הוגה האט געשריבן:עס קען זיך דאכטן פון מיין שרייבן דא אז מיינע געפילן און פארלאנגן פאר יושר און גוטסקייט קומט נאר פון אן ulterior מאטיוו, פשוט פאר די קיום און המשכה פון כלל ישראל. וויל איך דא מודה ומתוודה זיין, כאטש אפילו איך האלט אז דאס איז גענוג א גוטע חשבון וסיבה, און איז באמת א תביעה כלפי אונז, דאך איז דאס נישט מיין מאטיוו בכלל. די זאך וואס דרייווט מיין קוק און פארשטאנד פון דער נושא איז פראסט און פשוט מענטשליכע רחמנות'דיגע געפילן, מענטש צו מענטש. עס טוט מיר וויי, עס באדערט מיר און איך וואלט אין מיין לעבן נישט געקענט שלום מאכן מיט א notion וואס זאגט אז די תורה פארלאנגט אונז צו רודפ'ן otd'ס און זיי מרחק זיין. קענסט מיר אויפווייזן קליפ און קלאר אז מ'מוז דאס טון, איך בין נישט מסוגל מקבל צו זיין.
זייער גוט ארויסגעברענגט, און אויב איך מעג צולייגען א פוינט, עס איז דא א מעשה וואס ווערט געברענגט אין די ספרים אויף איינע פון די גרויסע תלמידי בעש״ט אז ער האט געהאט א זין וואס איז געווען סר מן הדרך, און די תלמידים האבן זיך געגרייט אריינצוגיין רעדין מיטען רבין דערוועגן, האבן זיי אינטער געהערט ווי ער בעט זיך ביי השי״ת אז פינקט ווי ער איז סובל זיין זיין זין ביי זיך אין שטוב כאטש זיינע שלעכטע מעשים זאל השי״ת סובל זיין זיינע קינדער, זעט מען פון דעם אז די תורה׳דיגע בליק דארף זיין אז אט״ד דארף מען אויך מקרב זיין.
און באמת איז דאס די פאלאסי ביי רוב רובם היימישע שטיבער, ע״פ רוב צוקריגט מען זיך נישט מיט די אט״ד, חוץ ווען עס קימט אז זיי לויפן אוועק און ווילען נישט צירוקקיקען אדער צירוקקימען, און דערנאך לויפן זיי צי די מידיא מיט טענות אז זיי האבן פארלוירען זייער סעפטי נעט, אבער די אלע וואס האבן שכל צי נאשען פון ביידע וועלטען און קלאפען נישט צי די טיר מיט א פעסטקייט די אלע דרייען זיך געהעריג אין די שטיבער און אין די געגענט.
וועסט באמערקן אז אלע אפענע פייטס און מחלוקות מיט אט״ד איז נאר געקימען פאר איינע פון די צוויי סיבות, 1) דיי פייט פון די צד השני איבער אז די קינדער אז זיי זאלען בלייבען ערליך, 2) די אט״ד שרייבט ביכער און העצט לשם העצען און לשם צי מאכען אפאר דאלער,
בנוגע די צוויי סיבות, לאמיר אנהייבען מיט א
הקדמה, איך האב מיר דא איינגעשריבען נאך די טאמבער פרשה פאר די איינציגסטע סיבה האבענדיג א רייץ אויסצישמיעסן און פארשטיין און מסביר זיין די ערשטע נושא
דא האב איך עטליכע מאל פראבירט ביים אנהייב פון מיין שרייבען עס אויסצישמיעסן און פארשטיין, און חוץ נעם קאליניג און שיקען זיכען ערגעץ אנדערש אינעם שטיבעל א הסבר דערויף - כ׳האב געזיכט און נישט געטראפן - בין איך און ערגעץ נישט אנגעקימען, איין ניק [tag]סופר ומונה[/tag] האט אנגעהויבן שמיעסן דערוועגן פראבענדיג אראפצולייגען א מהלך אבער ער האט געסטאפט אינדערמיט זעענדיג אז עס איז נישט דא קיין מהלך,
באמת ווען עס קימט צי די נושא פון ווער עס זאל באקימען די קינדער איז נישט דא קיין נערמאלע מהלך אן קיין מחלוקות, דער וואס איז געבליבען יוד וועט אייביג וועלן אז זיי זאלן בלייבען יודען, און דער אט״ד וועט אפשר וועלן אז זיי זאלען קענענן יודיש און אז די בת מצווה זאל עולה זיין לתורה, עס איז לענ״ד כמעט נישט מעגליך צוזאם ציברענגן די צוויי זייטען, דאס הייסט אדער אז דער אט״ד זאל מסכים זיין אז די קינדער זאלען באקימען א געהעריגע יודישע חינוך אדער אז דער וואס איז געבליבען יוד זאל מסכים זיין אז זיינע קינדער זאלען אויך ווערן אט״ד, און דאס מאכט אלע מחלוקות, דאס ברענגט די שמיץ אין די צייטונגען, די העצע, די ביטערנישט, מיט אלעס ארום, און די מחלוקה איז א בארכטיגטע מחלוקה מצד די עלטערן וואס ווילען נישט אז זיינע קינדער זאלן נאכגיין און ווערן אפגעפארען.
די צוויי סיבות און נאר די צוויי סיבות דערווייטערעט עלטערן פון קינדער און שפייט זיי אויס פטן די קאמניוטי, זאלען זיי נישט זיכען זיך צי דערווייטערן, זאלן נישט זיכען צי מאכען דעלט אויף העצע און זיך ווייטער דערווייטערן, זאלן זיי נישט זיכען צי מצער זיין זייער געוועזענע מאן/ווייב וואס איז געבליבען ערליך און האבן שכל און דארט לאזען די קינדער וואלט אלעס בעסער געווען טראץ מיט די פראבלעם פון אט״ד.
יא, איר זענט 100% פערצענט גערעכט אז מיר דארפן האבן א הארץ.. אבער די אמת איז אז דער אט״ד דארף אויך האבן א הארץ.. און אויב דער אט״ד האט א הארץ דעמלאטס איז נישט קיין מחלוקות ווייל רוב רובם זיכט באמת נישט אפצוהאקען מיט די קינדער טראץ די פעלערן.