בין מחאה למחאה, וועלכע איז מער עפעקטיוו?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
א שוויצער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:33 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך א שוויצער »

שמעקעדיג האט געשריבן:דער אשכול איז נישט געאייגענט צו שוויצן.
דאנקע.


עז לאנג אכשיר דרא העט איבערקייען דעם בעלזער'ס שטייעדיגע.....
העלמיר שוויצען און שוויצען
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

א שאד זאלסט זיך אזופיל אויסשוויצן קענסט דיך נאך חלילה פארקילן, גיי בעט הילף פון הגאון שש"ט און פון מ''ס.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
א שוויצער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:33 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך א שוויצער »

איך אויך האט געשריבן:א שאד זאלסט זיך אזופיל אויסשוויצן קענסט דיך נאך חלילה פארקילן, גיי בעט הילף פון הגאון שש"ט און פון מ''ס.


אזוי ווי איר האט פריער אנגעבאטען צו הערן פרישע הצעות
דער אייכלער רעדט יעדע וואך שטארקע ערקלערונגען איבער די הייליגע בעלזע שיטה איר קענט נעמען ביי אים הצעות וויאזוי אפצוענטפערן חעברע בעת צר
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אייכלער איז שוין נמאס א אויסגעקלאפטער הושענא ,האסט עפעס בעסערס?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

אפשר די רב זאל זיין געזונט זעלבסט, ער איז ידוע מיט אנרירען בקוצר אמרים יענעם אין פינטעל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ווי איז נחום? ער רירט אן יענעם אין פינטל? א שרעק.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אפשר טאקע ,בעלזער רב שליט''א איז ידוע מיט זיין גרייטהארציקייט צו העלפן יעדע איד ואכמ"ל. קענסט עס זעהן טעגליך אין ביהמ"ד בירושלים ווי די ר' אהראלעך קומען שנארען און מאכען שיין געלט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
אכשיר דרא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 7:59 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך אכשיר דרא »

רבותי, מיין בית הכבוד איז געפיקסט ב"ה
איך בין ארויס פון קאווע שטיבל צו גיין אין .... איך קום צוריק איך הער קולות וועגען בעלז, ווער האט אריינגעלאזט די בעלזע אין "מיין" אשכול
גייט סארויס פון דא
אויב נישט הענג איך אויף דאס בילד פון ר' ישעי'לע!

ווי קומט עס טאקע אריין? הוידל מיט בוידל, לויט די נייע דירעקציע וואס דער בעלזער האט גענומען זייט מען האט אים געקאט די שווערע געלטער, איז ער געווארען א הייסע נטורי קרתא, כ'דענק אז מיר צו פארשמירען אלץ בעלזיסט איז א ערנסטע בליץ טראפ
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

נאר,,פרייליך האט געשריבן:אפשר די רב זאל זיין געזונט זעלבסט, ער איז ידוע מיט אנרירען בקוצר אמרים יענעם אין פינטעל


ס'איז נישט ברוין דא.
אגב, אפשר מאכט מען דיין ניק ברוין, אזוי ווי מען מאכט די גבאים גרין?
.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

פון 9:04 ביז 10:39? האסט געגעבן פאטי טרעינינג פאר שוויצר?

אגב ,די בליץ טראפ איז נאר געווען א מליצה ווי יעדער איש נשוי פארשטייט אליינס.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
א שוויצער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:33 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך א שוויצער »

היצט באקומען אן אימייל פון די אנשי נ.ק. ווי זיי קלאגען א קינה אויף די נפטר דנן

וז''ל:

עכשיו שנפטר מרן עט"ר מורינו ורבנו רבי עובדיה יוסף
מי יורה דעה ומי יבין שמועה
מי יתיר לנו את האסור
מי ימכור לנו השביעית
מי יכבד את הרשעים
מי יתיר עגונות אסורות
מי יתיר ממזרים
ומי יפקיע קידושין
מי יורה איך לקרוע חולצות טריקו
מי יבזה גדולי ישראל כמו הבן איש חי והחזו"א
איך נקיים את המצוות בלעדיו בלי שיתירו לנו את הכל האיסורין

אוי ווי אוי ויי
החותמים מרהבני [המנוולים ברשות] תורה

[center]עס איז צאם געמישט די מצות פינעם נפטר און
שלמה גורן זיין קאלעגע און רבנות הראשות
מ'קען שוין די נ.ק. אויך נישט געטרויען[/center]
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

