נבלה נעשה בסקווער - נישט צולאזען חברים צו לוויה פון א חבר

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

ס'וואלט כדאי געווען צו זען די רעאקציע פון א פאטער צו זיין קינד'ס גיין OTD אין די דמיון פון א שפאנישער שרייבער א יובל נאכן גירוש ספרד.

Don Quixote translated by John Ormsby, Chapter XLI
"Do not trouble thyself by asking thy daughter Zoraida so many questions, senor, for the one answer I will give thee will serve for all; I would have thee know that she is a Christian, and that it is she who has been the file for our chains and our deliverer from captivity. She is here of her own free will, as glad, I imagine, to find herself in this position as he who escapes from darkness into the light, from death to life, and from suffering to glory."
"Daughter, is this true, what he says?" cried the Moor.
"It is," replied Zoraida.
"That thou art in truth a Christian," said the old man, "and that thou hast given thy father into the power of his enemies?"
To which Zoraida made answer, "A Christian I am, but it is not I who have placed thee in this position, for it never was my wish to leave thee or do thee harm, but only to do good to myself."
"And what good hast thou done thyself, daughter?" said he.
"Ask thou that," said she, "of Lela Marien, for she can tell thee better than I."
The Moor had hardly heard these words when with marvellous quickness he flung himself headforemost into the sea, where no doubt he would have been drowned had not the long and full dress he wore held him up for a little on the surface of the water. Zoraida cried aloud to us to save him, and we all hastened to help, and seizing him by his robe we drew him in half drowned and insensible, at which Zoraida was in such distress that she wept over him as piteously and bitterly as though he were already dead. We turned him upon his face and he voided a great quantity of water, and at the end of two hours came to himself.

Lela Marien is מרים הקדושה
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
תלמיד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:25 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך תלמיד »

די עןלם ווייסט אז די איסור שטייט אין די פרשה פין נח
א גוט שבת ראש חודש
קעגן די נעט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 31, 2013 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך קעגן די נעט »

אוי טאטעניו אין הימל וואו איז שליח ווען מדארף אים ? ער איז דער איינציגסטער וואס קען שטעלן א שטיקל באלאנס פאר אונזער ראדיקאלן לעיקוואד שליט"א. און אגב, מיר האבן דא עטליכע אייגענע או. טי. די. ס וואס זענען כלל נישט איינשטומיג מיט לעיקוואד והמקרא הזה אומר דרשוני!
איך בין מוחה!!!
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

John Doe האט געשריבן:
diff האט געשריבן:Meaning it disturbs you - understood


Learn to use the quote button. It helps the reader understand what the mitzvah you're talking about.


Its a mitzvah for all lisnoe et harasha, for a father - leyaser ulchanech and for B'din to punish
Again, most laws of torah only protect those who keep it (amcha)
באניצער אוואטאר
מאנדלבאום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 10:25 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך מאנדלבאום »

קעגן די נעט האט געשריבן:אוי טאטעניו אין הימל וואו איז שליח ווען מדארף אים ? ער איז דער איינציגסטער וואס קען שטעלן א שטיקל באלאנס פאר אונזער ראדיקאלן לעיקוואד שליט"א. און אגב, מיר האבן דא עטליכע אייגענע או. טי. די. ס וואס זענען כלל נישט איינשטומיג מיט לעיקוואד והמקרא הזה אומר דרשוני!

באלאנסירן איז מעגליך ווען ס'גייט א טענה מול טענה, א ווארט קעגן א ווארט, מעג זיין שטרענג הויעך און אפילו שארף, אבער מען האנדלט א משא מתן ארום אן ענין.
ווען איינער גרייזט לדעת דעם אנדערן איז דא א וועג מוכיח זיין אמאל גרינגער אמאל שווערער.
מאכט זיך אויך אמאל ווען איינער איז נישט עונה ממין הטענה, כגון טענו חיטים והודו לו בשעורים, אויך דאן איז מעגליך צוריק ברענגען דעם צד השני אויף די רעלסן און ממשיך זיין דעם משא ומתן.
אבער, ווען איינער ענטפער נישט שלא ממין הטענה, נאר ער אנטלויפט אינגאנצן למחוז אחר, ועל אמרו "טענו חיטים, והודו לזכר קדשו"... עס ווערט ענג הייבט מען אן שיסן דברים שלא ממין הענין, דעמאלט איז קיין אויסזיכט אויף באלאנס נישט דא.

