שטאטישע בחירות אין ארץ ישראל - ח"י חשון
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
שטאטישע בחירות אין ארץ ישראל - ח"י חשון
אין די יעצטיגע וואכן איז ארץ ישראל אויפגעקאכט ווי א קעסל צוליב די בחירות פאר די ראשי הערים וואס ווערן אפגעהאלטן איבערן גאנצן לאנד. די בחירות וועלן אי"ה פארקומען ביום ח"י חשון.
די בחירות וואס זענען אינטערעסאנט פאר חרדים מיטצוהאלטן איז ווי פארשטענדליך די שטעט וואס זענען אמערסטענס באוואוינט מיט חרדישע אידן. ירושלים, בני ברק, בית שמש א.א.וו. די עיקר מלחמות צווישן די חרדים זעלבסט ווערן אפגעהאלטן אין ירושלים, בית שמש און אלעד.
בני ברק וועט פה אחד אויפנעמען דעם גורער קאנדידאט חנוך זייבארד אלס ראש העיר, אדאנק דעם הסכם וואס איז געשלאסן געווארן מיט יארן צוריק צווישן די חסידים און ליטאים אז איין קאדענציע דינט א חסיד און איין קאדענציע א ליטאי.
אין ביתר וואו עס איז מיט פיר יאר צוריק אפגעהאלטן געווארן בלוטיגע בחירות וואס האט גענצליך געטוישט די חרדישע פאליטישע מאפע, איז דעמאלס ערוויילט געווארן מאיר רובינשטיין, וואס האט יעצט באוויזן צוזאמצוברענגן א היסטארישע אחדות אין דעם שטאט און וועט פארבלייבן ראש העיר פאר נאך 5 יאר.
אין בית שמש שטייט דער חרדישער קאנדידאט און יעצטיגער מעיאר משה אבוטבול פון ש"ס אויס א ערענסטע פארמעסט מיט זיין קעגנער דער קאנדידאט פון הבית היהודי אלי כהן פארן ראש העיר בענקל. אלע חרדים זענען פאראייניגט אונטער משה אבוטבול. פאר סיטי קאנסיל איז שוין דא א וועלט מלחמה. גור, בעלזא און וויזניץ לויפן אויף איין טיקעט, כלל חסידי - שלומי אמונים אויף א צווייטע טיקעט און דגל התורה אויף א דריטע טיקעט.
אין ירושלים לויפט דער יעצטיגער פרייער מעיאר ניר ברקת, קעגן דעם מזרחיסט משה ליאון, וועלכע האט די שטיצע פון (כמעט) אלע חרדישע פארטייען, חוץ פון די בני תורה פארטיי אונטער הגר"ש אויערבאך וואס האט ארויסגעשטעלט א אייגענעם מעיאר קאנדידאט (מער וועגן די פארטיי אין א באזונדערע תגובה)
אין אלעד איז שוין דא הייס פייער, ווען נאטורליך באלאנגט די מעיארשאפט פאר ש"ס צוליב זייער מערהייט אין די שטאט, נאר היות אין די לעצטע דריי טערמינען זענען אלע ש"ס מעיארן דורכגעפאלן, האט ישראל בן מאיר פרוש באשלאסן ארויסצושטעלן זיין קאנדידאטור פאר מעיאר, און האט באוויזן צו באקומען די שטיצע פון אלע חסידישע און ליטווישע פארטייען. ש"ס האט ארויסגעשטעלט פון זייער זייט צוריאל קריסטפל, וועלכע האט געדינט מיט יארן צוריק אלס מעיאר אין די שטאט. דארט איז ערווארטעט א ערענסטע מלחמה ווי ש"ס פלאנירט אריינצוברענגן זייערע גרעסטע כוחות צו געווינען דעם פארמעסט.
מיר וועלן ממשיך זיין אין דעם אשכול נאך נייעסן און באריכטן איבער די וואלן.

'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
ביי די יעצטיגע בחירות האט זיך געגרינדעט א נייע פארטיי, די "בני תורה" פארטיי אנגעבליך אונטער די פירערשאפט פון הגר"ש אויערבאך, נאך וואס זיינע נאכפאלגער טענה'ן אז זיי ווערן פארראטן דורך דגל התורה וואס נעמט הוראות פון רב שטיינמאן. ביי די בחירות צום כנסת פאריאר האבן שוין די חברה געסטראשעט אז זיי וועלן לויפן, אבער אין די לעצטע מינוט האבן זיי אראפגענומען זייער פארטיי פון די ליסטע. יעצט ביי די בחירות צו די שטאטישע אמטן איז זיי פיל גרינגער צו באקומען א בענקל דא און א בענקל דארט, און אפילו ווי זיי באקומען נישט א גאנצע בענקל, איז דאס גענוג אוועקצונעמען פון דגל התורה נאך א בענקל.
אין ירושלים זענען די חברה געגאנגן מיט א שטאפל ווייטער, און ארויסגעשטעלט א אייגענעם מעיאר קאנדידאט, א היימישער איד, וואס האט קיין שום שאנס צו געווינען, אבער קען גורם זיין אז דער דגל התורה אינדארסירטער קאנדידאט משה ליאון זאל פארלירן. ווייל לויט אלע חשבונות מוז משה ליאון באקומען אלע חרדישע שטימעס בכדי צו קענען באזיגן דעם ביז יעצטיגן מעיאר ניר ברקת, און היות דער בני תורה קאנדידאט קען אוועקנעמען ביז 5000 שטימעס, איז שטארק יתכן אז ניר ברקת וועט נאכמאל געווינען.
אין ירושלים זענען די חברה געגאנגן מיט א שטאפל ווייטער, און ארויסגעשטעלט א אייגענעם מעיאר קאנדידאט, א היימישער איד, וואס האט קיין שום שאנס צו געווינען, אבער קען גורם זיין אז דער דגל התורה אינדארסירטער קאנדידאט משה ליאון זאל פארלירן. ווייל לויט אלע חשבונות מוז משה ליאון באקומען אלע חרדישע שטימעס בכדי צו קענען באזיגן דעם ביז יעצטיגן מעיאר ניר ברקת, און היות דער בני תורה קאנדידאט קען אוועקנעמען ביז 5000 שטימעס, איז שטארק יתכן אז ניר ברקת וועט נאכמאל געווינען.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
אין אלעד האט דער מצב הבריאות פון הרב עובדי' יוסף שטארק געטוישט דעם שפיל.
אויבנאויף איז געווען נאטורליך אז ש"ס וועט באקומען די ראשות העיר און די חסידים און ליטאים וועלן זיך צושטעלן דערצו אזוי ווי ביז היינט. נאר היות עס איז געווען אסאך טענות אויף די ביז יעצטיגע ש"ס מעיארן האט זיך ישראל (שרוליק) פרוש צוגעכאפט דערצו און געמאלדן אז ער לויפט פאר מעיאר. פרוש האט מצליח געווען צו פאראייניגן אלע חסידים און ליטאים אונטער זיך און עס האט אויסגעקוקט ווי ער האט גאר שטארקע שאנסן.
למעשה האט אריה דרעי פארשפראכן אז ער וועט דאס נישט דורכלאזן גלאטיג, און אז פרוש זוכט מלחמה וועט ער צוריקענטפערן מיט מלחמה. דרעי האט צוריקגעברענגט צום פראנט צוריאל קריסטפל וועלכער האט שוין געדינט מיט יארן צוריק אלעס מעיאר אין די שטאט, קריסטפל הייסט אויך א איש מלחמות איינער וואס שרעקט זיך פאר גארנישט, דעריבער האט דרעי באשלאסן אז ער מוז צוריקקומען אין די שטאט זיכער מאכן אז די מעיארשאפט בלייבט ביי ש"ס.
ביני לביני איז הרב עובדי' יוסף נישט געזונט געווארן, און 2 וואכן איז אריבער היבש בשתיקה ווייל דרעי און די גאנצע ש"ס פארטיי פירערשאפט זענען פארנומען געווארן מיט הרב יוסף. די פאריגע וואך סוף וואך האט זיך אבער דרעי אראפגעלאזט מיטן גאנצן שטורעם קיין אלעד, און ווי עס זעט אויס וועט דווקא דער שוואכער געזונט צושטאנד פון הרב עובדי' יוסף זיין דער בעסטער וואפן פאר ש"ס צו געווינען דעם מעיארשאפט. ש"ס וועט זיך באנוצן מיט אזאכע סלאגאנען ווי מ'זאל שענקן א שטימע פאר ש"ס און מיט דעם גורם זיין א רפואה פאר הרב עובדי' יוסף און דאס גלייכן, וואס דאס וועט ארויסטרייבן אלע ספרדים פון שטוב און זיכער מאכן אז זיי גייען אפגעבן א שטימע פאר קריסטפל.
דעריבער איז אין מיינע אויגן גאנץ זיכער אז קריסטפל וועט געווינען דעם פארמעסט, און פרוש וועט מוזן פרובירן א צווייט מאל.

- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 341
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל
מיין מיינונג האט געשריבן:אין אלעד האט דער מצב הבריאות פון הרב עובדי' יוסף שטארק געטוישט דעם שפיל.
אויבנאויף איז געווען נאטורליך אז ש"ס וועט באקומען די ראשות העיר און די חסידים און ליטאים וועלן זיך צושטעלן דערצו אזוי ווי ביז היינט. נאר היות עס איז געווען אסאך טענות אויף די ביז יעצטיגע ש"ס מעיארן האט זיך ישראל (שרוליק) פרוש צוגעכאפט דערצו און געמאלדן אז ער לויפט פאר מעיאר. פרוש האט מצליח געווען צו פאראייניגן אלע חסידים און ליטאים אונטער זיך און עס האט אויסגעקוקט ווי ער האט גאר שטארקע שאנסן.
למעשה האט אריה דרעי פארשפראכן אז ער וועט דאס נישט דורכלאזן גלאטיג, און אז פרוש זוכט מלחמה וועט ער צוריקענטפערן מיט מלחמה. דרעי האט צוריקגעברענגט צום פראנט צוריאל קריסטפל וועלכער האט שוין געדינט מיט יארן צוריק אלעס מעיאר אין די שטאט, קריסטפל הייסט אויך א איש מלחמות איינער וואס שרעקט זיך פאר גארנישט, דעריבער האט דרעי באשלאסן אז ער מוז צוריקקומען אין די שטאט זיכער מאכן אז די מעיארשאפט בלייבט ביי ש"ס.
