טעיפ'ס פון רבי ח.ד. ווייס

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

טעיפ'ס פון רבי ח.ד. ווייס

שליחה דורך זלמן זאפיר »

אויף די גאס קען מען קויפן די קינדער טעיפ אויף אלע סדרות פין רבי ח.ד. ווייס
די טעיפ איז גאר אינטערסאנט
פין איין זייט ווערן די קינדער משוגע איבער טעיפ ס'איז ממש ווי א דראג פאר זיי
פין צווייטע זייט קען עס אן ערוואקסאנע מענטש נישט הערן ממש נאך 5 מינוט הערן דעם טעיפ וויל מען שפירנגען פינעם וואשניגטאן בריזש

וואס איך פארשטיי נישט פארוואס ווערן די קינדער אזוי משוגע פאר דעם טעיפ זיי זענען מוותר אויף אלע מוזיקאלישע טעיפ'ס
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

קינדער לעכצן נאך און אינפארמאציע. רבי ווייס שטאפט זיי אן די קאפ מיט (מיס) אינפארמאציע.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

וועלכע נאך טעיפס איז אינטערסאנט פאר קינדער?
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

יואליש האט געשריבן:קינדער לעכצן נאך און אינפארמאציע. רבי ווייס שטאפט זיי אן די קאפ מיט (מיס) אינפארמאציע.

וואס מיינסטו מיט ״מיס״ אינפארמאציע?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

לעמיל האט געשריבן:וועלכע נאך טעיפס איז אינטערסאנט פאר קינדער?

אלטס קינד פלעג איך א סאך הערען די טעיפס פון ר' לייבל וויינשטאק ע"ה, איך פלעג מיך ממש דערקוויקען, אנגעפאקט מיט אינטערעסאנטע ידיעות און מדרשי חז"ל, נישט ווי רבי' ווייס -יאסעלע פליט- סטייל געהאקטע טעיפס.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
שמיטה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 14, 2012 4:57 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך שמיטה »

רבי ווייס'ס טעיפס זענען זייער אינטרעסאנט און באלערנד. מלא וגדוש מיט ענינים פון די פרשה ויומא דפגרא, און פיל מיט סיפורי ואמונת צדיקים.

פארשטייט זיך אז על טעם וריח אין להתווכח. וועם ס'שמעקט נישט, איז פולקאם בארעכטיגט צו קויפן אנדערע - געשמאקערע - טעיפס.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

משה געציל האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:וועלכע נאך טעיפס איז אינטערסאנט פאר קינדער?

אלטס קינד פלעג איך א סאך הערען די טעיפס פון ר' לייבל וויינשטאק ע"ה, איך פלעג מיך ממש דערקוויקען, אנגעפאקט מיט אינטערעסאנטע ידיעות און מדרשי חז"ל, נישט ווי רבי' ווייס -יאסעלע פליט- סטייל געהאקטע טעיפס.

יאפס מיט די אלע היינטיגע מעשיות איז נאך קיינער נישט איבערגעשפרינגען גוד אולד ר' לייבל וויינשטאק ע"ה, פונקט אזוי ווי אלע היינטיגע חאזעריי קומען נישט צו צו א נאסטאלגישע ר' יו"ט ערליך ע"ה ניגון.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

קארל האט געשריבן:די וועלט זאגט: "נייגער איז דער בעסטער לערער." קינדער זענען געבענטשט מיט א נאטירליכער נייגער, זיי ווילן וויסן און פארשטיין. אין דער וועלט איז איינגעפירט אז מ'רעדט אייביג צו קינדער אויף א העכערן שטאפל ווי זיי פארשטייען, כדי זיי זאלן קונה זיין מער ידיעות און א שטערקערע וואקאבולאר. וויבאלד קינדער ווערן געטריבן דורך זייער נאטירליכן נייגער, טרייבט עס זיי צו וועלן פרעגן און פארשטיין אפילו ווערטער און מושגים וועלכע זיי האבן נישט געוואוסט פריער, און אזוי זענען זיי קונה א סך.
"נייגער" איז אבער נישט קיין זאך וואס ווערט געשעצט ביי חרדישע אידן. די חרדישע געזעלשאפט איז אין דעם לעצטן יובל יארן אין א כסדר'דיגן קאמף פון נייגער ווערסוס באהאלטן אינפארמאציע. נייגער קען צוברענגען אז א קינד זאל חלילה געוואויר ווערן זאכן וואס מ'וויל באהאלטן פון אים. אפילו פראפעסיאנעלע קינדער אלבומס זינגען אזעלכע ניגונים ווי "מ'טאר נישט זיין נייגעריג..."
ביי חרדישע אידן איז שטארק איינגעריסן צו איגנארירן די נאטירליכע נייגער פון א קינד, און אנשטאט מאטיווירן דעם קינד קונה צו זיין מער, לאזט מען זיך גענצליך אראפ צו זיין שטאפל. הרב ווייס איז דער בעסטער דוגמא דערצו. אויף זיינע טעיפס שעמט ער זיך נישט צו זאגן "נעוויירע" אנשטאט "עבירה"; ער רעדט פון דער "מאמע יהודית" אנשטאט די פרוי יהודית; ער דערציילט וועגן "באמבעס" וואס די "טמא'נע גוים" האט גענוצט, אנשטאט געבן פאר די קינדער א שטיקל באגריף וויאזוי מלחמות האבן זיך אמאל געפירט.
אז הרב ווייס פארקויפט זיינע טעיפס קען מען נישט האבן קיין טענות. אז אומוויסנדע מענטשן קויפן זיינע טעיפס קען מען אויך נישט באשולדיגן - רוב מענטשן זענען דאך נישט קלאר באקאנט מיט דעם אינהאלט. אבער אז מלמדים קענען רעקאמענדירן די טעיפס, און זאגאר זיי אנצינדן אין חדר, דאס פארלאנגט א מחאה.



וואלט אוודאי געמאכט סענס דיינע ווערטער ווען ער רעדט ווען צו 6-5 יעריגע קינדער, למעשה רעדט ער צו 3-2 יעריגע קינדער, און אז גרעסערע קינדער האבן אים ליב איז עס נישט זיין שולד.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

איך אויך האט געשריבן: פונקט אזוי ווי אלע היינטיגע חאזעריי קומען נישט צו צו א נאסטאלגישע ר' יו"ט ערליך ע"ה ניגון.

איי עגרי!

נישט אז אלץ בין איך די גיסטע פון ר' יו"ט עהרליך אבער קלאר דאס איז ביי מיר א עיקור, און די אלע אנדערע ניץ איך אמאל פאר א טעמפערערי אינדזשעקאן! אבער געשמאק און וואס ברענג נאסטלאגיע איז יו"ט עהרליך...

כ'האב פרובירט דאס מוריש זיין די קינדער אבער עס גייט דערוויילך נישט... וב"ה עוד חזון למועד
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

נאסטאלגיע איז בכלל נישט קיין זאך וואס מ'קען מוריש זיין, נאסטאלגיע איז דער מענטשנ'ס אייגענע געפילן, דיינע קינדער'ס נאסטאלגיע וועט זיין רבי ווייס צו יאסעלע פליט, וואטעווער זיי הערן.

יו"ט ערליך וועט זיי זיין פונקט גענוג אויף צו חוזק'ן פונעם אלטן טאטן.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
שמעלקא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 04, 2012 12:01 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

שליחה דורך שמעלקא »

קארל האט געשריבן:די וועלט זאגט: "נייגער איז דער בעסטער לערער." קינדער זענען געבענטשט מיט א נאטירליכער נייגער, זיי ווילן וויסן און פארשטיין. אין דער וועלט איז איינגעפירט אז מ'רעדט אייביג צו קינדער אויף א העכערן שטאפל ווי זיי פארשטייען, כדי זיי זאלן קונה זיין מער ידיעות און א שטערקערע וואקאבולאר. וויבאלד קינדער ווערן געטריבן דורך זייער נאטירליכן נייגער, טרייבט עס זיי צו וועלן פרעגן און פארשטיין אפילו ווערטער און מושגים וועלכע זיי האבן נישט געוואוסט פריער, און אזוי זענען זיי קונה א סך.
"נייגער" איז אבער נישט קיין זאך וואס ווערט געשעצט ביי חרדישע אידן. די חרדישע געזעלשאפט איז אין דעם לעצטן יובל יארן אין א כסדר'דיגן קאמף פון נייגער ווערסוס באהאלטן אינפארמאציע. נייגער קען צוברענגען אז א קינד זאל חלילה געוואויר ווערן זאכן וואס מ'וויל באהאלטן פון אים. אפילו פראפעסיאנעלע קינדער אלבומס זינגען אזעלכע ניגונים ווי "מ'טאר נישט זיין נייגעריג..."
ביי חרדישע אידן איז שטארק איינגעריסן צו איגנארירן די נאטירליכע נייגער פון א קינד, און אנשטאט מאטיווירן דעם קינד קונה צו זיין מער, לאזט מען זיך גענצליך אראפ צו זיין שטאפל. הרב ווייס איז דער בעסטער דוגמא דערצו. אויף זיינע טעיפס שעמט ער זיך נישט צו זאגן "נעוויירע" אנשטאט "עבירה"; ער רעדט פון דער "מאמע יהודית" אנשטאט די פרוי יהודית; ער דערציילט וועגן "באמבעס" וואס די "טמא'נע גוים" האט גענוצט, אנשטאט געבן פאר די קינדער א שטיקל באגריף וויאזוי מלחמות האבן זיך אמאל געפירט.
אז הרב ווייס פארקויפט זיינע טעיפס קען מען נישט האבן קיין טענות. אז אומוויסנדע מענטשן קויפן זיינע טעיפס קען מען אויך נישט באשולדיגן - רוב מענטשן זענען דאך נישט קלאר באקאנט מיט דעם אינהאלט. אבער אז מלמדים קענען רעקאמענדירן די טעיפס, און זאגאר זיי אנצינדן אין חדר, דאס פארלאנגט א מחאה.


אויף עפעס ביסטו ברוגז און דו זאטעלסט עס אן אויף "רבי ווייס" ווי די קינדער רופן אים.

זיינע קאסעטן זענען מלא וגדוש מיט ידיעות און מדרשי חז"ל וואס פילט אן דעם קאפ פון קינדער, און איבער דעם האט ער א וועג פון עס אריין לייגן געשמאק אין זיינע ווערטער נישט ער זאל זיך דארפן אפגעבן מיט יעדע זאך באזונדער נאר ווי איין לאנגע קייט, און דערין שלינגט זיך מיט סיי תורה'דיגע ידיעות און סיי אסאך פראקטישע ענינים וואס ער געט צו פארשטיין פאר די קינדער.

(נישט פארבינדן דווקא מיטן ערשטן פאגראגראף) פארהאן גאר מלמדים וועלכע זענען אויפגעברויזט אז מען געט פאר קינדער צו הערן זיינע טעיפס ווייל זיי האבן דערנאך גארנישט וואס צו פארציילן אין חדר פון די פרשה אדער בעפארשטייענדן יו"ט. נאכן הערן זיין טעיפ ווייסן די קינדער אסאך מער ידיעות איבער די סדרה און יו"ט ווי זייער מלמדים זעלבסט.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

ר' ד. ח. ווייס איז די ריכטיגע נאמען
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך קאמפיאטער »

קודם ער הייסט רבי ד. ח. ווייס.

קארל האט געשריבן:די וועלט זאגט: "נייגער איז דער בעסטער לערער." קינדער זענען געבענטשט מיט א נאטירליכער נייגער, זיי ווילן וויסן און פארשטיין. אין דער וועלט איז איינגעפירט אז מ'רעדט אייביג צו קינדער אויף א העכערן שטאפל ווי זיי פארשטייען, כדי זיי זאלן קונה זיין מער ידיעות און א שטערקערע וואקאבולאר. וויבאלד קינדער ווערן געטריבן דורך זייער נאטירליכן נייגער, טרייבט עס זיי צו וועלן פרעגן און פארשטיין אפילו ווערטער און מושגים וועלכע זיי האבן נישט געוואוסט פריער, און אזוי זענען זיי קונה א סך.
"נייגער" איז אבער נישט קיין זאך וואס ווערט געשעצט ביי חרדישע אידן. די חרדישע געזעלשאפט איז אין דעם לעצטן יובל יארן אין א כסדר'דיגן קאמף פון נייגער ווערסוס באהאלטן אינפארמאציע. נייגער קען צוברענגען אז א קינד זאל חלילה געוואויר ווערן זאכן וואס מ'וויל באהאלטן פון אים. אפילו פראפעסיאנעלע קינדער אלבומס זינגען אזעלכע ניגונים ווי "מ'טאר נישט זיין נייגעריג..."
ביי חרדישע אידן איז שטארק איינגעריסן צו איגנארירן די נאטירליכע נייגער פון א קינד, און אנשטאט מאטיווירן דעם קינד קונה צו זיין מער, לאזט מען זיך גענצליך אראפ צו זיין שטאפל. הרב ווייס איז דער בעסטער דוגמא דערצו. אויף זיינע טעיפס שעמט ער זיך נישט צו זאגן "נעוויירע" אנשטאט "עבירה"; ער רעדט פון דער "מאמע יהודית" אנשטאט די פרוי יהודית; ער דערציילט וועגן "באמבעס" וואס די "טמא'נע גוים" האט גענוצט, אנשטאט געבן פאר די קינדער א שטיקל באגריף וויאזוי מלחמות האבן זיך אמאל געפירט.
אז הרב ווייס פארקויפט זיינע טעיפס קען מען נישט האבן קיין טענות. אז אומוויסנדע מענטשן קויפן זיינע טעיפס קען מען אויך נישט באשולדיגן - רוב מענטשן זענען דאך נישט קלאר באקאנט מיט דעם אינהאלט. אבער אז מלמדים קענען רעקאמענדירן די טעיפס, און זאגאר זיי אנצינדן אין חדר, דאס פארלאנגט א מחאה.

קארל איך מעג מיר קריגן מיט דיר? ניין איך פרעג נישט ווייל איך גיי מיר במילא קריגן.
די זאגסט אז ער געט נישט קיין באגריף ווי אזוי מלחמות זעהן אויס. ער דארף זיי מסבר זיין די חילוק פין רעפאבליקענ'ס אין דעמעקראטען אויך? זיין מהלך איז רעדן צים קינד זיין שפראך אין אים אויסלערנען ווי מער זאכן וואס ער ווייסט נישט.
וועסט פרעגן יעדע קליינע נערסערי יונגעל וואס מיינט טרערן?? וואס מיינט א שיכור? ער וועט דיר נישט וויסן וואס צי ענפערן, אזא רבי ווייס וועט זיך אראפ לאזן צי אזאלעכע קליינע זאכן מסבר זיין. טרערן איז אזאליכע זאלציגע ווא......... א שיכר מיינט ווען איינער טר.........
ווי האלסטי ביי מלחמות ווען זיי ווייסען נישט וואס עס מיינט טרערן? א שיכור? א שופר? ביי יעדע יום טוב איז ער מסבר וואס מער עס איז שייך.
וואס איז טענה מיט "נעוויירה"? מיט וואס פימקטלעך דארף ער זיך שעמען?
איך האב איין לימוד זכות אויף דיר קארל אדער ביסטי געפערלעך קליג אין די קענסט דיר שוין נישט אראפ לאזן צי קיין קליינע קינדער וואס דאס איז א געוואלדיגע פעלער (וואס דעי מעלה האט רבי ווייס עקסטרים אין וועגן דעם טאקע איז ער אזוי אויפגעכאפט), אדער ביסטי נישט באשאנקען געווארן מיט קיין קליינע.
actually; i'm using my blackberry more than my computer
באניצער אוואטאר
ראש המדברים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 02, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך ראש המדברים »

DotCom האט געשריבן:נאסטאלגיע איז בכלל נישט קיין זאך וואס מ'קען מוריש זיין, נאסטאלגיע איז דער מענטשנ'ס אייגענע געפילן, דיינע קינדער'ס נאסטאלגיע וועט זיין רבי ווייס צו יאסעלע פליט, וואטעווער זיי הערן.

יו"ט ערליך וועט זיי זיין פונקט גענוג אויף צו חוזק'ן פונעם אלטן טאטן.


אין זייער אסאך תלמוד תורה'ס לערנט מען די לעצטערע יארן מיט די קינדער די זיסע נאסטאלגישע ניגונים פון הרב יו"ט ערליך, און דער פארלאנג פאר דעם איז גאר גרויס ווען קינדער בעטען פון די עלטערן צו קויפן אלע סידי'ס ווען נישט דער פרייז וואס ס'קאסט וואלטן אסאך אידישע שטובער און קאר'ס ארויס געזינגען די נאסטאלגישע ניגונים פון די גליקלעכער אמאל, און א שאד אז דער פרייז איז אזוי הויך.

און צום נושא פון דוד חנני' ווייס, זיינע טעיפ'ס איז מלא וגדוש מיט מדרשי חז"ל איך האב גפרעגט מיין קינד פארוואס ער האט עס אזוי ליב האט ער מיר גענפערט אז ער האט עם מסביר שווערע זאכן למשל זאגט ער מיר ווען ער איז געווען 3 יאר האט ער נישט פארשטאנען ווען זיין רבי האט דערציילט א מעשה מיט א שווערד ווען ער האט צום ערשטען מאל גהערט ר' דוד חי"ת ווי מ'רופט עם האט ער מסביר געווען אז דאס איז א זאך וואס מיט דעם פלעגט מען אמאל הרגנען מענטשען און אזוי איז דא צענדליגער אויב נישט הונדערטער משלים.