און היצט "קעגן די נעט",
ביטע שעהן, גייט צוריק כמה עמודים און זעהט וואס גייט פאר, צד אחד שטעלט אוועק טענות (יא גערעכט נישט גערעכט נישט קיין נפק"נ), צד שני טרייעט אפשטופן, ווען עס גייט נישט, געשעהט וואונדער...
איר וועט נישט גלייבן וואס איר זעהט...

אני הקטן, בין זיך מונע צו האנדלען ווען איך זעה אז דער צד השני ענטפערט נישט לגופו של ענין, זאל ער בלייבן גערעכט...
אכשיר דרא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 7:59 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

פארוואס זאל מען נישט אפפארען?

שליחה דורך אכשיר דרא »

לעיקוואד און זיינע חולקים
איר טענה'ט זיך אהין און צוריק, מען קייעט אהין און צוריק און מען קומט אין ערגעץ נישט אן

לאמיר פראבירען צו מאכען אביסעלע סדר דא
דאס אז א קינד טוט נישט א גוטע זאך, זה כולם מודים אז ער ברויך צו ווערען באשטראפט, און אויב טוט ער זייער א גרויסע עבירה דארף ער באקומען זייער א גרויסע שטראף, דאס פארשטייט יעדער
נו, לכאורה איז זייער פארשטענדליך אז די אלע הפקר יונגען וואס האבען אפגעלאזט אידישקייט דארפען ווערען זייער "שטרענג" באשטראפט לפי רוע מעלליהם,

אבער איין פראבלעם איז דא דערמיט,
ווי קענסטו זיי גיין שטראפען ווען זיי האבען זיך נאר געלערנט פון א צווייטען וואס טוט אסאך אן ערעגערער עבירה, און קיינער זאגט נישט קיין ווארט, נאכמער יענער באקומט אסאך כבוד דערפון,

לאמיר אייך ערקלערען וואס איך מיין
א בחור וויל גיין שלאפען ביינאכט, ער האט א תאווה כלשהי, עפעס ברענט אים און ער שלאגט זיך מיט זיין יצר אהין און צוריק
א מיידעלע ווערט איבערגערעדט דורך איינעם, איר נשמה וואקעלט זיך צוריק און אהין, פון איין זייט ליגט דער תאוות היצר און די צווייטע זייט ליגט דער ציווי ה'
זיי ווייסען נישט וועמען צו אקצעפטירען,
נו, וואסדזשע טוט מען? האט מען דאך אלעמאל אויסגעלערנט אז מען קוקט וואס די גדולים טוען, זיי זענען די ביישפיל,
און דאס איז טאקע די חורבן, זיי קוקען ארויף צום אויבענאן און באטראכטען דעם רבי'ן שליט"א דער צדיק וקדוש, ווי אזוי ער האנדעלט אין א שוואכע מינוט, ווי אזוי ער ביהעיווט ווען "זיין יצר" דרייט אים די קאפ
"מחלוקות" איז אויך אן עבירה, און לשון הרע, רכילות, גניבה, שקרים, שלאגען אידען, די אלע זענען "זייער" הארבע עבירות וועלכע זענען אזוי הארב אז אטע דאס אזי די ארוזאך פון אונזער לאנגע גלות, (כאטש פארשידענע ניקס דא פראבירען דאס צו באפארבען ווי א מצוה גדולה גאר)
זיי זעען אז כאטש דער רבי ווייסט זייער גוט אז "לא חרבה ישרולים אלא על שנאת חינם", און דאס איז די הארבסטע פון די הארבסטע, דאך ווען עס קומט ווען דער רבי ברויך צוצוטיילען זיין "קעיק" מיט זיין ברודער אדער נעפיו, וויאזוי פירען זיי זיך אויף? אויף וויפיל עבירות איז דער רבי מוכן עובר צו זיין בשאט נפש, אן קיין טראפקעלע גילטי פילינגס, זיי זייען אן שנאה און ביטערע מחלוקות, וועלכע "די אידישע תורה און אידישע גאט" לאזט נישט טוען!
נו וואס זאל דער בחור טראכטען, וואס זאל דאס מיידעלע טראכטען?
מיין רבי, דער קודש הקדשים דער "אמת'דיגער" ממשיך דרכו, וכו' אלע ב"ש, זיי, ווען זייער יצר צושפיעלט זיך, האבען זיי רעכט זיך צו לאזען פירען, און טוען "אלעס" וואס ער יצר שלאגט פאר, זיי זענען גרייט אפילו צו טוען מער פון וואס ער פאדערט! דער רבי מעג עובר זיין אויף אלעם, נו פארוואס מעגען אונז נישט טוען וואס דער יצר וויל, וואס ווייל מיר זענען נישט קיין "ממשיך דרכו"?

מילא, קען מען די אפגעפארענע חברה נישט בלעימען, מען קען זיי נישט מרחק זיין, ווייל אויב הייבט מען אן צו מרחק זיין צו מנדה זיין, נעמט אייך קודם צו די גרויסע צדיקים, וואס זענען גרייט אונטערצוצינדען מענטשן לעבעדיגערהייט, לרצוח נפש בזדון, אדער צו אנדרייען שלעגערייען אין די גאסען, אזאש מיר זעען שוין אויס ארגער ווי די לאגע אין ירושלים פארען חורבן (וואס דארט האבען אויך אלע פראקציעס געהאט "גערעכטע טענות" אבער מחולקת זענען געווען? איז די חורבן אויך געווען!)

דעריבער ווען עס געשעט ליידער א מעשה ווי כנ"ל, דאן האבען מיר צוויי ברירות, אדער אנהייבען עוקר זיין דעם מלכיות הרשעה, אדער אז מען שווייגט ביי די "ממשיך דרכו" זאל מען זיכער פארשליסען דאס פיסק ביי די קינדער וואס זענען זיך נישט גובר זייערע פריוואטע יצרים
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מאנדלבאום האט געשריבן:און היצט "קעגן די נעט",
ביטע שעהן, גייט צוריק כמה עמודים און זעהט וואס גייט פאר, צד אחד שטעלט אוועק טענות (יא גערעכט נישט גערעכט נישט קיין נפק"נ), צד שני טרייעט אפשטופן, ווען עס גייט נישט, געשעהט וואונדער...
איר וועט נישט גלייבן וואס איר זעהט...

אני הקטן, בין זיך מונע צו האנדלען ווען איך זעה אז דער צד השני ענטפערט נישט לגופו של ענין, זאל ער בלייבן גערעכט...

אבי מ'זאגט אז קיינער ווערט נישט איבערצייגט? אט זעהט, מאנדעלבוים האט געטוישט זייטן.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

יאנקל איר ווייסט ווער האט אוועקגענומען די קינדער? דער סעקולארער שופט. זי האט פרובירט זעלבסטמארד נאך פארן גט און איז פארשטענדליך נישט געווען מסוגל צו האבן די קינדער. אין פאקט דער שופט האט נאר ערלויבט סופערווייזד וויזיטעשאן פאר א סיבה. ווארפן באשולדיגונגען פאר מען ווייסט קלארע פאקטן איז נאריש און שעדליך.
גורן האט''ד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

סיכום האשכול - חלק א

שליחה דורך גורן האט''ד »

מ'האט אביסעל גערעדט דא וועגן צו דא איז א בחינה פון טענו בחיטים והודו לו בשעורים, אדער גאר טענו בחיטים והודו לו בזכר קדשו, בין איך אביסעל אריבער דער אשכול, און זיך פארצייכענט פאר מיר בקיצור נמרץ די עיקרי פונקטען און טענות. דערווייל האב איך נאר מסכם געווען די ערשטע זעקס בלאט, ועוד היד נטויה.


לעיקוואד האט געשריבען אן הודעה וועגן דעם וואס איז לדעתו א 'נבלה' אז מ'האט נישט געהעריג מודיע געווען און צוגעלאזט חברים צו די לוויה פון זייערס א חבר'טע. דאס זענען בקיצור די פונקטן פון זיין הודעה:
(1) נארמאל מענטשליך איז א לוויה א צייט ווען מ'לייגט חילוקי דעות אין א זייט.
(2) עס איז אומרעכט אז די וואס האבען איינעם גע'רודפ'ט זאל פלוצלינג ווערן בעל הבית, ווידער די חברים איר ווערן מרוחק.
(3) אין אנדערע, אפילו גאר חסידישע ענליכע פעלער, האט מען זיך געפירט פיל שענער.
(4) א בקשה נישט אריינצימישען דא די פרעזענליכע נושאים. (דהיינו: איר מצב הנפשי, די קאסטידי פראבלעמען, וכו',).

יעצט לאמיר זעהן בקיצור נמרץ וואס דער עולם האט גענטפערט אויף דעם, און ארום וואס מען האט זיך געטענה'ט רוב אשכול. אן נעמען דעות אין די אלע שאלות, פשוט מסכם זיין וואס זיי זענען. און זאל יעדער אליינס מחליט זיין וויאזוי דאס זעהט אויס.

1: דאס זענען נאר פעיסבאק חברים, נישט אמת'ע חברים (הערשל ציג, היימישער ליטוואק).
2: זיי האבען געוואלט מאכען א פראטעסט (היימישער ליטוואק, חקרן, לכבוד שבת קודש).
3: זי וואלט געדארפט שרייבען א צוואה (outspoken).
4: די חברים זענען געשטאנען מיט הוזען און געקייט פרעצעלס (קיין ניק).
5: גייסט סייווי קיינער איבערווייזען (מורנו הרב).
6: די תורה זאגט אוועקנעמען קינדער (העלא, נהורא נפישא רעדט אויך וועגן דעם שפעטער) (וואספארא שייכות האט דאס מיט דער אשכול בכלל?)
7: פארוואס האבען די חברים נישט געהלפען אין איר דעפרעסיע (יאיר). א גאנצער שמועס וועגן סאיסייד, וויאזוי עס יא און נישט צו טוהן.
8: לעיקוואד איז א רוקד על הדם וואס האט פיינט ערליכע אידען (איך אויך)
9: אנדערע ניקס, אפילו אוטידיס, האלטען נישט ווי עם (איך אויך). אנדערע טענה'ן אז לעיקוואד מעג יא האבען א מיינונג (יכול להיות).
10: סקווער איז שרעקליך (בערלבעלעגלה)
11: הא הא טויט אלע שונאים (מנשה לוסטיג). א גאנצע בלאט אוועק וועגן מנשה לוסטיג, זיינע קללות, ריקודים, און די חילוק פון פוד סטעפס, פוד סטעמפס, און פוט סטעפס.
12: די חברים זענען שולדיג אין איר סאיסייד (נצבד)
13: אין אנדערע מקומות וואלט מען אזוי געטוהן? גור (עוד מישהו), סאטמער (איחוד). (דאס האט לעיקוואד אנגערירט אין נקודה 3)
14: קאמפלימענטען לעיקוואד (סטארבוקס, געפילטע פיש).
15: לאמיר טיילען משניות לעילוי נשמתה: (נולד מאוחר). יעצט גייט אוועק א בלאט ווי יעדער איינער טרעפט די פרקים מיט די ראשי תיבות פון דער נפטר, אנטשולדיגס, די פרק וואס גיט ארויס זייער דעה איבער דער נושא. גאנץ זיס.. אבער מיט'ן נושא האט עס ווייניג.
16: די לוייה איז בכלל נישט געווען אין סקווער (שעפטל, והודה לו לעיקוואד) (איינער פארשטייט למאי נפק"מ? עס איז א מצווה התלויה בארץ דאס?)
17: ענדליך שרייבט יואליש אביסעלע דברים של טעם בנוגע די צומישעניש, און פארשטיין די זאך פון די פארשידענע פערספעקטייוען וואס פארשטיין זיך נישט איינער מיט'ן צווייטען. דענקער איז אויך מסביר אביסעל, ביז עס ווערט אגאנצער טומל א מחלוקת במציאות. לעיקוואד איז מציע מ'זאל שטעלן אן עסקן א פארמיטלער בין אט"ד ובין החסידים.
18: א וויכוח אויב עס קומט קרעדיט פאר די ספק פרעצעל ספק פאפקארן קייער פאר'ן זיך יא אדער נישט אנטוהן קאפלעך.
19: איינער וואס פארט אפ דארף מען שיקען לחיים ולשלום (קאך לעפל) (לכאורה די ערשטער וואס רעדט בכלל אריין אין די עיקר נושא, כאטש פון זיין פערספעקטייו)
20: outspoken האט עפעס א וויכטיגע מעלדונג פאר זיינע אט"ד ברודער און שוועסטער.
21: א סוגיה להלכה וועגן מאבד עצמו לדעת, עס פליען חתם סופר'ס, בשמים ראש'ס, חדש אסור מן התורה'ס, דיני ממזרים, אב זקן'ס, און נאך. ממש א ריתחא דאורייתא.
22: שושן פורים איז פארנומען מברר זיין אויב אט"ד גלייבען אין השארת הנפש, און אויב זיי מאכען אמאל פתיחת הארון.
23: א ספק וועגן וואס הייסט חסד של אמת, און די חילוק פון די סקווערע ביז די באראפארקע (אכשיר דרא)
24: די משפחה איז שולדיג, ניין סקווערער רבי איז שולדיג, ניין די רבי און די משפחה איז איינס (בעלעגלה, גורן האט"ד).

