגן, אונזערע הענט האָבן נישט פאַרגאָסן דער בלוט און אונזערע אויגן האָבן נישט געזען. די נפטרת האָט געוווינט אַרומגערינגלט מיט פאַרשידענע געאָגראַפישע, גייסטערישע און אידיאַלאָגישע שטעט. זי האָט דיך אויסגעוועלט איבערצולאָזן איר אַלטע היים און דורכברעכן די הויכע מויערן און זיך איבערקלייבן צו ברייטערע פעלדער און פרייערע אומשטענדן. אירע פריינד און באַקאַנטע וועלן אוודאי מאַכן אַ חשבון הנפש אַז זי איז געווען אין די לעצטע יאָרן דאָס נענסטער צו זיי און צי זיי האָבן נישט געקענט מער טון איר צו העלפן.
זיי מעגן זאָגן בקול רם, ידינו לא שפכו את הדם הזה אָבער אונזערע אויגן האָבן יאָ געזען. זיי דאַרפן צייגן אויף יענעם יישוב און שרייען מיט אַ געוואַלד: ידיכם דמים מלאו.
דבורהס בלוט האָבן פאַרגאָסן די געמיינע הענט פון די מגלה עריות וואָס האָבן איר געלעסטערט און פאַרשטיקט איר געוויין און אַצינד טאַנצן זיי אויף איר פרישער קבר אָבער נישט איידער זיי האָבן אָפּגעהאַלטן דער קבורה. זי איז די נערה אשר צעקה ואין מושיע לה. זייערע מאור עינימדיקע אויגן האָבן אַלעס געזען, זייערע אוירן האָבן געהערט יעדער זיפץ און זייערע הענט זענען אַזוי פאַרשמירט אַז אַלע זייערע מקוואות וועלן עס נישט ריין וואַשן. דער נענסטער שטאָט צו איר זענען דאָרט וווּ אירע קינדער געפונען זיך און דאָרט גייט זוכט די רוצחים מיט קנייטשן אויפן שטערן און דער טייוול אין זייער האַרץ.
דבורה, אויף דיין נאָמען שטייט שקמתי דבורה, שקמתי אם בישראל און זיי האָבן דיר געמאַכט אויס מאַמע. זיי האָבן פאַרדרייט דער פסוק עס זאָל לייענען, שיכלתי דבורה, שיכלתי אם בישראל. דער נביא זאָגט, התשכח אשה עולה מרחם בן בטנה, קען אַ פרוי פאַרגעסן איר עופעלע און קען זי פאַרמיידן רחמנות אויף דער זין פון איר טראַכט? די אכזרים און באַרבאַרן האָבן עקספּלויטירט די אָ רחמנות און דערבאַרמקייט דיר צו לערנען לעקעך פאַר דיין ווידערשפּעניקייט און למען ישמעו ויראו פאַר אַנדערע וואָס קלערן צו גיין איר דיינע טריט.
די שאלה איז שוין היינט נישט אויף אַזוינע ווי דבורה וואָס ווי אברהם אבינו קאָפּן זיי אין דעם אַלטן תרח נאָר די קשיא איז אויף די וואָס בלייבן נאָך דאָרט. די וואָס ציען אויף זייערע קינדער אין אַזאַ פאַרדאָרבנקייט און דעקאַדענץ און פרעגן זיך נישט יעדן אינדערפרי ביי מודה אני צי אויף אַזאַ סדום האָט מען זיי צוריקגעקערט זייערע נשמה. וואָס קלערן נישט אויב ונהיה אנחנו וצאצאינו מיינט אַז זייערע קינדער און קינדס קינדער מיזן זיין קנעכט פאַר דעם פרעה אין סקווער.
