אין די סעריע פון ידיעות חז"ל ומציאות.

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

טעות
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פאריז, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

יאיר האט געשריבן:איר זעט, אמאליגע צייטן האט מען געדארפט שווער ארבעטן צו ווערן א משכיל, מ'האט געדארפט דורכלערנען תנ"ך, אריינהארעווען אין מורה נבוכים, זיך אריינ'גנב'ען אין דעם ווייטן ביבליאטעק און זיך אויסלערנען דייטש און לאטייניש. היינט, ווי אלע אנדערע זאכן, איז דאס געווארן פיל גרינגער. מ'דארף נישט מער ווי עפענן א בלאג און מעלה גרה זיין אפאר תורה'ס פון דעת אמת איבער דעם שפן און די כינים שפרים ורבים, און מ'ווערט געקרוינט מיט'ן טיטל משכיל.

דערמאנטס מיר א ווארט וואס כ'האב אמאל געהערט פון א קלוגען יונגערמאן, און ירושלים איז געווען א משכיל מ'האט אים גערופן חצק'ל משכיל, ער פלעגט מאכן משכילים, ווער ס'האט געוואלט ווערן א משכיל איז געגאנגען צו אים, קומט צו אים אמאל א בחור און זאגט חצק'ל כ'וויל ווערן א משכיל, זאגט אים חצקל קום אריבער צו מיר און שטוב שבת נאכמיטאג און עמער לערנען השכלה בינאזאם, שבת נאכמיטאג קומט דער בחור אריבער צו חצקל'ן און מזעצט זיך אוועק לערנען איך ווייס וואס קאנט שפינוזה וכו' און דער בחור נעמט אזוי אינדערמיט ארויס א ציגאר און הייבט אן רייכערען, און ווען דער חצק'ל זעט דאס האט ער זיך אויפגערעגט און ער ווארפט אים ארויס פון זיך און שטוב, פרעגט אים דער בחור ביסטו נישט חצקל משכיל וואס ביסטו מיר א פרומער געווארן, שרייט אים תצקל אן, פרום?? זעסט די ספרים שענק, איך האב דאס אלעס גאדארפט לערנען כדי איך זאל קענען רייכערען שבת, און ד. נאך צוויי מינוט רעדן מיט חצקל משכיל קענסטו שוין רייכערען שבת, נישט דאס איז השכלה...
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

הוגה האט געשריבן:[justify]דער נושא ליגט מיר נישט אויפן קאפ, ס'האט מיר בכלל נישט געבאדערט קיינמאל. איך האב געהערט די קשיות שוין אפאר מאל און איך האב אויך געזעהן אז די אטעאיסטן/אנטי חזרה בתשובה נוצן עס אלץ איינער פון זייערע הויפט טענות, אבער מיר האט עס נישט בארירט. די ערשטע פאר קשיות וואס איך האב געהערט אדער געהאט אויף די תורה האבן מיר בארירט שטארק און צו'חושט פאר אפאר טעג. אבער מיט די צייט האב איך מיך אויסגעלערנט אז קשיות זענען דא פאר א סיבה, כדי מען זאל זיי פארענטפערן. איך האב אלץ געהאפט צוריק צו קומען איין טאג צו דער נושא און עס אדורך טון. אשר על כן א יישר כח פארן ארויף ברענגן די נושא. און א ספעיציעלע יישר כח ידידינו [tag]שליח[/tag] פארן נישט מיטגעשלעפט ווערן מיט די נעגאטיוויטי, נאר ערענסטערהייט שרייבן עפעס צום זאך.

אויב איז מעגליך הרב שליח, אפשר וואלט איר געקענט לסיכום בעלמא זאגן קלאר וואס מיינט די גמרא אין חולין נ"ט ע"א, וואס זענען די פיר איינציגסטע בע"ח וואס פארמאגן נאר איינס פון די סימני טהרה, וועלכע סימן, אויף אן אופן אז עס זאל אריינעמען אלע בע"ח וואס האבן נאר איינס, און עס וועט פארענטפערן די קשיא און עס זאל שטימען מיט די היינטיגע מציאות.

ומכאן הקריאה יוצאת. מען האט עס שוין עטליכע מאל ארויסגעברענגט דא אין שטיבל (דאכצעך אז [tag]קופערניקוס[/tag] האט עס ערגעץ גוט אראפ געלייגט). די פערזענליכע אטאקעס טוט קיינעם נישט קיין גוטס. מיסטער דזשאן אסטרוק (אגב, פארוואס איז דער ניק ערגער ווי פילון קופערניקוס ודומיהן?) האט ארויף געברענגט א נושא וואס אסאך האבן שוין געליינט אדער געהערט און עס איז לטובה פאר אונז און פאר אלע אז ס'זאל קלאר דעבאטירט ווערן. עס איז פארשטענדליך אז אין א פרומע פלאץ זאל מען נישט דולדען ווען איינער זאל זאגן אז עס איז נישט דא קיין גאט אדער אז די תורה איז פאלש, אבער פארן פרעגן א קושיא קומט זיך נישט יענעם קיין פעטש. אז איינער פרעגט עס זענען זיכער דא מער וואס טראכטען עס. לאמיר טון צו די זאך, האפענטליך וועל איך פון דער אשכל ארויסגיין קלוגער ווי פאר איך בין דא אריין, און בעז"ה וועלן נאך אזעלכע שמועסן ארויפגעברענגט ווערן דא און מיר אלע וועלן האבן ריוח דערפון.



.[/justify]

בנוסף צו דעם וואס שליח האט גוט גענטפערט א חילוק פון פרעגן און אפפרעגן, וצדקו דבריו לגבי הפותח האשכול, פארשטיי איך בכלל נישט דיין גאנצער צוגאנג צו קשיות ותירוצים, א קשיא דארף זיין געבויט פונקט דער תירוץ, מקען אויף אלעם פרעגן קשיות, מקען אנהייבן פרעגן מהיכי תיתי טונקעל מיינט טונקעל אפשר מיינט טונקל לעכטיג, א קשיא בדארף אויך א בסיס, די חילוק פון די קשיא אונ'ם תירוץ איז נישט און זייער אויסגעבויטקייט נאר און זייערע מיטלען, דאס פרעגט אפ און דאס ענטפערט, כהאב מורא אז ביסט פשוט א וועקיום פון קשיות אלעס וואס הערט זיך בלשון בתמיה איז זיכער א קשיא, און אלעס וואס הערט זיך בלשון ניחותא איז זיכער א תירוץ
פארשפארט