איין זאך איז זיכער פון דער סיכום, מיר האבען דא גאונים, גמרא קעפ, עוקרי הרים וטוחנם זה בזה, מקשר זיין יע"ל קג"ם לויט שכר מצווה בהאי עלמא איז נאר א דוגמה אויף די אופן ווי עס פירט זיך דא די סוגיא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום גורן האט''ד, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

יאנקל זיכער נישט האבן צוטריט צו אייגענע קינדער קען פירן א מענטש לעזעזל. די וועלט איז זייער א טרויעריק פלאץ מענטשן ליידן א גיהנם און קיין יושר איז נישטא. מיינט נישט אז מען קען טייטלען מיטן פינגער אז איינער איז שולדיק אויף אלע צרות. וואס דא איז פארגעקומען ווייסן מיר פשוט נישט די פאקטן, זענען אבער אויפגעשפרונגען די גורני האט"ד ווי געהעריקע חסידים שרייען סקווער זענען מערדער. אין זו הדרך דאס איז אף די דערעך.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

גורן איז ריזיק. מאכט א בדחנות פונעם גאנצן סומאטוכע און ברענגט א שמייכל אויף די לעפצן. קען קוים ווארטן אויף חלק שני.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

בן תמליון האט געשריבן:יאנקל איר ווייסט ווער האט אוועקגענומען די קינדער? דער סעקולארער שופט.

ווען אן אייגען טאטע קומט עדות זאגן אז זיין טאכטער איז א סכנה פאר אירע קינדער וואלסטו עם נישט געגלייבט? וואלסט דען געטראכט אז ביי דעם איד איז וויכטיגער זיין אייניקליכ'ס רעליגיע ווי זיין טאכטערס וואוילזיין?
בן תמליון האט געשריבן:זי האט פרובירט זעלבסטמארד נאך פארן גט און איז פארשטענדליך נישט געווען מסוגל צו האבן די קינדער.
וואס האט איינס מיט'ן צווייטן? פרעג דיך נאך ביי פראפעסיאנאלן, מענטשען וואס פראבירן זעלבסט מארד זענען זעלטן א סכנה פאר אנדערע, און קענען זיין העכסט נארמאלע מענטשען אין טאג טעגליכע לעבן.
בן תמליון האט געשריבן: אין פאקט דער שופט האט נאר ערלויבט סופערווייזד וויזיטעשאן פאר א סיבה.
עיין לעיל
בן תמליון האט געשריבן: ווארפן באשולדיגונגען פאר מען ווייסט קלארע פאקטן איז נאריש און שעדליך.

