כחומץ לשיניים וכעשן לעיניים.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3281 מאל

כחומץ לשיניים וכעשן לעיניים.

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

דער מייסטער שרייבער קטלא קניא האט אפגעשריבן אן ארטיקל איבערן טאמבאר טראגעדיע. נישט ווי זיין שטייגער צו מגלה זיין אן אצבע און מכסה זיין א טפח. צו קינצלך באהאלטן שטעכערייען און טשעפערייען אונטער קינסטליכע פראזן און באצויבערנדע מליצות, איז ער דאסמאל ארויס אפן אראפרייסן און באשעלטן דעט סקווערער צדיק מיט איבערגעטריבענע גזמאות אז פארן ליינער קען זיך דאכטן זיך אז מען האנדעלט דא מיטן לעצטן צורר היהודים א קליינער סטאלין באהאלטן אונטערן שלייער פון טשערנאבלע מגיד.

אולי ווען ער זאל שרייבן דעם זעלבען אינהאלט געשלייערט מיט מליצות און א קונסטליכע גייסט החרשתי. ווייל דעמאלטס וואלט מען געקענט באטראכטן דעם ארטיקל אלץ א שיין שטיקל ליטעראטור אפגעזעהן צו זיין תוכן איז חומץ אדער יין. ווייל א אמת'ע קינסטלער איז אומשטאנד צו פראדאצירן פון חומץ א דעלאקאט וואס קען זיך פארמעסטן מיט א טייערע וויין. אבער דאס שרייבן אזוי פראסט און מאראמאריש אן קיין קלאס און דיפלאמאטיע און דערצו איז דער תוכן פארזיך שרעקליך איבערגעטריבן אפילו פארן נישט סקווערער ליבהאבער דאס פארלאנגט שוין א שטיקל מחאה מען זאל נישט זאגן מדשמעי ושתקי שמע מינה דניחא להו.

צו שרייבן אז הרב טווערסקי איז א שר הטבחים ווייל א בחור האט אנגעצינדען א פייער. קומט מיר פאר ווי דבורה פעלדמאמס טענה אז אלע מקוה לעדיס זענען לעסביאנען, און הצלה איז א באהאלטענע מאפיא וואס איז ביזי פראטעקטן טאטעס וואס בייסן אראפ פיטום'ס פון זייערע קינדער. ווייל אפילו למתנגדי סקווער האט דער סקווערער צדיק נישט געווארט יענע נאכט- אזוי ווי אבאמא אין ווייט-הויז ביי די בין לאדין אבלאווא- אויף קיין פרייעדיגע בשורה, אז הודו לה' דער ראטנבערג מיט די גאנצע בני בית האבן אפגעברענט און עס איז נישט געבליבן קיין שריד ופליט. ווייל אזויפיל פארשטייען זיי נאך אז אז וואלט געווען די גרעסטע טראגעדיע פאר סקווער. אלזא אראפצואמאלען דעם סקווערער צדיק אלץ מערדער באזירט אויף יענע מעשה איז געווארפען רויך אין די אויגן, כעשן לעיניים.

אזוי אויך די גאנצע טאמבאר פרשה איז לוטה בערפל, גענוי וואס איר מענטאלע סטאטוס איז געווען בעפאר דעם גאנצע געשלעג; און צו די סקווערער צדיק האט געהאט א דירעקטע שייכות דערמיט; און אפילו לאמיר זאגן אז ער האט יא געהאט שייכות איז אויך נאך נישט זיכער צו אן אנדערע שטרענג רעליגיעזע מנהיג וואלט אנדערש געהאנדעלט. הגע בעצמך אז דער טאטע אליין האלט אז דאס איז די טובה פון זיינע עופה'לעך, וואס ווילסטו פון א פרעמדער (קאלטער) רוסשיער אלטער איד.

דאס איינציגסטע וואס איך בין איינשטימיג מיט אייך איז מיט די גניבות און גזילות וואס דער צדיק האט און פירט נאך אלץ אן. אבער דאס קומט נישט אריין דא אינעם טאמבאר פרשה, און דאס קומט אויך נישט מרועי לב. דאס קומט פון אן איבערפלוס פון נחת און קנייענע הארעלעך וואס מען ברויך שפייזן זייערע הונגעריגע מיילעלעך. און פארדעם איז אין דעם הינזיכט נישט קיין סאך בעסער אין מאנראו אדער אנדערע חרדישע סטעיטס.

איך בין תולה אז דאס גאנצע שטיקל איז א -בא לכלל כעס בא לכלל טעות- ארטיקל. אדער אפשר א בחינה פון שנאה( וצער) מקלקלת השורה. אבער א ריכטיגער גדול ווי קטלא וואלט געדארפט בייקומען אזעלעכע שטרויכלונגן. ער וואלט געברויכט פארדעקן זיין פערזענליכע שנאה דאס פייערדיגע האס וואס פלאקערט אין זיין הארץ און שרייבן א באלאנסירטע ארטיקל . די גמרא זאגט ווען נבוכדנצר האט געזינגן שירה איז עס געווען שענער ווי דוד המלך'ס תהילים. עד שבא גבריאל וסטר לו על פיו ומיד נשתתק. פרעגן די בעלי מוסר וואספארא יושר איז דאס? נאר זאגן די בעלי מוסר גבריאל האט געזאט: א גרויסער קונץ אז נבוכדנצר זינגט שירה, ער איז מושל בכיפה, רוכב על ארי, ונחוש כרוך על ראשו, נו, אוודאי זינג זיך שירה. לאמיר זען אז ער וועט כאפן א קליינע פליק אין פיסק וועט די גאנצע שירה פארגיין מיט רויך, וכך הוה. משא"כ דוד המלך האט געזינגן שירה אין די שווערסטע אומשטענדען, און 'דאס' איז די קינץ.

קטלא אזוי זעט אויס ווען מען לייגט אראפ די פעדער פאר א יאר צייט און מען שריייבט נישט. ווייל אז מען לאזט שטיין יין ווערט עס חומץ. און דערנאך האט דאס געשרייבאכטס א טעם פון פארויכערטע עסיג.

דער אשכול פארמאגט 55 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר