כחומץ לשיניים וכעשן לעיניים.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

כחומץ לשיניים וכעשן לעיניים.

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

דער מייסטער שרייבער קטלא קניא האט אפגעשריבן אן ארטיקל איבערן טאמבאר טראגעדיע. נישט ווי זיין שטייגער צו מגלה זיין אן אצבע און מכסה זיין א טפח. צו קינצלך באהאלטן שטעכערייען און טשעפערייען אונטער קינסטליכע פראזן און באצויבערנדע מליצות, איז ער דאסמאל ארויס אפן אראפרייסן און באשעלטן דעט סקווערער צדיק מיט איבערגעטריבענע גזמאות אז פארן ליינער קען זיך דאכטן זיך אז מען האנדעלט דא מיטן לעצטן צורר היהודים א קליינער סטאלין באהאלטן אונטערן שלייער פון טשערנאבלע מגיד.

אולי ווען ער זאל שרייבן דעם זעלבען אינהאלט געשלייערט מיט מליצות און א קונסטליכע גייסט החרשתי. ווייל דעמאלטס וואלט מען געקענט באטראכטן דעם ארטיקל אלץ א שיין שטיקל ליטעראטור אפגעזעהן צו זיין תוכן איז חומץ אדער יין. ווייל א אמת'ע קינסטלער איז אומשטאנד צו פראדאצירן פון חומץ א דעלאקאט וואס קען זיך פארמעסטן מיט א טייערע וויין. אבער דאס שרייבן אזוי פראסט און מאראמאריש אן קיין קלאס און דיפלאמאטיע און דערצו איז דער תוכן פארזיך שרעקליך איבערגעטריבן אפילו פארן נישט סקווערער ליבהאבער דאס פארלאנגט שוין א שטיקל מחאה מען זאל נישט זאגן מדשמעי ושתקי שמע מינה דניחא להו.

צו שרייבן אז הרב טווערסקי איז א שר הטבחים ווייל א בחור האט אנגעצינדען א פייער. קומט מיר פאר ווי דבורה פעלדמאמס טענה אז אלע מקוה לעדיס זענען לעסביאנען, און הצלה איז א באהאלטענע מאפיא וואס איז ביזי פראטעקטן טאטעס וואס בייסן אראפ פיטום'ס פון זייערע קינדער. ווייל אפילו למתנגדי סקווער האט דער סקווערער צדיק נישט געווארט יענע נאכט- אזוי ווי אבאמא אין ווייט-הויז ביי די בין לאדין אבלאווא- אויף קיין פרייעדיגע בשורה, אז הודו לה' דער ראטנבערג מיט די גאנצע בני בית האבן אפגעברענט און עס איז נישט געבליבן קיין שריד ופליט. ווייל אזויפיל פארשטייען זיי נאך אז אז וואלט געווען די גרעסטע טראגעדיע פאר סקווער. אלזא אראפצואמאלען דעם סקווערער צדיק אלץ מערדער באזירט אויף יענע מעשה איז געווארפען רויך אין די אויגן, כעשן לעיניים.

אזוי אויך די גאנצע טאמבאר פרשה איז לוטה בערפל, גענוי וואס איר מענטאלע סטאטוס איז געווען בעפאר דעם גאנצע געשלעג; און צו די סקווערער צדיק האט געהאט א דירעקטע שייכות דערמיט; און אפילו לאמיר זאגן אז ער האט יא געהאט שייכות איז אויך נאך נישט זיכער צו אן אנדערע שטרענג רעליגיעזע מנהיג וואלט אנדערש געהאנדעלט. הגע בעצמך אז דער טאטע אליין האלט אז דאס איז די טובה פון זיינע עופה'לעך, וואס ווילסטו פון א פרעמדער (קאלטער) רוסשיער אלטער איד.

דאס איינציגסטע וואס איך בין איינשטימיג מיט אייך איז מיט די גניבות און גזילות וואס דער צדיק האט און פירט נאך אלץ אן. אבער דאס קומט נישט אריין דא אינעם טאמבאר פרשה, און דאס קומט אויך נישט מרועי לב. דאס קומט פון אן איבערפלוס פון נחת און קנייענע הארעלעך וואס מען ברויך שפייזן זייערע הונגעריגע מיילעלעך. און פארדעם איז אין דעם הינזיכט נישט קיין סאך בעסער אין מאנראו אדער אנדערע חרדישע סטעיטס.

איך בין תולה אז דאס גאנצע שטיקל איז א -בא לכלל כעס בא לכלל טעות- ארטיקל. אדער אפשר א בחינה פון שנאה( וצער) מקלקלת השורה. אבער א ריכטיגער גדול ווי קטלא וואלט געדארפט בייקומען אזעלעכע שטרויכלונגן. ער וואלט געברויכט פארדעקן זיין פערזענליכע שנאה דאס פייערדיגע האס וואס פלאקערט אין זיין הארץ און שרייבן א באלאנסירטע ארטיקל . די גמרא זאגט ווען נבוכדנצר האט געזינגן שירה איז עס געווען שענער ווי דוד המלך'ס תהילים. עד שבא גבריאל וסטר לו על פיו ומיד נשתתק. פרעגן די בעלי מוסר וואספארא יושר איז דאס? נאר זאגן די בעלי מוסר גבריאל האט געזאט: א גרויסער קונץ אז נבוכדנצר זינגט שירה, ער איז מושל בכיפה, רוכב על ארי, ונחוש כרוך על ראשו, נו, אוודאי זינג זיך שירה. לאמיר זען אז ער וועט כאפן א קליינע פליק אין פיסק וועט די גאנצע שירה פארגיין מיט רויך, וכך הוה. משא"כ דוד המלך האט געזינגן שירה אין די שווערסטע אומשטענדען, און 'דאס' איז די קינץ.

קטלא אזוי זעט אויס ווען מען לייגט אראפ די פעדער פאר א יאר צייט און מען שריייבט נישט. ווייל אז מען לאזט שטיין יין ווערט עס חומץ. און דערנאך האט דאס געשרייבאכטס א טעם פון פארויכערטע עסיג.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

בנימין, א לייק פארן הערליכע שריפט וואס מיר האבן זיך געבענקט דערנאך. דיין טענה צו קטלא, סיי בנוגע זיין אפוועזנהייט און סיי לגבי דאס איבערטרייבן, איז ריכטיג און אין פלאץ. אבער פארן סקווירא רבי האסטו געטון מער שאדן ווי נישט. קטלא איז מגזים ממילא קען מען נישט וויסן וואס איז אמת און וואס נישט. משא"כ דו רעדסט יא געמאסטן און דו זאגסט (אין אנדערע ווערטער) אז ער איז נישט די גרעסטע רוצח, ס'דא גרעסערע מנוולים, און ער ס"ה fit גוט אריין אין א רויבער קלאב צוזאמען מיט אנדערע. איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט, just saying.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
חכם באשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 212 מאל

שליחה דורך חכם באשי »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:דאס קומט פון אן איבערפלוס פון נחת און קנייענע הארעלעך וואס מען ברויך שפייזן זייערע הונגעריגע מיילעלעך

אמרו עליו על רבי בנימין, הכל בחזקת סומין, עד שבא רבי בנימין והאיר להם עינים, דכתיב ויהי בהיגלות בנימין את קסתו וסביבו האירה מכבודו.

א גרויסע יישר כחכם, ודברי פי חכם, מלא חן.

________________________

עס קומט נישט דא באמת אריין, אבער איך האב ציטירט די אויבנדערמאנטע ווערטער פון רבי בנימין, צוליב דער פאלגענדע ווערטל וואס איך האב געהערט די וואך ביי א שלום זכור.

יונג ווייבל אין באנק: כ'קען עפענען א קאנטע?

באנק אפיציר: יא. וויאזוי הייסט איר?

ווייבל: טווערסקי.

אפיציר: וואס איז אייער מעידען נאמען?

ווייבל: טווערסקי.

אפיציר: וויאזוי הייסט אייער מאמע?

ווייבל: טווערסקי.

אפיציר: און וואס איז איר מעידען נאמען?

ווייבל: טווערסקי.

אפיציר: וויאזוי הייסט אייער פאטערנעל זיידע?

ווייבל: טווערסקי.

אפיציר: וואס איז אייער פאטערנעל באבע'ס מעידען נאמען?

ווייבל: טווערסקי.

אפיציר: וואס איז אייער מאטערנעל זיידע'ס נאמען?

ווייבל: טווערסקי.

אפיציר: וואס איז אייער מאטערנעל באבע'ס מעידן נאמען?

ווייבל: טווע - - -

אפיציר: איך מיין אז איר ווייסט נישט וואס "מעידען" איז טייטשט.

ווייבל: איך מיין אז איר ווייסט נישט וואס "טווערסקי" איז טייטשט!....
אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

ייש״כ בענדשעמען. זעלטענע קלארקייט און גאר גוט אראפגעשריבען. Yes you can
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פאריז, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גוט געזאגט בענדזשאמין!

די צוויי גרעסטע טפשות'ן אין די גאנצע טאמבוראכע איז געווען קטלא'ס באשולדיגן יעדן און שרייבן על ה' ועל משיחו ועל ננתקה, ואתו עמו די גאנצע קליקע OTD וואס האבן געשלאגן קאפיטאל פון א פאמיליע טראגעדיע.

די צווייטע טפשות איז געווען די וואס האבן גענוצט די טראגעדיע צו פאכען מיטן פינגער מיט נביאישע אייפער, אז כך הוא סופו של OTD.
משוגעים, קריכט אראפ פון די טראגעדיע וואס איר קענט קוים, און נוצט נישט בלוט צו קאלירן אייער אגענדע!

די טפשות פון די פארשפארטע קולט וואס איז טאטאל זיכער אז טאמבור האט נישט געטארט האבן די קינדער און ניטאמאל א נארמאלע קבורה איז איר געקומען; זענען פונקט אזוי מצומצם ווי די פארמאכטע פעיסבוק קולט וואס האט פלוצלונג געוואוסט קלאר אויף וועמען צו טייטלען פינגער אין א קאמפליצירטע משפחה טראגעדיע.

א קולט ווי יעדער טראכט די זעלבע איז שעדליך, איין קולט שיכון סקווירא ווייסט דא אלעס קלאר איין זייט, די אנדערע קולט די OTD וגירוריהם האט גענוי אזוי "געוואוסט", געשריבן ווי נטורי קרתא'ניקעס און נישט מהרהר געווען אחרי רבו. זייער רבי איז טווערסקי, זייער רבי איז דין, קטלא אדער סיי וועלכי בלאגער וואס איז פונקט געווען אין די גיסטע.

די נארמאלע מענטשן אבסערווערן, ווארפן א קרעכץ און קלערן פון מעגליכע סעלושענס.
באניצער אוואטאר
John Doe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

שליחה דורך John Doe »

[tag]בענדזעמין פרענקלין[/tag] גיי פארקויף דיין דרשה פאר אמי מעגעזין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום John Doe, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

זייער גוט, בענדזשאמין. כ׳האב ממש דאס זעלבע געטראכט ביים לייענען קטלא׳ס פאסט.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
גורן האט''ד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך גורן האט''ד »

איין הערה: איר זענט אלע נישט ביים ריכטיגען אדרעס.

טענות אויף קטלא קניא חסידיו ופייסבוק גרופעס, דארף מען ווענדען צו זיי. און זארגטס נישט, עס זענען דא דארט אזוינע וואס שרייען דאס, און מען טענה'ט זיך ארום דעם דארט. עס צו שרייבען אין מער היימישע גענויגטע פלעצער איז גע'דרש'נט צו די קאפעלע. און דינט נישט מער ווי א קלאפ אין בייכל מ'זאל קענען ווייטער שלאפען.

טענות אויף סקווערער רבי דארף מען אריינשיקען צו עם אין קוויטעל שטוב, נישט אויף אינטערנעט בלאגס וואס ער ליינט סייווי נישט לכאורה. עס צו לייגען דא איז פשוט געדרשנ'ט צו די קאפעלע.

טענות אויף די אלגעמיינער אידישער גאס, וואס אויך די 'נארמאלע מענטשען' שבו שפירען נישט קיין פליכט צו מאכען א קול רעש גדול ווען אזוינע אוממענטשליכע רשעות ווערט אפגעטוהן בשמה ובשם התורה, כל שכן נישט עס אפשטעלן, און ווארפן מערסנס א קרעכץ, דאס קומט אין דער איד, דער בלאט, די צייטונג, משפחה, יתד, עמי, שטערן, וכו'. פלעצער וואס האבען א השפעה אויף די גאס. בדוחק איז קאווע שטיבל א מפלט אחרון פון די אומגעהערטע געשרייען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גורן האט''ד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

[tag]סופר ומונה[/tag] איך האב נישט קיין צווייפעל אז איר ווייסט אז די אלע ״געוויסע באריכטען״. אז זי איז געווארען באלעסטיגט שטאמט פון זעלבען פלאטץ וואס בענדשעמין האט דא אויסגעטיען נאקעט כחומץ לשיניים וכעשן לעיניים, די אלע ״באריכטען״ האט נישט קיין האפט און מקור.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

אקעי,

אבער דאס מאכט נישט קטלא'ס ארטיקעל ווי חומץ און עשן.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ריכטיג ר' בנימין, חכמים הזהרו בדבריכם, איבערגעטריבענע קריטיק טרעפט נישט אין ציל.
דער סקווערער צדיק (לייען מיט א צדיק קמוצה) איז ווייט נישט קיין בוטשער, קאלטבלוטיגער מערדער, אונקוואזיטאר, רובא דרובא פון זיין קהילה זענען צופרידענערהייט פארשקלאפט צו דעם גאר עקסטרעמען לעבנסשטייגער פון דינען זייער גאנץ לעבן דעם זעלבסט אינטרעסט פונעם רוסישען אוליגארך וואס מוניפאלירט זיין קהילה שוין פופציג יאהר, און דאס ביסל וואס דרוקען אויס זייער אומצפרידענהייט באהאנדעלט מען זיי אויף אופנים וואס זענען נישט אזוי פרעמד און אנדערע חסידות'ן
סאיז שוין איינמאל א גיעול הנפש אבער פארוואס אריבער גיין די ליניע אים צוגלייכן צו סטאלין און דאס גלייכן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

נאך אלע מליצות און פראזן וואס [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag] און קטלא 'עלען זיך איינער דער צווייטער אויסרייבן, איז אין דעם ארטיקל דא נאר דריי ממשיתדיגע נושאים וואס ווערן דורך געאקערט, בחדא מודי ובתרי פליגי. לגבי די גניבות וגזילות זענט עטס אויפ'ן זעלבן בלאט, נאר בענדשעמען דרייט זיך ארויס מיט די באקאנטע טענה אז יעדער טוט דאס. די אנדערע צוויי נושאים זענען ווי פאלגענד: 1, ווי ווייט איז הרב דוד טווערסקי שולדיק אין די ראטטענבערג שריפה. 2, ווי ווייט איז הרב דוד טווערסקי געווען מעורב אין די טאמבור סומאטאכע.

לגבי די ראטטענבערג שריפה זענען מיר נישט געבוירן נעכטן. דאס איז נישט געווען עפעס א ל"ג בעומר פייערל וואס איז צו ווייט געפארן. אין א שטעטל וואס איז אזוי שטארק קאנטראלירט ביים רבי'ן איז לאכעדיק צו טענה'ן אז די העיליגער רבי האט אין דעם נישט געהאט קיין בוימעלדיגע פינגער און דאס איז חוץ פון דעם וואס ער האט נאך עד היום נישט געהעריג גענומען קיין שריט אז דאס זאל נאכאמאל נישט פאסירן. ווער געדענקט דען נישט די בקשו רחמים צעטלעך פאר שפיצער בשעת וואס ראטטענבערג איז ניטאמאל אנערקענט געווארן אז ער איז עטוואס געשעדיקט געווארן. מערקווירדיג איז אז ראטטענבערג האט נאכ'ן בלייבן האלב געלעמט נאך אלץ זיך געמוזט ארויסציען פון שטעטל בשעת וואס [tag]מנשה לוסטיג[/tag] גייט באזוכן דעם מערדער אין תפיסה. אלזא, אפשר שר הטבחים איז ער נישט, אבער דאך איז ער נישט קיין קליינע עשו.

לגבי די ויכוח פון די סקווירא קשר מיט די טאמבור סומאטאכע, ביטע מאכט אייך נישט תמ'יש. דער העיליגע רבי איז מעורב אין יעדן פרט קטן וגדול וואס ס'גייט פאר אין שטעטל. דארט אין שטעטל איז נישט פארהאן קיין יחידים, ס'דא נאר א רבים וואס ווערן געפירט פון דעם קולטישן כאראקטער, הרב דוד טווערסקי, וואס בלעדו בל ירים איש ידו. די מציאות פון דעם אז מ'האט איר צוגענומען די קינדער איז קיינער דא נישט מפקפק אין אז דאס פאר זיך אליין קען מעביר זיין א מענטש מדעתו אויך נישט. די שאלה איז נאר צו מיר דארפן עם מוחל זיין ווייל דו האסט דיך אין עם באליבט ווי אין אן אלטן רוסישן זיידע, במחילה ממך, צו מיר רעדט דאס נישט. מיר איז ליבערשט די אונגארישע זיידע וואס פארשטייט די נוצן פאר א קינד צו האבן א מאמע, און נעמט אויך אין באטראכט נישט צו שטופן א מענטש איבערן בריק.
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

דבילה האט געשריבן:נאך אלע מליצות און פראזן וואס [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag] און קטלא 'עלען זיך איינער דער צווייטער אויסרייבן, איז אין דעם ארטיקל דא נאר דריי ממשיתדיגע נושאים וואס ווערן דורך געאקערט, בחדא מודי ובתרי פליגי. לגבי די גניבות וגזילות זענט עטס אויפ'ן זעלבן בלאט, נאר בענדשעמען דרייט זיך ארויס מיט די באקאנטע טענה אז יעדער טוט דאס. די אנדערע צוויי נושאים זענעו..: .


איך האב טאקע געטראכט מגיב צו זיין אויף די נקודה אבער פון א אנדערע ענגל.

נאך די אויפדעקונג פון די מאסיווע ווילי ראפויגעל גניבות, איז שוין זייער שווער צו שרייבען אז גניבות איז געצוימט צי סקווערע מאנרא ודומיהן,
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

יישר כוח ר' בנימין. כ'האב יענע וואך ענליך מוחה געווען, הגם נישט אזוי עלעקוואנט.

אבער דא עקא. כ'האב געכאפט נעכטן א שמועס מיט א איד אן איש נאמן (עכ"פ פאר מיר) וועלכע האט די האר-אויפשטעלענדע מעשה געהערט פון די נפטרת זעלבסט:

אלס חסידיש'ע סקווירא פרוי, ווען דבורה טאמבור האט זיך געראנגעלט מיט די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] מאלעסטעשאן זי איז דורכגעגיינגען אויף די האנט פון א סקווירא חסיד, און נאכדעם וואס זי האט נישט באקומען קיין הילף אדער אנערקענונג פון קיינעם, האט זי ברוב תמימתה געהאלטן אז דער צדיק, וועלכע העלפט יעדען איד פון נאנט און ווייט, וועט איר זיכער העלפן. זי איז טאקע אריין צום סקווירא רבי'ן און פארציילט אלעס. דעם רבי'ס ענטפער איז געווען א טיפע קרעכץ און צולייגענדיג "ס'איז א פראבלעם.... וואס קען מען טוהן?" און דער צדיק האט עיר שטארק געבעטן (אויפגעפאדערט?) נישט צו גיין פארציילן די מעשה פאר קיינעם. זי איז געשטאנען אפגעפאטשט, צומישט, פארלוירן און פאראטען. איר לעצטע האפענונג איז אויסגערינען און איר אמונה אינעם צדיק איז גענצליך צוטרייסעלט געווארן.

אבער די מעשה ענדיגט זיך נישט דא.

איידער פרוי טאמבער האט פארלאזט דאס קודש הקדשים האט איר דער סקווירא רבי געזאגט אז "די שמועס זאל זי פאר קיינעם נישט פארציילן!" דאס טייטשט אזוי, נאכן מחפה זיין אויפן רוצח, נאכן פארשווייגן די נערה שצעקה בעיר, האט ער זיכער געמאכט אז פאר די קדשי קדשים זאל נישט ארויסקומען חלילה קיין פגם!

לאמיר איבערחזרן: מאלעסטעשאן ברענגט דיפרעסיע. פארלייקענען די וויקטעם'ס מעשה אדער זיך דינגן מיט אדער אוועקמאכן די צער מאכט די עצם אטאקע ערגער. נישט ברענגן דעם אטאקירער צו יוסטיץ מאכט די אטאקע פיל ערגער און ערלויבט נישט קיין closure. מאלעסטעשאן און דיפרעסיע קען פירן צו זעלבסמארד. דאס איז אלעס עלעמענטארע פסיכילאגיע פאר ווער ס'וויל וויסן. (כ'ווייס נישט די פרוי'ס אלגעמיינע געזונטהייט צושטאנד פאר די מעשה.)

ולנערה לא תעשה דבר, אין לנערה חטא מות, כי כאשר יקום איש על רעהו ורצחו נפש כן הדבר הזה!!!!

ביי אונס זאגט די תורה, לא יוכל לשלחה כל ימיו!!!! איינמאל סקווירא האט געלאזט די פרוי מיט איר צער הענגן האט סקווירא איר מאנס געווען פונדאסניי. סקווירא האט פון דאן אן געהאט די אחריות און דאס בעלות אויף די פרוי און איר וואוילזיין, אפגעזעהן צו זי האט זיך אויסגעטוהן די שייטל און פארקערצערט די בגדים און געפירט א אוטו אים שבת: תחת אשר ענה, לא יוכל לשלחה כל ימיו!!!!!

ווער ווייסט צו דאס פרוי'ס גאנצע אידישקייט, וועלכע איז געשטאנען אויפן ריזיגען יסוד הנקרא די רבי, איז נישט צוזאמגעפאלן ווען איר טראסט אינעם קודש הקדשים איז צושמעטערט געווארן ביי יענעם אודיענץ? ווער ווייסט צו זי האט נישט איבערגעלאזט איר אידישקייט נאך אים קוויטל שטוב?

שמעו קציני סדם האזינו עם עמרה ... ידיכם דמים מלאו.

(ס'איז מעגליך אז ק"ק האט אויך געהאט די אינפארמאציע, אדער אפשר גאר יותר ממה שקריתי לפניכם.)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום יואליש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

וואלטיך געוועזן א סקווערער, וואלטיך איך אויך געלייקט @בענזשמין'ס ארטיקל. שוין לאנג נישט געליינט אזא גוט שטיקעל.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