איך ווייס נישט צו וועם דו באציסט זיך דא, וועלכע באשולדיגען? די באשולדיגן די אט"ד אין וועלן מאכן א פראטעסט ביים לויה? אדער באשולדיגן מרת טאמבור ע"ה אין זיין גייסטליך צורידערט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

זינט זי האט געכאפט איר ערשטע סנעפ, פורים אינדערפרי מיט עטליכע יאר צוריק, איז זי מער קיינמאל מער נישט געווען געהעריג [איך וואונדער זיך אויפן בילד מיט מוטי ווייס, ווי נארמאל זי קוקט דארט אויס] ווייל איך פלעג איר באזוכן כסדר, אין וועסטשעסטער קארנעל, און זי איז באצייכענט געווארן אלץ מסוכן צוזיין אין פאבליק, ס'מיר אפילו געווען א חידוש וויאזוי זי איז ארויס אויף דערפריי.
ווייל זי האט ממש וועכענטליך געהאט איבעררייסן.
איך פאר מיר, האלט, אז די טראגעדיע לבסוף האסט פאסירט, אז זי האט אויפגעהערט נעמען די מענטאלע קענדיס, און ממילא פון דארט און ווייטער איז א גליטשער צום תהום
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

געפילטע, איינער וואס איז סועסיידל איז נישט שעדליך? און איז אויך אין פאזיציע צו האדעווען קינדער? איר מאכט א לצה?

יאנקל, אז מיר אלע וואלטן געהאט צוטריט צו די געריכט דאקומענטן וואלטן מיר געקענט זאגן א מיינונג אויב מען האט בארויבט אירע קינדער שלא ביושר, ועד אז המשכיל ידום.
גורן האט''ד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

סיכום האשכול- חלק ב

שליחה דורך גורן האט''ד »

שוין, אז בן תמליון בעט אזוי שיין, עלמיר גיין אביסעלע ווייטער. מעגליך אז געוויסע טענות חזר'ן זיך איבער, אויך מיין מוח קען נישט געדענקן אזויפיל עקסטערע טענות און חילוקים. אין דער חלק וועל איך זיין ערלויבען זיין אביסעל מער הומאריסטיש, נאך אלעס, ווי לאנג קען מען זיצען און ערליך פארצייכענען נקודות..

המשך 24: ניין, דער טאטע איז גאר א מנהל אין סאטמער (גאנצל).

25: העלא מיט הוגה דינגען זיך וואס טוהט זיך מיט איר נשמה אין עולם העליון. אינטרעסאנט ביידע האבען שוין פארגעסן וויפיל משניות מ'האט צוגעזאגט פאר איר נאר אפאר בלאט צוריק.
26: diff שרייבט אפאר אומפארשטענדליכע שורות אויף ענגליש, כמנהגו. ליידער קען איך נישט די שפראך, אבער אז זר זהב לייקט עם ווייס איך שוין ער האט נישט מחזק געווען די ארונים.
27: מאנדלבוים חזר'ט איבער קאך לעפל'ס נקודות בערך, ער האט שוין געטראפען עפעס א קשר צו איי-וועלט.
28: עס טוהט זיך ארטיקלעך אין פארווערטס, טאבלעט מאגאזין, וויינעט, הארץ, און נאך, לינקס ווערן סערווירט דורך אונזער גוטהארציגער ראשעקאל. א מחלוקת במציאות וועגן עפעס א קעיס וואס הערשל ציג קען און דער הארץ שרייבער אויב איז אזוי געווען אדער נישט. נישט שיין אז מ'דינגט זיך אין פאבליק אויף א פרשה אן געבן פאר דער עולם די דעטאלען און די מעגליכקייט אריינרעדן.
29: שמעקעדיג איז משלב זיין אהבה פאר טעכאנאלגיע מיט זיין אהבה ארויסהעלפען מענטשען, און לינקט צי אפאר עצות פאר די וואס פלאנען אראפצוטאנצען פון בריק וויאזוי אויסצומעקן זייערע אונליין אקאונטס קודם. אן זיין א גיק, איז לכאורה די פשוט'סטע אננעמען outspoken'ס עצה און שרייבען א צוואה. למשל, מיין פעיסבוק בין איך מוריש פאר מיין ווייב, מיין באנק אקאונט פאר מיין ברודער, און מיין קאווע שטיבל ניק פאר בדחן.
30: א לעסאן אין לאגיק פון מורנו הרב, ווייזענדיג וויאזוי פון סיי וועלכער סאסייד קען מען לכאורה נישט ארויסדריגנען צו עס איז גוט צו גיין אט"ד. מאנדלבוים העלפט צו מיט א משל פון א שוויגער. מורנו הרב וויל נאר רעדן פון געלט.
(עמ' 8:)
31: דער דריי ווערטער אשכול האט זיך דא צייטווייליג אריבערגעצויגען. העי, זר, דזשאן, מנשה, נישט אלע פארשטיין אויף די ווינק.
32: surprise! מנשה לוסטיג איז פאר שלום דין. גיי פארשטיי א בדחן..
33: ווייטער דינגט מען זיך אין הלכה, דאסמאל איז מען משלב הלכות פאבליק סקאל און הליכה ערכאות, און אין דעם איז מען תולה די ידוע'דיגע שאלה צו מען דארף בכלל אריינקוקען אמאל אין שולחן ערוך.
34: א וויכוח ווער עס רעדט אן נגיעות און ווייבערישע פילינגס, לעיקוואד מאכט א שיינע קאמבעק ווען ער טענה'ט אז ער רעדט דווקא יא מיט פילינגס, מענטשליכע רחמנות (מענטשליך לאפוקי ווייבעריש?).

עד כאן עמוד ח. שוין, גענוג תמליונ'ל?
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

אויב מען קען מאכען א סך הכל פינעם אשכול, דעמלאטס איז מיין סך הכל אז עס איז במציאות אז צענדליגער מענטשן רעדן אינאיינעם פינעם זעלבן נושא, אבער קיינער רעדט נישט איינער צום צווייטען און מען הערט זיך נישט איינער דעם צווייטען,

דא אינעם אשכול איז כבלעו כך פלטו, יעדער גיבט אכטונג ארויס צי קימען פינעם אשכול אויפן האר מיטען זעלבן מיינוג ווי בעפאר מען איז אריין אינעם אשכול און מען פראבירט ח"ו נישט נשפע ווערן פון וואס דער אנדערע זאגט,
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

מיין סך-הכל אויפן אשכול: אז קאווע שטיבל איז דער ערשטער (און איינציגסטע) פלאץ, וואו פרומע מיט נישט פרומע קענען זיך צונויפשמועסן.

א קליינע טריט וואס וועט נאך אסאך רעדן פארן יהדות החרדית.
גורן האט''ד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

סיכום האשכול - חלק ג

שליחה דורך גורן האט''ד »

שוין, איך זעה אז עס ענדיגט זיך שוין כמעט. אויב דער עולם וועט רחמנות האבען און נישט ממשיך זיין דער אשכול עד ביאת הגואל. (מנהלים: אפשר קען איינער אפטיילען מיין סיכום עקסטרער?)

35: קטלא קניא וועקט זיך אויף פון טיפען נעפ און שפייט פייער. די עיקר דעות וועגן דעם דא אין שטיבל (פאר בענדזשאמאין'ס מוצאי שבת'דיגע טשולענט הקובע ברכה לעצמו) קען מען גאר בקיצור מסכם זיין. בן תמליון: **. הוגה: wow! יאיר לאזט נאר נישט אפ זיין חקירה און מוטשעט זיך וועגן די חילוק אין מקור פון די מסורה צו גנב'נען און די מסורה צו עסן לאקשן קוגל (כידוע, זענען ביידע הלכה למשה מסיני, ואין כאן מה לפקפק כלל)

36: אז דער שרייבער קטלא איז אויף, איז אויפגעשטאנען מיט עם דער מייסטער שרייבער בן תמליון. און שרייבט זיין צד, געבויט אויף קראנטע מקורות ווי ר. ב. פון פ. ב. ביידע זענען מומחים אין רעדן מיט שטעכעדיגע שארפע מליצות און לשונות, אפילו ווען אין דער תוכן פארשטיי איך זיי ביידע פונקט נישט. (נו, דאס איז דאך א סימן זיי זענען קונסטלער, כמאמר החכם). גיי ווייס, אפשר זענען זיי גאר איינער און דער זעלבער..

37: קאווע טרינקער איז מודיע (צו'ם זיבן און דרייסיגסטען מאל) אז זיינע פלענער זענען געווארען אויס. נו, ווי זאגט מען, א מענטש פלאנט און גאט לאכט.

38: לעיקוואד לאזט נישט רוהיג און טענה'ט אז ער ווייסט נאר שכל, און ער נעמט זיך אן פאר די חברה שוין ווייטער. זר זהב'ס געדולדט האט עם שוין געפלאצט,ער רעפרענסט שוין גאבעלס, און עס פירט זיך אריין אין א שמועס וועגן מאלעסטעישין, ערליכע אידען, און צוריקווארפען באל'ס.