מיט דער ווייטאָג פון דבורהס פטירה מיזן מיר אויך שפּירן אַ כעס און אַ גרויל איבער דעם סיסטעם וואָס מיר האָבן זיך געשאַפט. בכדי צו לעבן אַנדערש זענען מיר מקריב משפחות און פירן אומשולדיקע קינדער אויפן מולך פון אונזערע אָפּגעטער און אַצינד איז מען מקיים שילוח הקן אויף אַ מאַמע צו קענען כאַפּן אירע קינדער. אַ סיסטעם וואָס כלאָמפּערשט שטייט ביי דעם טעמו וראו כי טוב ה' און כי לקח טוב נתתי לכם ציטערט אַז אונז וועט געפעלן עפעס אַנדערש. לכו בנים שמעו לי זאָגט דער פּסוק אָבער אונזערע שאַרלאַטאַנען האָבן עס געמאַכט פאַר אַ בית האסירים פון וווּ מען אַנטלויפט און מען איז אַלעס מקריב אַבי צו זיין אינדערויסן.
הוי האמרים לרע טוב ולטוב רע שמים חשך לאור ואור לחשך שמים מר למתוק ומתוק למר. זיי האָבן גענומען דעם סם החיים און עס געמאַכט פאַר אַ סם המוות. דאָס איז נישט מענטשליכקייט, אוודאי נישט יידישקייט און כל שכן נישט תורה. פון לא תרצח מאַכן זיי אַ מצווה צו פאַרברענען מענטשן, זאַמלען צדקה אויף מקיים צו זיין לא תנאף, לא תגנוב לייענען זיי לו תגנוב און ווי רש"י זאָגט בגונב נפשות הכתוב מדבר. אַן אייביקע שאַנדע אויפן חדר וווּ מען פאַרדרייט כבד את אביך ואת אמך צו צווינגן קינדער צו רופן די מאַמען ביים ערשטן נאָמן ווייל 'מאַמי' איז שוין אַ צווייטער. דאָס זענען נישט מער ווי מערדער פאַרשטעלט ווי רביס, פּאַסקוטניאַקעס מיט שטריימלעך, לסטים איינגעוויקלט אין בעקיטשעס און כוליגאַנעס וואָס קאָפּן מיט זייערע פאַרשטיוולטע לאַבעס.
דבורה, תהא מיתתך כפרתך און דיין שטאַרבן טאָר נישט זיין לאיבוד. דו האָסט נעבעך געצאָלט מיטן לעבן צו דערציילן דער וועלט דער גריב אין וואָס מיר געפונען זיך אָבער די חצי נחמה פון דיין אַוועקגיין איז צו זען אַז ס'יז אַ צרת רבים. צום באַדויערן מיז עס נעמען אַזאַ טראַגעדיע אַז דער וועלט זאָל זען ווער אונזערע פירער זענען און וואָס פאַראַ מאָנקאַלב מיר האָבן זיך באַשאַפן. קושטא קאי שיקרא לא קאי און כי לא תשכח מפי זרעו וועט נישט מקויים ווערן ביי די קינדער כאַפּערס און מאַמע מערדער.
זאָל פון דיין קבר אַרויסגיין אַ געוויין און אַ געטומעל, אַ שטורעם און אַ צאָרן צו רבנים און פירער איבער דער גאָרער וועלט: איר זעט און איר ווייסט וואָס דאָ גייט פאָר. ווען עס לוינט אייך זענט איר די ערשטע וואָס שרייען אויס איז וווּ איז נעלם געוואָרן אייער צינג? ווען מען נעמט ביי אייך צו אַ פּאָר אומפאַרדינטע גראָשן גיסט איר פּעך אין שוועבל און דער באַנדיט וואָס פאַרברענט מענטשן זעצט איר אויבן אָן און רופט אים הרב הקדוש. קיין אויסגריבענע פרוטה קומט אייך נישט אויף חרוב צו מאַכן גאַנצע דורות.
מאָדערנערע רבנים, וואוּ איז אייערע קול? אַז איר גלייבט אין גערעכטיקייט, אַז אַ חילול השם גייט אייך אין לעבן פאַרוואָס שווייגט איר? וווּ איז אייער מחאה? קול דמי אחיך ואחותך צועקים אליכם מן האדמה. אַז נישט פאַר די ערוואַקסענע שרייט אל תשלח ידך אל הנער פאַר די עוללים ויונקים וועם מען מאַכט פאַר פּיאָנען אין די שמוציקע קריגן. אַז נישט פאַר די לעבעדיקע נעמט אייך אָן פאַרן קריוודע פון די טויטע.
און צו אונז, מיר וואָס געפונען זיך נאָך דאָ, פרעג איך וויפיל נאָך עלטערן און קינדער דאַרפן דאָס דורכגיין איידער מיר וועלן האָבן דער גייסט און קוראַז צו לויפן אין די גאַסן און שרייען הויך רק אין יראת אלקים במקום הזה?
תנצב"ה

דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
Wow! Powerful!!!!
אין קורצן פארשטיי איך אז זיין עיקר נקודה איז ווי פאלגנד. מיט וואס איז רודפ'ן דאס מענטשהייט, דינען א רבי ווי אן אפגאט, פראטעקטן און צולאזן מאלעסטערס אנגיין מיט זייערע ארבייט פאר לאנגע יארן, צו גנב'נען קינדער וכו' וכו' ווייניגער otd, רעפארם און אפיקורסיש ווי חילול שבת, אכילת טריפות וכדומה. ווער ווייסט וועלכע באדערט די באשעפער מער.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
הוגה האט געשריבן:Wow! Powerful!!!!
אין קורצן פארשטיי איך אז זיין עיקר נקודה איז ווי פאלגנד. מיט וואס איז רודפ'ן דאס מענטשהייט, דינען א רבי ווי אן אפגאט, פראטעקטן און צולאזן מאלעסטערס אנגיין מיט זייערע ארבייט פאר לאנגע יארן, צו גנב'נען קינדער וכו' וכו' ווייניגער otd, רעפארם און אפיקורסיש ווי חילול שבת, אכילת טריפות וכדומה. ווער ווייסט וועלכע באדערט די באשעפער מער.
דער חילוק איז אז אויף חילול שבת און אכילת טריפות האבן מיר נישט קיין מסורה מדורי דורות.
האדם לא נברא אלא להתענג
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
אפשר איז צייט אויפהערן צו רוקד זיין על הדם און אויסנוצן א טראגעדיע צו אויסגעבן פערזעליכע ביטערנישן. קטלא קען שרייבן אויף סקווער סתם אין א וואכנטאג אויך און די או טי דיס זענען אזוי פארנומען מיט די מעשה אז זיי פארגעסן ממש אינגאנצן פון די מאלעסטעשאן וואס קומט פאר און דערווייל זענען אונזערע קינדערלעך הפקר ווייל מיר טאטעס און מאמעס זארגן נישט אויף זיי ווי די וואס האבן איבערגעלאזט זייערע אייגענע נאנטע. דא איז געווען א פארפלאגטע נשמה וואס איז לכו"ע געווען גייסטיש געפלאגט נאך פאר זי איז אוועק און איז נישט געווען ביכולת צו האבן די קינדער. דאס האט ווייניק געהאט מיט סקווער נאר מיט איר פאמיליע און דעם ריכטער. דאס זעלבע די לוויה האט די משפחה געטוהן ווי זיי פארשטייען איז דאס בעסטע לכבודה לאזט זיי במנוחה און הערט אויף טאנצן הקפות אויפן קבר. אינטערסאנט איז אז די וואס האבן איר פערזענליך גוט געקענט ווי למשל ריקי ב. אויף פעיסבוק, חאטש זי איז או טי די אליינס, שרייט אז די משפחה האט זיך שיין באנומען צו איר און איר באגיין זעלבסטמארד איז קיינעם נישט צו באשולדיקן. זי זאגט אז די או טי די'ס נוצן אויס די טראגעדיע פאר זייער אגענדע.
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
ווען איינער גייט או.טי.די. און מהארגעט זיך אוף די קינדער , געווענדליך סופארטן די הימישע עולם די פרומע צד מיט געלט און לויערס , רוב מאל פרובירט מען צו מאכן דעם אפגעפארענער ווי א אומסטאבילע מענטש ,ווייטער די אפגעפארענער פירט אליינס די קעיס , און די תוצאות זעט יעדער איינער
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
קטלא האט רעכט צו אראפשרייבן זיינגע געפילן, און כ'וועל נישט באשולדיגן קטלא און זיין לייכטזיניג. ער האט א רעפוטאציע פון זיין געמאסטן, און זיין יעצטיגע אויסברויך מיז צוגעשריבן ווערן צו זיין שטארקע געפיל פאר אהבת הצדק.
טראץ דעם, זאגט עניות דעתי אז עפעס גרידזשעט צו ליינען אזאנס דא אין אזא מקום ווי קאווע שטיבל ווי מ'וויל יעדן מאכן שפירן באקוועם, אריינגערעכענט סקווירא אנהענגער. ס'איז מסתם זייער שווער פאר זיי דאס אראפצושלינגן. כ'קלער אויב ס'זעלבע וואלט זיך אפגעשפילט אין סאטמאר וואלטן זיי נישט ערלויבט אזא ארטיקל קעגן זייערע אדמורים. איז ווייל סקווירא איז א קלענערע חסידות מעג מען זיי צוטרעטן? שטעכן ווי ס'טיט וויי? צו באשולדיגן סקווירא רבי זעלבסט אין דירעקט אינוואלוומענט ברויך מען האבן מער פון בלויז גאסן גערעדאכצער.
אויב אבער איז אמת אז דער רבי איז געווען באוויסטזיניג און פארט געשוויגן איבער די נפטרת' מאלעסטעשאן אלעגעשאנס דאן איז שוין עפעס אנדערש און דאן ברויכן אלע מוסדות אויסטיילן קטלא'ס ארטיקל און אהיימשיקן מיט די קינדער פון חדר.

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- פאריז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 192
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 71 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:מיין גאנצע פלאן פון גיין OTD איז די וואך געווארן אויס! זיי מעגן איינזעהן זייערע דורכפעלער, און נישט באשולדיגן די גאנצע וועלט. - א זאך וואס מ'באשולדיגט אונז כסדר.
בן תמליון האט געשריבן:אפשר איז צייט אויפהערן צו רוקד זיין על הדם און אויסנוצן א טראגעדיע צו אויסגעבן פערזעליכע ביטערנישן. קטלא קען שרייבן אויף סקווער סתם אין א וואכנטאג ..... דא איז געווען א פארפלאגטע נשמה וואס איז לכו"ע געווען גייסטיש געפלאגט נאך פאר זי איז אוועק און איז נישט געווען ביכולת צו האבן די קינדער. דאס האט ווייניק געהאט מיט סקווער נאר מיט איר פאמיליע און דעם ריכטער. דאס זעלבע די לוויה האט די משפחה געטוהן ווי זיי פארשטייען איז דאס בעסטע לכבודה לאזט זיי במנוחה און הערט אויף טאנצן הקפות אויפן קבר. אינטערסאנט איז אז די וואס האבן איר פערזענליך גוט געקענט ווי למשל ריקי ב. אויף פעיסבוק, חאטש זי איז או טי די אליינס, שרייט אז די משפחה האט זיך שיין באנומען צו איר און איר באגיין זעלבסטמארד איז קיינעם נישט צו באשולדיקן. זי זאגט אז די או טי די'ס נוצן אויס די טראגעדיע פאר זייער אגענדע.
עם כל זה האט מען נאך נישט אראפ גענימען דעם אום פארשטענדליכען ווארט ״הי״ד״ פון איר אשכול, שוין צייט צי פארעכטן דאס קעפיל פון יענעם אשכול און אראפנעמען די דריי אותיות וואס באלאנגען נישט דארט.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
דענקער האט געשריבן:איך האָב פון דבורה טאַמבאָר ע"ה צום ערשטן מאָל געהערט ווען זי איז שוין נישט געווען בין החיים. איך האָב איר נישט געקענט און איך ווייס פון איר גאָרנישט און נאָך ווייניקער איבער די סכסוכים צוליב אירע קינדער. נאָר נאמנים עלי די ווערטער פון עטלעכע
דאס איז פונקט גענוג, אינאף סעיד!
ער וואלט געמאכט א גוטן שרייבער פאר יוזעף גאבבעלס.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
קאווע טרינקער האט געשריבן:מיין גאנצע פלאן פון גיין OTD איז די וואך געווארן אויס!
זיי מעגן איינזעהן זייערע דורכפעלער, און נישט באשולדיגן די גאנצע וועלט. - א זאך וואס מ'באשולדיגט אונז כסדר.
איר זענט ווייזט אויז נישט באקאנט מיט די או טי די מקורות און גרופעס. די וואס איך האב געליינט זענען אלע פארנומען מיט זיך אליינס מאכען א חשבון הנפש אז זיי האבען נישט געטוהן גענוג אפצוהאלטען אזוינע טראגעדיעס און צוהלעפען אנדערע אין ענליכע סיטואציעס. איינער פון זי זאכען וואס זיי פראבירען צו טוהן איז ציען מער אויפמערקזאמקייט צו די סארט קאסטידי פראבלעמען און עוולות, און דאס טוהט מען דורך שרייבען ארטיקלך וכדומה ארום דעם. קען זיין א חלק זענען געשריבן אין צי א מיליטאנטישע טאן, אבער אין אדם נתפס על צערו. און א מלחמה איז א מלחמה.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
זאג נאר, זר, עפעס אן או טי די האט דיר אמאל מאלעסטעד אז דו ביסט אזוי בייז אויף זיי?
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- פאריז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 192
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 71 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:זאג נאר, זר, עפעס אן או טי די האט דיר אמאל מאלעסטעד אז דו ביסט אזוי בייז אויף זיי?זר זהב האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:אבער אין אדם נתפס על צערו. און א מלחמה איז א מלחמה.
ווידער א לימוד זכות אויף א או טידי. פון לעדל וועט מען ארויסשלעפן עפעס
סוי נייס
למעשה ברענגט זר ארויס א גיטע פוינט אז די און אנדערע זיכען צו בארעכטיגען די אט״ד קאפ אין וואנט אפילו ווען עס איז נישט אין פלאטץ, אקסעפט עס און זיי מודה - אדער איגנאריער עס, קענסט אבער נישט צירוק ווארפן די באל כאילו ער איז נישט גערעכט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פאריז, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
זר זהב האט געשריבן:דענקער האט געשריבן:איך האָב פון דבורה טאַמבאָר ע"ה צום ערשטן מאָל געהערט ווען זי איז שוין נישט געווען בין החיים. איך האָב איר נישט געקענט און איך ווייס פון איר גאָרנישט און נאָך ווייניקער איבער די סכסוכים צוליב אירע קינדער. נאָר נאמנים עלי די ווערטער פון עטלעכע
דאס איז פונקט גענוג, אינאף סעיד!
ער וואלט געמאכט א גוטן שרייבער פאר יוזעף גאבבעלס.
איינע פון די פארדאקסען וויאזוי פרומע גוואונען אייביג וויכווחים. ווען דער איד אדער יתד שרייבט אן ארטיקל מלא לשון הרע רכילות והסתה קעגן איינער וואס טוהט נישט ווי זיי געפעלט, ברענגען זיי אלץ עדים נאמנים אויף יענעמ'ס שוידערליכע מעשים, און אלץ מיט אזא זיכערקייט כתורה משמים, זיי וועלן קיינמאלנישט שרייבען אז זיי ווייסען נישט באמת די פרטים פון דער נאנט נאר לויט וואס זיי האבען געהערט איז אזוי און אזוי. אבער ווען א קטלא קניא שרייבט אן ארטיקל אויף עפעס, און איז פשוט האנעסט און פארציילט וואס זיינע מקורות זענען, און מסתמא האט ער טאקע געהערט פון אזוינע קרובים לענין וואס זענען נאמן אויף עם , און ער פארציילט אלעס, דאן איז דאס א הזדמנות צו שרייען, "זעהטס, ער זאגט אליינס אז ער ווייסט נישט".
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
@בן תמליון
אפשר ביסטו מסביר פונקט פון וואו איר האט גענומען אייערע מקורות אויף וואס מ'מעג אויסנוצען א טראגעדיע, און וואס נישט? וועמענ'ס צער איז לעגיטים ארויסצובגענרען און וועמענס נישט? דאס איז א מסורת? א סברא? א הלכה למשה מסיני?