ער האט נאך א מעלה אז ער רעדט ממש אויפ'ן לעוול פון א 3-5 יעריגער קינד און דאס מאכט דעם קינד פילן אז איינער וואס פארשטיי עם רעדט צו עם, אבער די אלע אנדערע טעיפ'ס איז שוין נאכגעמאכט פון עם און מיינע קינדער גלייכען עס נישט, נישט יאסעלע פילט נישט א בליק אין..... נישט די אלע אנדערע

לגבי וויינשטאק'ס טעיפ'ס דאס איז שוין פאר גרעסערע קינדער פון 6-7 און ארויף אזוי ווי אלף בית וועלט און שמע בני טעיפ'ס אבער נישט פאר 3-5 יאר
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

מיינע אינגלעך זיצן אויף וייס'עס טעיפס, און קענען זיך נישט אפרייסן
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

רחד''וו טעיפס זענען זייער תוכנפול
עס לייגט אריין אסאך אין די קינדער אויף זייער א גיטע וועג

פאר די פראפעשענעל קינדער טעיפס איז עס א שטארקע קאמפעטישאן
ער פארציילט אין לאנטש רום פאר די קינדער אין מען פארקויפט עס פאר 2 דאללער
אין די צייט וואס זיי דארפן אריינלייגן ממון ודמים אין יעדע טעיפ, אין זיי מאכען אזא שווערע דאללער דערויף
אין דאך זענען דא אסאך קינדער וואס וואלטן ענדעש געבעטן די נישט פראפשענל טעיפ פין רבי ווייס ווי די פראפעשנאל טעיפ
פארפארלען ער מאכט א גיטע זשאב

אגב, איך האב לעצטנס די ערשטע מאל באגעגנט רחד''וו
איך האב געמיינט איך וועלט טרעפן אזא פרייליך יודל, אויפן סטייל ווי ר' זושא שמעלצער
אין פאקט האב איך באגעגענט א ערנסטער אינגערמאן וואס איז מלא וגדוש מלא תוכן
אין איך הער אז מען האט אים לעצטנס אויפגענומען אלס מנהל אין קרית יואל
אין די מלמדים האלטן זייער פין אים, ער פארשטייט גאר גיט אן עסק
אין ווען מען שמיעסט מיט אים קען מען נישט דערקענען אז מען רעדט צו 'רבי ווייס' פין די טעיפ

ווייסט איינער וועמענס זון איז ער וועמענס איידעם?

Sent on the Sprint® Now Network from my BlackBerry®
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

קלאר האט געשריבן:ווייסט איינער וועמענס זון איז ער וועמענס איידעם?

זון פון ר' הילל ווייס (מקוה איד קיט"ל מהר"א אין קרית יואל), און איידעם פון ר' יושע ארי' גרינוואלד.
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

שמואל הלוי האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:ווייסט איינער וועמענס זון איז ער וועמענס איידעם?

זון פון ר' הילל ווייס (מקוה איד קיט"ל מהר"א אין קרית יואל), און איידעם פון ר' יושע ארי' גרינוואלד.


יש''כ


Sent on the Sprint® Now Network from my BlackBerry®
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
kliger
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

שליחה דורך kliger »

anybody with a picture?
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

קארל האט געשריבן:אה, הייסט זאגן "נעוויירע" איז דיין ווערסיע פון זיך אראפלאזן צו קליינע קינדער?


אויב אין מאנדראו רעדעווען אזוי די קליינע קינדער, יא, הייסט דעס אראפגעלאזט.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

די קליינע קינדער רעדן אזוי ווייל די מלמדים לאזן זיך אראפ צו זיי אזוי.
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

לאדיך אפ האט געשריבן:די קליינע קינדער רעדן אזוי ווייל די מלמדים לאזן זיך אראפ צו זיי אזוי.


סנישט אזוי, ווייל קליינע קינדער האבן אזא עקסענט, די עלטערע וואס לאזן זיך אראפ טרייען זיי נאר נאכצומאכן, אבער אפילו ווען יא איז אויך נישט געפערליך, ווילאנג מ'וואקסט עס אויס זעה איך נישט קיין פראבלעם.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
zamel
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 101
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 2:24 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך zamel »

DotCom האט געשריבן:
לאדיך אפ האט געשריבן:די קליינע קינדער רעדן אזוי ווייל די מלמדים לאזן זיך אראפ צו זיי אזוי.


סנישט אזוי, ווייל קליינע קינדער האבן אזא עקסענט, די עלטערע וואס לאזן זיך אראפ טרייען זיי נאר נאכצומאכן, אבער אפילו ווען יא איז אויך נישט געפערליך, ווילאנג מ'וואקסט עס אויס זעה איך נישט קיין פראבלעם.


גראדע קען איך אפאר קינדער פון א געוויסע משפחה וואס רוב פון זייער ווערטער לעקסיקאן איז פארדרייט און קינדיש נאר ווייל די מאמע פלעגט כסדר רעדן צו זיי אויף דעם וועג
פארשפארט