39: טוהט זיך א וויכוח אויב איז די דעפרעשין געקומען פונ'ם אפפארען, אדער אפפארען פון דעפרעשין, אדער זה וזה גורם. לויט פאריז קומט אויס א נפקא מינא לגבי טשיילד קאסטידי און כבוד סקווער. לעיקוואד וויל נישט הערן פון דעם און טענה'ט ס'נישט קיין נפקא מינה. (דער שמועס גייט שוין ממש אריין אין דיסקוסען איר פריוואט, וואס מען האט אפגעשמועסט אנהייב אז מ'גייט נישט טוהן. אבער שוין.) אז דער שמועס איז שוין נוגע וויסענשאפט, פסיכאלאגיע, און סאיסייד, ווער איז דא? יא, איר האט זיך גוט פארגעשטעלט. יאנקל. נאכ'ן אפגעבן א דרישת שלום פאר לעיקוואד, שטעלט ער זיך אוועק במלוא הדרו מיט סייענטיפישע רעפרענסען און מקורות מברר זיין דער נושא.

40: וואס איז דער מקור פון דער כינוי גורן האט"ד און וואס מיינט עס? א שמועס פון גורן האט"ד. ליינטס און האטס הנאה.

41: הערשי האט זיך אנגערוקט אונז מודיע זיין אז מיר האבען נישט קיין השגה אין ליטעראטור און ווייסען נישט בחייכון וואס ער וויל פון עפעס א שטיקל דון קישוט. שוין, אזויפיל פאר די אלעס-וויסענשאפט דא.

42: תלמיד דערמאנט איז אז די איסור אויף סאיסייד שטייט אין פרשת נח, א ראיה אז מיר לערנען תורה לשמה, גוט שבת אידען.

43: בערך דא האלט מען.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

בן תמליון האט געשריבן:געפילטע, איינער וואס איז סועסיידל איז נישט שעדליך? און איז אויך אין פאזיציע צו האדעווען קינדער? איר מאכט א לצה?

איך האב דיר נישט געבעטן מיר צו גלייבן אויפן ווארט, נאר גיי אליין פרעג אן ביי א פסיכלאג אדער לייסענסד טעראפיסט, און קום צוריק זאגן פארן עולם דא וואס יענער האט געענטפערט, מסכים?

גוטע מקורות אונליין קען איך יעצט נישט טרעפן, אבער דאך עפעס, קוק אין די צוויי לינקס.
crumblingwalls.wordpress.com/2007/09/16/most-suicidal-people-are-not-mentally-ill/
www.justanswer.com/law/0sdz9-does-custodial-parent-attempts-suicide.html
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

גורן האט''ד האט געשריבן: מורנו הרב וויל נאר רעדן פון געלט.

There's a first time for everything... :P
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

שקויעך [tag]גרן האט"ד[/tag] זיעער שיין צאמגענומען , ממש א קיצור שלחן ערוך בדורינו.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

שליחה דורך Starbucks »

מ׳האלט שוין ביים צוועלפטן פעידש און קיינער כאפט נישט 1 + 1 = 2. מרת טאמבור׳ס טרויעריגן סוף איז א מוסר השכל פאר אונז אלע מיר זאלן נעמען אין אכט וואס פאסירט ווען מ׳פאלגט נישט א קלארע אנזאג פון א צדיק. דער רבי האט איר געהייסן נישט פארציילן דאס אז זי איז געווען ביי אים זיך באקלאגן און מאנען שריט קעגן די וואס האבן איר געפייניגט.

זי האט אבער יא פארציילט... נו, האט זיך דען די מעשה געקענט ענדיגן אנדערש? א קפידה פון א צדיק, ווער רעדט נאך פון אזא צדיק וואס מלאכים און שרפים ציטערן פון אים, איז נישט קיין שפיל. מיר דארפן מקיר טוב זיין פארן צדיק אז ער האט געפוילט אויף אזוי ווייט אז די חרון אף זאל נאר ווערן אויסגעגאסן אויף די חצופה.

וכל העם ישמעו ויראו...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום Starbucks, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

פ
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום פאריז, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
פארשפארט