ביני לביני איז הרב עובדי' יוסף נישט געזונט געווארן, און 2 וואכן איז אריבער היבש בשתיקה ווייל דרעי און די גאנצע ש"ס פארטיי פירערשאפט זענען פארנומען געווארן מיט הרב יוסף. די פאריגע וואך סוף וואך האט זיך אבער דרעי אראפגעלאזט מיטן גאנצן שטורעם קיין אלעד, און ווי עס זעט אויס וועט דווקא דער שוואכער געזונט צושטאנד פון הרב עובדי' יוסף זיין דער בעסטער וואפן פאר ש"ס צו געווינען דעם מעיארשאפט. ש"ס וועט זיך באנוצן מיט אזאכע סלאגאנען ווי מ'זאל שענקן א שטימע פאר ש"ס און מיט דעם גורם זיין א רפואה פאר הרב עובדי' יוסף און דאס גלייכן, וואס דאס וועט ארויסטרייבן אלע ספרדים פון שטוב און זיכער מאכן אז זיי גייען אפגעבן א שטימע פאר קריסטפל.
דעריבער איז אין מיינע אויגן גאנץ זיכער אז קריסטפל וועט געווינען דעם פארמעסט, און פרוש וועט מוזן פרובירן א צווייט מאל.
איך בין מחולק מיט דיין הנחה אז די מצב פון הרב עובדיה יוסף וועט שפילען לטובת קריסטפל
מען דארף געדענקען אז ווען ש"ס האט נישט געוואלט שטעלען קריסטפל פאר א דריטע טערם און 2004, אין זיי האבען געשטעלט אנשטאטס אים צביקה כהן,
איז ער געלאפען על דעת עצמו אקעגן די רצון און ווילען פון ר' עובדיה און די ש"ס פארטיי, און האט דאן זייער מיאוס באוואשען ש"ס והעומדים בראשו
אמת, ער האט זיך טאקע איבערגעבעטען, אבער עס וועט דאך זיין א גאר שווערע דזשאב פאר אריה דרעי און זיינע מענטשען איינצירעדען פאר די איינוואוינער פון אלעד אז דער וואס וועלט נישט פאר קריסטפל טיט אקעגען די רצון פון מרן ..
ועוד, מען דארף באמערקען אז די פארטיי 'כח להשפיע' פון אמנון יצחק האט ביי די לעצטע וואהלען באקומען 800 שטימען אין אלעד, דאס זענען געווען פון די תימנים וואס ש"ס רעדט נישט צי זיי
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
איך געדענק זיך אנשטויסן אסאך אין העצעריי קעגן איינעם גוטערמאן, דוכט זיך פון מודיען עלית. איז ער נאך אין אמט? לויפט ער איצט נאכאמאל? האט ער קעגנער?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
על המחי', דאס אז קריסטפל איז געווען א מחוצף פאר מרן תשס"ד איז שוין לאנג פארגעסן געווארן, נאכדערצו ווען יעצט איז דא בילדער ווי מרן צ'פחט אריין אין אים וויפיל ס'גייט, און ווידיאו ווי ער זאגט רק קריסטפל למען עולם התורה...
וועגן די תימנים איז קודם כל א גרויס חלק פון זיי האבן טאקע אינדארסירט קריסטפל, און טאקע אויף דעם ארויף האב איך מיך באצויגן אז הרב עובדי'ס געזונט צושטאנד וועט זיי מאכן שטימען פאר ש"ס נישט פאר פרוש. ווארום ווי ליב זיי האבן אמנון יצחק, טוליעט דאך אין אלע ספרדישע און תימנישע הערצער א אויסערגעווענליכע הערצה צו הגר"ע יוסף, און דאס גייט דרעי זיכער מאכן איינצוקעשן.
וועגן די תימנים איז קודם כל א גרויס חלק פון זיי האבן טאקע אינדארסירט קריסטפל, און טאקע אויף דעם ארויף האב איך מיך באצויגן אז הרב עובדי'ס געזונט צושטאנד וועט זיי מאכן שטימען פאר ש"ס נישט פאר פרוש. ווארום ווי ליב זיי האבן אמנון יצחק, טוליעט דאך אין אלע ספרדישע און תימנישע הערצער א אויסערגעווענליכע הערצה צו הגר"ע יוסף, און דאס גייט דרעי זיכער מאכן איינצוקעשן.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:זייער שיין און קלאר.
בעיקר באנעמט מיך די געוואלדיגע אחדות וואס הערשט אין בני ברק, כביכול.
א ליטאי ראש העיר סערווירט נישט חסידים? א חסידישע ראש העיר סערווירט נישט קיין ליטאים?
דער ליטאי סערווירט נישט קיין ליטאים און נישט קיין חסידים וכן להיפך...
אבער באמת איז דער סדר איינגעשטעלט געווארן טאקע צו פארמיידן מחלוקת ווען יעדער האט פארלאנגט דעם קרוין און זיך אריינגעלאזט אין שמוציגע מערכות. למעשה איז דער סיסטעם היבש קאראפטירט ווייל אז ס'מאכט זיך שוין יא א גוטע ראש העיר, מוז ער אנטלויפן נאך 5 יאר ווייל ס'דא א הסכם וואס איז באלד אזוי הייליג ווי דער חוב קדוש ביים כנסת. הגם אין ביתר האט מען דאס מאל פארקוקט פונעם הסכם און היות מאיר רובינשטיין טויג, האבן זיך אלע פאראייניגט אונטער אים. עס איז צום האפן אז אין די איבריגע פלעצער וועט מען זיך אפלערנען דערפון.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
דעת תורה האט געשריבן:איך געדענק זיך אנשטויסן אסאך אין העצעריי קעגן איינעם גוטערמאן, דוכט זיך פון מודיען עלית. איז ער נאך אין אמט? לויפט ער איצט נאכאמאל? האט ער קעגנער?
ס'געווען א שטארקע העצעריי, און ס'האט אויסגעקוקט ווי דאס מאל וועט יעקב גוטערמאן מוזן גיין פאר בחירות, כאטש ער האט דאס פארמיטן עטליכע מאל ביז היינט. אבער סוף סוף קוקט אויס אז די בחירות דארט וועלן זיין אביסל היציג פאר סיטי קאנסיל, ווי די בני תורה קאמפיין פלאנט צו געווינען 2 בענקלעך. אבער אלס ראש העיר איז גוטערמאן פארזיכערט.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
- נאר,,פרייליך
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1615
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל
די קעגנער'ס פון הגר''ש אויערבאך ניצען היצט דעם הגר''ח קאניעווסקי ביז צום מאקסימום, קוקט אויס ווי די נאכפאלגער פינעם בני תורה באוועגונג האבען זיך עטוואס געבויעט
הגר"ח: במחלוקת זו אסור להיות ניטראלי.
מערכת הבחירות המוניציפלית והרצון לחיזוק ושימור כוחה של תנועת 'דגל התורה' גורמים לגדולי ישראל לצאת מגדרם ולהתגייס למען המערכה.הסנונית הראשונה נראתה בכינוס ההיסטורי של 'מועצת גדולי התורה' של התנועה הליטאית שנערך בשבוע שעבר בבני-ברק בהשתתפותו הנדירה של מרן שר התורה הגר"ח קנייבסקי וזאת כהגדרתו בשל המערכה על כבוד התורה.בסוף השבוע האחרון, הגיע אחד מרבני השכונות בירושלים אל מעונו של מרן הגר"ח קנייבסקי בבני-ברק בשאלה האם מותר לו "לשבת על הגדר" ולהימנע מנקיטת עמדה בשעה שנשאל על-ידי אברכים ובני תורה מהי עמדתו בנוגע לתמיכה ברשימת 'יהדות התורה' או ברשימת 'עץ' וזאת בשל הרצון להימנע ממחלוקת.מרן הגר"ח השיב לו בנחרצות כי אסור לו להימנע ועליו להצהיר לפונים כי עליהם להישמע לגדולי ישראל ולתמוך בדגל התורה. "מה הפירוש מחלוקת?", תהה מרן בקול והגיב: "גם הגויים חולקים עלינו".בנוסף, דיבר בימים האחרונים מרן הגר"ח בפני מקורביו על גדלותו העצומה של מרן ראש הישיבה הגראי"ל ועל החובה להיזהר בכבודו כשהוא מספר מזיכרונו סיפור מדהים המלמד על חיבתם של גדולי ישראל זצ"ל בדורות עברו למרן ראש הישיבה עוד כשהיה צורב תורה צעיר לימים.הגר"ח שח וסיפר כי זכור לו שדודו מרן בעל ה"חזון איש" זיע"א כיבד את מרן הגראי"ל בכבוד עצום בשעה שנכנס אליו לדון בדברי תורה כשהוא יוצא מגדרו ומלווה אותו עד לפתח הבית מה שנחשב היה למאורע נדיר אצל החזו"א גם ביחסו לגדולי ישראל מבוגרים וזקנים של אותו הדור.הגר"ח הוסיף וסיפר כי הגראי"ל שהיה אז אברך צעיר שב לביתו בכפר סבא וסיפר לרעייתו הרבנית ע"ה כי הוא חושש שהפסיד את כל ה"עולם הבא" שלו וזאת בשל הכבוד הגדול, אולם הטעים מרן הגר"ח כי זה רק מלמד אותנו על מידת הענווה והצניעות של ראש הישיבה שמעולם לא החזיק טיבותא לנפשיה.יצויין כי בתוך כך הגיע בתקופה האחרונה אל מרן הגר"ח אחד האברכים שאירע לו מקרה רפואי מצער בביתו בשאלה מה יש לו לתקן ולאחר שהתברר כי דיבר פעם סרה ופגע בכבודו של מרן ראש הישיבה הורה לו מרן הגר"ח למהר ולבקש סליחה ומחילה מגדול הדור כשהוא מוסיף כי הוא מקווה מאוד שהדבר יועיל וכי אין זה מעוות לא יוכל לתקון.כזכור, בשבוע שעבר הביא המשגיח הרוחני הגר"ח מישקובסקי דברים מפורשים בשמו של מרן שר התורה הגר"ח קנייבסקי שהתבטא בחריפות כי מערכת הבחירות הנוכחית נוגעת לכבודו של מרן ראש הישיבה ואמר כי "מי שייצא נגדו ינחל מפלה".בנוסף התבטא הגר"ח ברמז עבה כי מי שחלילה יפגע בגראי"ל יש לו לחשוש מהקפידא של מרן ראש הישיבה.יצויין כי גורמים ב'דגל התורה' מבהירים כי הגר"ח "לוקח אישית" את ניסיונות הפגיעה החמורים במנהיג הדור ובאם יחוש שהדבר נשנה ונמשך יטיל את כל כובד משקלו ואף ישתתף בכינוסי בחירות שיתקיימו וזאת על אף הטורח הרב שבדבר.

[center]שטארק אגרעסיווע שריט ווערט אינטער גענימען דורך די קעגנער פון הגר''ש אויערבאך
בני תורה אנהענגער ווערן געווארפען[/center]
הנציג של 'בני תורה' מהכולל?הנהלת כולל 'עטרת שלמה' הודיעה לאבי מנקיס, מספר 5 ברשימת בני תורה בירושלים, על הוצאתו מהכוללמירי גליק, בחדרי חרדים 16:48 04/10/201326 | שתף עטרת שלמה
הפילוג בציבור הליטאי גולש לעתים לפסים אישיים, ואף משפטיים. בימים האחרונים הודיעו מנהלי מוסדות 'עטרת שלמה' בראשות הגרש"ב סורוצקין לאברך בשם אבי מנקיס, כי בזמן החורף הקרב אין מקומו יותר בהיכלי הכולל. מנקיס - במקרה - הוא גם מועמד מספר 5 ברשימת 'בני תורה' בירושלים. אלא שמנקיס לא קיבל את גזר הדין, ובמכתב ששלח באמצעות עורך דינו אורי הברמן, והמתפרסם כאן לראשונה, תבע את השבתו לכולל, מאחר שמדובר ב"ניסיון להשפיע על הליך דמוקרטי". ב'עטרת שלמה' גייסו את עו"ד דב וינרוט ממשרד ד"ר י.וינרוט ושות', שהשיב במכתב מנומק משלו: "הנדון: מר מנקיס אברהם - הפסקת הלימודים בישיבה. סימוכין: מכתבך מיום 30.9.13 "בשם מרשיי, הנהלת ישיבת עטרת שלמה בבית שמש, הריני מתכבד להשיב על מכתב שבסימוכין כדלקמן:
1. מרשיי דוחים מכל וכל את טענותיו של מר מנקיס. ניסיונך לקשר בין ההחלטה שנתקבלה על-ידי הנהלת הישיבה אודות הפסקת לימודיו בישיבה, כאילו היא כרוכה באיזשהו אופן בפעילותו הציבורית של מר מנקיס, הינה פרי דמיונו בלבד. 2. מרשיי - אשר אין חולק כי האחריות לתפקודו התקין והטוב של המוסד המכובד בראשו הם עומדים מונחת על כתפיהם - נאלצים מעת לעת, בלב כבד, להרחיק מן הישיבה תלמידים אשר אינם תורמים, בלשון המעטה, למוסר הלימודים הגבוה הנדרש מתלמידי הישיבה. 3. כך לדוגמה, עם סיומה של תקופת לימודי הקיץ בישיבה, נאלצה הנהלת הישיבה להפסיק את לימודיהם בישיבה, של ארבעה מתלמידיה מאותו הטעם בדיוק. יודגש, כי כבר באותו פרק זמן שקלה הנהלת הישיבה את הפסקת לימודיו של מר מנקיס במוסד וזאת, עקב כך שהאחרון לא רק שחדל מלעמוד בסטנדרטים המינימליים הנוגעים למוסר הלימודים הנדרש מכלל תלמידי הישיבה, אלא שאף הפך להיות גורם הפוגע במוסר הלימודים של תלמידים אחרים במוסד. 4. ועם זאת, משיקולים של לפנים משורת הדין, ותוך התחשבות בנסיבותיו האישיות של מר מנקיס, הוחלט אז להעניק למר מנקיס הזדמנות נוספת ואחרונה, להוכיח כי מקומו הינו בין כותלי הישיבה. 5. דא עקא, שבמהלך תקופת הלימודים שלאחר מכן (תקופה שנסתיימה בערב יום כיפור), לא התבצע כל שינוי לטובה באופן תפקודו של מר מנקיס בישיבה, אשר המשיך להתנהל כמתואר לעיל. משכך, בלב כבד, עם סיומה של תקופת הלימודים העוקבת, הוחלט על סיום לימודיו של מר מנקיס בישיבה. על-מנת שלא לפגוע בשמחת החג של מר מנקיס ומשפחתו, הוחלט כי ההודעה על כך תימסר לאחר חג הסוכות. וכך בדיוק נעשה. 6. לדידם של מרשיי, חובתו העליונה והיחידה של כל תלמיד מתלמידי הישיבה, קל וחומר כאלה המקבלים מלגת לימודים נדיבה, הינה חבישת ספסלי בית המדרש תוך שקידה על תלמודם. הא ותו לא. אם מי מתלמידי הישיבה חפץ לעסוק בכל עיסוק אחר - מבורך וחשוב ככל שיהיה - הרשות בידו, אלא שלא ניתן לאחוז את החבל משני קצותיו. לא יתכן כי מחד גיסא, אדם יצהיר על עצמו כמי שתורתו אומנותו ומאידך גיסא, ינהג בדרך הפוכה לגמרי באופן כזה שיפר את סדרי הישיבה, לא ימלא אחר שעות הלימוד הבסיסיות וינהג בסתירה גמורה לתקנות ורוח הישיבה. 7. למעלה מן הצורך, ייאמר כי הנהלת הישיבה דוחה בשאט נפש את הניסיון לצייר את אופן ניהולה את המוסד, כמונע משיקולים פוליטיים. ההפך הוא הנכון, מרשיי סבורים כי מקומה של הפוליטיקה הינו מחוץ לכותלי הישיבה ובהתאם, המוסד בראשו הם עומדים מתנהל משיקולים ענייניים בלבד. כל ניסיון לטעון אחרת מכך, בשקר יסודו. 8. מרשיי סבורים, כי לאחר ההזדמנות שנתנה למר מנקיס בתקופת הלימודים האחרונה, להיטיב את דרכיו ולהוכיח כי מקומו הוא אכן בין כותלי הישיבה – ודה פקטו נערכו למר מקניס אינספור שימועים - העלאת הדרישה לעריכת שימוע בעניינו של מר מנקיס הינה ציניות לשמה. למר מנקיס הוענקה הפריווילגיה לקבוע במו התנהגותו בלבד, האם "מעשיו יקרבוהו או חלילה מעשיו ירחיקוהו". מרשיי מצרים על כך, שמר מנקיס בחר להמשיך להתנהל באופן כזה שמעשיו הרחיקוהו ואין לו להלין אלא על עצמו.

אויב כ'מעג אייך בעטן א בקשה אדוני המלך. די סיבה פארוואס כ'האב געעפענט דעם אשכול איז צו קענען אינפארמירן פאר אידן וואס ווילן וויסן די נייעס אבער קענען נישט ליינען קיין עברית. מיטן אהערברענגן גאנצע שטיקער עבריתישע באריכטן ווערט אוועקגעהארגעט דער ציהל פון דעם אשכול.
אדרבא, אז איר האט א גוטע נייעס און איר שרייבט דאס אפ אויף אידיש און אלס מקור ברענגט איר צו א וועבזייטל אין עברית, כל הכבוד. אבער סתם אנצופילן דעם אשכול מיט עברית איז נישט אינטערעסאנט.
מיט דאנק פון פאראויס.
אדרבא, אז איר האט א גוטע נייעס און איר שרייבט דאס אפ אויף אידיש און אלס מקור ברענגט איר צו א וועבזייטל אין עברית, כל הכבוד. אבער סתם אנצופילן דעם אשכול מיט עברית איז נישט אינטערעסאנט.
מיט דאנק פון פאראויס.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 341
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל
מיין מיינונג האט געשריבן:על המחי', דאס אז קריסטפל איז געווען א מחוצף פאר מרן תשס"ד איז שוין לאנג פארגעסן געווארן, נאכדערצו ווען יעצט איז דא בילדער ווי מרן צ'פחט אריין אין אים וויפיל ס'גייט, און ווידיאו ווי ער זאגט רק קריסטפל למען עולם התורה...
וועגן די תימנים איז קודם כל א גרויס חלק פון זיי האבן טאקע אינדארסירט קריסטפל, און טאקע אויף דעם ארויף האב איך מיך באצויגן אז הרב עובדי'ס געזונט צושטאנד וועט זיי מאכן שטימען פאר ש"ס נישט פאר פרוש. ווארום ווי ליב זיי האבן אמנון יצחק, טוליעט דאך אין אלע ספרדישע און תימנישע הערצער א אויסערגעווענליכע הערצה צו הגר"ע יוסף, און דאס גייט דרעי זיכער מאכן איינצוקעשן.
קען זיין אז עס איז שוין פארגעסען געווארען, אבער מעגסט זיין זיכער אז שרויק פרוש וכת דיליה וועלען מאכען זיכער דאס צי דערמאנען פאר יעדעם
בנוגע די תימנים פארשטיי איך נישט וואס די שרייבסט, הגרחע"י לרפו"ש האט דאך געשפיגען בליט ביי די לעצטע וואהלען מען זאל נישט וועהלען פאר אמנון יצחק, און דאך איז עס נישט אנגעגאנגען פאר א גרויסע חלק תימנים, פארוואס מיינסטו אז יעצט וועלען זיי יא פאלגען
זאת ועוד, קריסטפל האט זיך איינגעקויפט אסאך שונאים במשך די 9 יאהר וואס ער איז געווען אין אמט, (אויך ביי די ספרדים) משא"כ פרוש
און אפילו די וואס האבען נישט קיין עקסטערע פראבלעם מיט קריסטפל זענען שוין אנגעווייטיגט פון די לעצטע 3 ש"ס מעיאר'ס וואס קיינער פין זיי האט נישט געברענגט קיין נחת
ממילא לדעתי העניה נעמט עס פרוש
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
די פרושים וועלן אודאי פרובירן עס צו דערמאנען, איך גלייב אבער שווער אז זיי וועלן מצליח זיין ווייל דרעי וועט זיכער מאכן צו ברעין וואשן די ספרדים אז קריסטפל איז היינט צוטאגס באליבט ביי מרן באלד אזוי שטארק ווי דרעי אליינס.
וועגן די תימנים איז לענ"ד טאקע ווייל הגר"ע איז קראנק וועט דאס מער ארבעטן אויף זיי ווי ווען ער איז געווען געזונט און געשפיגן בלוט, ווייל זייער געפיל פאר אים ערוועקט זיך יעצט מער ווען ער איז אין אזא מצב און ווילן אים שאפן א נחת רוח. (גיי לייג דיך אריין אין פרענקישע שיך...)
די דריטע וואלט געווען א שטארקע פראבלעם פאר ש"ס ווען נישט הגר"ע איז קראנק, יעצט אז ער איז אין דעם מצב גייט דער קאמפיין סלאגאן בכלל נישט לויפן אויף דעם צי ש"ס האט געטויגט צי נישט, עס גייט זיך אלעס דרייען ארום הרב עובדי'
דעריבער בלייבט עניות דעתי אז קריסטפל מאכט עס.
וועגן די תימנים איז לענ"ד טאקע ווייל הגר"ע איז קראנק וועט דאס מער ארבעטן אויף זיי ווי ווען ער איז געווען געזונט און געשפיגן בלוט, ווייל זייער געפיל פאר אים ערוועקט זיך יעצט מער ווען ער איז אין אזא מצב און ווילן אים שאפן א נחת רוח. (גיי לייג דיך אריין אין פרענקישע שיך...)
די דריטע וואלט געווען א שטארקע פראבלעם פאר ש"ס ווען נישט הגר"ע איז קראנק, יעצט אז ער איז אין דעם מצב גייט דער קאמפיין סלאגאן בכלל נישט לויפן אויף דעם צי ש"ס האט געטויגט צי נישט, עס גייט זיך אלעס דרייען ארום הרב עובדי'
דעריבער בלייבט עניות דעתי אז קריסטפל מאכט עס.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
יעצט א ווארט איבער בית שמש
אין בית שמש האט דער יעצטיגער מעיאר משה אבוטבול געמאכט א גוטן דזשאב, און די חרדים האבן באשלאסן אים צו לאזן אויפן בענקל סיי ווייל ער איז גוט, און סיי ווייל ער האט די מערסטע שאנסן קעגן סיי וועלכע פרייע קאנדידאט.
די מערכה איז אבער אריין בתקפו וועגן סיטי קאנסיל. ווי ביי די פאריגע טערמין איז יהדות התורה, דאס הייסט די 5 פראקציעס גור, בעלזא, וויזניץ, שלומי אמונים און דגל התורה, געלאפן פאראייניגט אויף איין טיקעט, אבער דאס מאל האט מען זיך נישט געקענט פאראייניגן צוליב געוויסע אמטן בעפארצוגן וואס די פראקציעס האבן פארלאנגט, ממילא איז דער טיקעט געווארן צוטיילט אין דריי. גור, בעלזא, וויזניץ איין טיקעט, שלומי אמונים א צווייטע טיקעט און דגל התורה א דריטע.
באמת איז דער שפלינטער אונטערגעקומען פאר אבוטבול ווי א נס פון הימל, ווייל ווען די אלע פראקציעס ארבעטן באזונדער מאכט דאס זיכער ארויסצוברענגן יעדן חרדי פון שטוב, און היות אלע חרדים גייען שטימען פאר אבוטבול איז די מערכה צווישן די פראקציעס א שטארקע שטיצע פאר אים.
די יודעי דבר זאגן אז די בחירות אויסגאנג קען האבן אפעקטן אויפן גאנצן חרדישן פאליטיק, ווייל עס קען אביסל קלארשטעלן דעם כח פון שלומי אמונים, און לעומת זה באשטעטיגן אז די 3 גור, בעלזא און וויזניץ זענען טאקע די אמתע גרויסמאכטן. אויב שלומי אמונים פאלט דא דורך וועלן די בחירות שטארק גענוצט ווערן קעגן איר אז זי איז היינט ווערטלאז, און די קליינע חסידות'לעך האט זיך יעדער זייער פרעפרענץ, איינער גייט מיט גור, איינער מיט בעלזא וכו'.
אין אנדערע נייעס איז דער לעלובער רבי פון בית שמש אנטלאפן פון די שטאט צוליב די בחירות, היות דער לעלובער רבי פארמאגט א שטארקן כח אין בית שמש און א גרויסע ציבור וויילער, לייגט אגודת ישראל (גור, וויזניץ, בעלזא) פרעשור אויף אים אז ער זאל אינדארסירן זייער טיקעט, און מאיר פרוש לייגט פרעשור אז ער זאל אינדארסירן זיין טיקעט. האט דער רבי באשלאסן אז ער טראגט אפ...

משה ליאון וואס לויפט אין ירושלים האט פארפאסט דער געלעגנהייט צי באקומען די שטיצע פון מרן הרב עובדיה זצ"ל
אריה דרעי וחבורתו האבען אבער געזארגט אז שוין מארגען ה' חשוון גייט ארויסקומען א קול קורא פון די מועצת החכמים אז מען זאל וועהלען פאר ליאון, ווייל דאס איז געווען רצון קדשו פון מרן
אבער ווי שוין באשריבען אזוי שיין און קלאר דורך [tag]מיין מיינונג[/tag] האט ער קנאפע שאנצען צי געווינען ווילאנג נישט אלע חרדים כאיש אחד וועהלען פאר אים
אריה דרעי וחבורתו האבען אבער געזארגט אז שוין מארגען ה' חשוון גייט ארויסקומען א קול קורא פון די מועצת החכמים אז מען זאל וועהלען פאר ליאון, ווייל דאס איז געווען רצון קדשו פון מרן
אבער ווי שוין באשריבען אזוי שיין און קלאר דורך [tag]מיין מיינונג[/tag] האט ער קנאפע שאנצען צי געווינען ווילאנג נישט אלע חרדים כאיש אחד וועהלען פאר אים
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
עפעס א שמועה האט ש"ס ארויסגעלאזט בימי חוליו פון הגר"ע אז ס'איז דא א מכתב תמיכה בכתב ידו פון הגר"ע פאר משה ליאון. ער האט געזאלט קומען דאנערשטאג חול המועד עס אפנעמען, נאר צוליב דעם שוואכן געזונט צושטאנד פון הגר"ע האט מען דאס אפגעשטופט אויף זונטאג, און שבת איז הגר"ע אריין אין שפיטאל.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
היינט איז באריכטעט געווארן אז אויפן פארלאנג פון האדמו"ר מגור צו הגר"ש אויערבאך האט דער בני תורה קאנדידאט אין בני ברק אראפגענומען זיין קאנדידאטור פארן מעיאר אמט.