און איך האב באקומען אין וואטץ-עפפ א ניינטע גירסא:
זייער אינטערעסאנטע זאך פארציילט מיר יעצט א ידיד, א סקווירא חסיד. מרס טאמבור האט זיך צובראכן איר היפ פאר 5 יאר צוריק. זי איז דורך אן אפעראציע אבער די יסורים זענען געווען מער ווי נארמאל, מ'האט איר געשטאפט מיט מעדעצין כדי איר גרינגער מאכן דעם לעבן. איר משפחה האט געשאפט גרויס געלט פאר די בעסטע דוקטורים, אבער איר מצב האט איר נישט געלאזט איר באוועגען און די קינדער האבן געמוזט גיין וואוינען ביי א צווייטען. - איר מצב איז געווארן אזוי שלעכט אז זי איז ממש געווארן צורידערט נעבעך. מ'האט איר בלית ברירה אריינגעלייגט אין א משוגעים הויז. דארט איז זי באפריינדערט געווארן מיט נישט יידישע מענטשן.


לפי"ז זענען אירע קינדער שוין נישט געווען ביי איר נאך פאר זי האט זיך אריינגעלייגט אין ביקורת המקרא און געקומען צו די מסקנה אז...
Under influence
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

מ'ברויך הענגן קו"ק קעגן שיקן מענטשן אין מענטעל אנשטאלטן, כי רבים חללים הפילה. און ווער ס'וועט עובר זיין אויף די נייע תקנה אפי' בחדרי כדורים, וועט מען מיזן די קינדער אהיימשיקן, כדי זיי זאלן נישט חלילה באיינפלוסן אנדערע אומשולדיגע קינדער.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

איך מיין אז נאך אלע הסברים פון דבלה, סופר ומונה, און יואליש, פארענטפערט עס נאך אלץ נישט קטלא קניא'ס איבערגעטריבענע שפראך. יעדער פארשטייט אז עס איז דא א חילוק פון א מאלעסטער ביז א מאלעסטער'ס פארשווייגער; צווישען א רוצח און א העצער וכו'. אזוי ווי יעדער פארשטייט אז עס איז דא א חילוק פון א פירסט דיגרי מערדער ביז א סעקענד דיגרי, איז דא א חילוק פון איינער וואס רצח'ט ביז איינער וואס פארשטייט נישט אז מיט זיין פארשווייגען א מעשה נבלה שטיפט ער איר אריבער דעם בריק.

על אף וואס די אמעריקאנע האבן נישט געהאלפען קיין אידן ביי די צווייטע וועלט קריג און די ענגלענדער האבן צוריק געשיקט שיפן פון א"י קיין דייטשלאנד הייסן זיי נאך אלץ נישט קיין נאציס און זייער נאמען ווערט נישט דערמאנט אוטאמאטיש מיט קיין ימ"ש צום סוף. די זעלבע איז דא הגם דער סקווערער האט געטוען געוואלדיגע אומרעכטען איז אבער פון דארט ביז א "שר הטבחים און סטאלין" א פאלג מיר א גאנג.
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

(איך בין מסכים מיט קופי'ס קריטיק. אבער לדעתי איז דער קעפל פון דעם אשכול זייער אומקלאר און כלליות'דיג. א קעפל דארף באיזה אופן מודיע זיין איבער וואס דער מדובר איז.)
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

לינק צום ארטיקל?
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

דבילה האט געשריבן: [tag]מנשה לוסטיג[/tag] גייט באזוכן דעם מערדער אין תפיסה.

אוי איך האב נאך קיינמאל נישט באזוכט שפיטצער אין תפיסה, כ'האף שטארק בקרוב צו באזוכן. און אפשר זיך פאויסטן אויך מיט עהם. ער איז מיין שטאלץ און גיבור
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:לינק צום ארטיקל?

viewtopic.php?p=153932#p153932
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

בנוגע די ליטארערישע קריטיק: ס'איז אמת אז סתם קטלא איז געווענליך מער קונסטליך און געדאנקן-אנרייצענד. אבער ס'איז דא פעלער ווי אפנייגונג פון סטיל ברענגט ארויס די טיפע צושטורעמענטע געפילן. כ'גלייב ישעיהו, פון דער שענסטע פאעזיע אין נ"ך, איז אויך אראפגעריסן געווארן פאר די שארפקייט אין קאפיטעל א.
פארשפארט