צום באמערקן אז ביי די בחירות צום כנסת פאריגן ווינטער ווען די בני תורה האבן געסטראשעט מיטן עפענען א אייגענע פארטיי, איז דער גורער רבי אריבערגעגאנגן צו ר' שמואל אין שטוב און אים פארשפראכן אז דער גורער דעפוטאט יעקב ליצמאן וועט אויספאלגן הגר"ש'ס תנאים בעניני גזירת גיוס בני הישיבות, בתנאי אז בני תורה (דעמאלס נצח) וועט נישט לויפן צום כנסת. וכך הווא.
צום באמערקן אז ביי די בחירות צום כנסת פאריגן ווינטער ווען די בני תורה האבן געסטראשעט מיטן עפענען א אייגענע פארטיי, איז דער גורער רבי אריבערגעגאנגן צו ר' שמואל אין שטוב און אים פארשפראכן אז דער גורער דעפוטאט יעקב ליצמאן וועט אויספאלגן הגר"ש'ס תנאים בעניני גזירת גיוס בני הישיבות, בתנאי אז בני תורה (דעמאלס נצח) וועט נישט לויפן צום כנסת. וכך הווא.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
דערווייל דארף נאך דער קאנדידאט משה ליאון גרויס רחמים פון די חסידות אין ירושלים אז ער זאל קענען געווינען דעם מעיאר אמט. די וואך איז ערשינען די רוטינע קו"ק פון די מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל, אבער זיי האבן נישט ארויסגעשריבן א נאמען פאר וועם מ'זאל וועלן אלס ראש העיר. די ליטווישע זענען אבער יא שטארק מיט ליאון.
פאר ברקת איז דאס א גרויסע געווינס, ווייל ווי געשמועסט אן א אלע חרידישע שטימעס איז נישט מעגליך פאר ליאון צו געווינען. אריה דרעי וואס איז דער הויפט קאמפיינער פאר ליאון זאגט אבער אז ביז די וואך סוף וואך וועלן זיך יא אלע חסידות'ער פאראייניגן און הייסן ארויסגיין שטימען פאר ליאון.
פאר ברקת איז דאס א גרויסע געווינס, ווייל ווי געשמועסט אן א אלע חרידישע שטימעס איז נישט מעגליך פאר ליאון צו געווינען. אריה דרעי וואס איז דער הויפט קאמפיינער פאר ליאון זאגט אבער אז ביז די וואך סוף וואך וועלן זיך יא אלע חסידות'ער פאראייניגן און הייסן ארויסגיין שטימען פאר ליאון.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
- נאר,,פרייליך
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1615
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל
פייער צווישען דגה''ת = נצח
דא האט איר די תמצית הפירוד צווישען די פירערשאפט פון די צוויי פראקציעס
וואס דערויף שרייען אלע אנהענגער פון דגה''ת אז מ'ברויך מגונן זיין על כבוד התורה
וואס דערויף שרייען אלע אנהענגער פון דגה''ת אז מ'ברויך מגונן זיין על כבוד התורה
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
די געשפאנטקייט אין די ליטווישע גאס אין ארץ ישראל, גרייכט יעדן טאג פרישע קלימאקסן, און אלע אבזערווירער זענען מודה אז זינט תשמ"ט - דאס יאר וואס דגל התורה איז געלאפן עקסטער- איז נאך אזאנס נישט געווען. די פאליטיקאנטן ארבייטן איבערמידליך, ר' חיים קאניעווסקי איז אליינס איינגעשפאנט לטובת המערכה, און ווארנט מיט קללות אז ווער עס וועט חלילה שטימען פאר נצח איז חייב סקילה, הייסט פאר ישיבות ארויסווארפן בחורים פעילים פאר נצח. רב"מ אזרחי, א היפש פיקאנטער פיגור, האט נעכטן ביי די וואלן עצרת אין ירושלים, אהער געשטעלט א שאו אזאנס און אזעלעכס, געמאכט א ברכה בשם ומלכות שחלק מחכמתו ליריאיו אויף הגראי"ל. די קעגנער רופן אים טאקע מרן בעל הברכה לבטלה שליט"א.
פריוואט האף איך זייער שטארק אז נצח זאל שיין אנציען, און די ליטאים זאלן זיך איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנען אביסל טאלעראנץ. (כאטש אז איראניש זענען די איצטיגע פירער פון נצח די זעלבע וואס האבן ביז היינט דורס ואוכל געווען יעדן וואס איז זיי געשטאנען אין וועג).