אכשיר דרא האט געשריבן:
ראש הממשלה נתניהו האזין בשתיקה לדבריהם של בני הרב, ולבסוף הסתפק באמירה קצרה: "הממשלה תמשיך לפעול על מנת להגביר את האחדות בעם ישראל".
"ניחן בבקיאות מופלאה כמו חכמי בבל"

חילופי הדברים האלו באים על רקע פגישתו של נתניהו עם הרב עובדיה יוסף בזמן השבעה על בנו, הרב יעקב יוסף ז"ל. בפגישה ההיא, העלה הרב עובדיה יוסף את סוגיית ה"שוויון בנטל" והבהיר לנתניהו כי ממשלתו פוגעת בעולם התורה ובציבור החרדי. ראש הממשלה השיב אז לרב עובדיה כי הוא הגיע על מנת לנחם אותו ולהשתתף בצערו, ולא בכדי לדון בנושאים הפוליטיים.

על הפגישה הזאת אמרו היום בניו של הרב עובדיה לראש הממשלה נתניהו כי "אבא נפגע מאוד מכך שבמהלך ניחום האבלים על בנו הרב יעקב יוסף, הוא ביקש ממך תשובה בנוגע לגיוס בחורי הישיבות. הוא נאלץ להמתין עם תשובתך עד יומו האחרון, ולא קיבל אותה".[/color]

נאך אזא מעשה, זאגט מיר וועלכע מחאה הערט זיך בעסער און מער עפעקטיוו?


עפעקטיוו זענען ביידע אייניג. טאמער האט איר א ספק, לייען איבער די ווערטער וועלכע איך האב רויט געמאכט.

וועלכע עס הערט זיך בעסער איז דוקא א שווערע שאלה. ווייל דאס איז געזאגט געווארן שטילערהייט, פריוואט, און האט גאנץ שוואך פארשעמט דעם געצילטן, און גאר מעגליך מיטן ציהל צו סקאורן פאליטישע פוינטס! ווידער די אין מאנהעטן איז געזאגט געווארן בפומבי, אין א פרעמד לאנד, און אויב ווערט עס נאך געדעקט אין די פרעסע דאן פארשעמט עס שטארק דעם געצילטן און עררייכט דעם געזאגטן מטרה (יענעם צוצופיקסן), כאטש אז דער אמת'ער ציהל איז אויך געווען נאר סקאורן פאליטישע פוינטס.

אבער איך האב אן אנדערע שאלה. איז גיוס בני הישיבות ערגער פון גיוס בנות?
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

אכשיר דרא האט געשריבן:
א שוויצער האט געשריבן:האדמו''ר מ'עירמאונט עם ה'נפטר

דאס מיינט איש על העדה!
זיצט נישט פארמאכט און פארקוועטשט
ער זיצט נישט נאר מיט בעלי פעלצן, און דיסקוטירט וועגען רויטע אדער ווייסע טרויבען, ווי אזוי דער טאטע האט זיך געפירט מיט די אלע קרעפ
ער טרעפט זיך מיט יעדעם איינעם, און פראבירט מיט יעדע זאך צו דינען דעם באשעפער, טוען דעם רצון איז ביי אים געווען די עיקר, נישט קיין חילוק צו איז דער מענטש סאטמארער רב אדער ליפא, מיט א רב האט ער גערעדט וואס איז נוגע צו א רב און צו דער ליפא האט ער גערעדט וואס מען קען קונה זיין דורך ליפא

איך בין מוחה אויף דעם נישט כבוד'דיגע טיטול "דער נפטר", מ'רעדט דא פון א גדול, לכו"ע


במחילה מכבוד תורתך הרמה, האסטו דא סתם געהאקט אין קאפ אריין
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

אכשיר דרא האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:
אכשיר דרא האט געשריבן:נאך אזא מעשה, זאגט מיר וועלכע מחאה הערט זיך בעסער און מער עפעקטיוו?

און דו ענטפער מיר וועלכע מחאה ס'טוט מער אויף (איך רעד נישט אין דעם ספעציפישן פאל) א מחאה וואס מען זאגט שטילערהייט בין תנור לכיריים ביי זיך אין צימער, אדער וואס מען שרייט אויס פאר די גאנצע וועלט
קלערסט טאקע אז דער ראש הכופרים האט זיך שטארק צוקראצט, און דער גזירת גיוס ווערט מארגן בטל?
דאס איז דאך דער עיקר ההבדל צווישן אונז אין די כת האגודה, זיי שרייען מען דארף קעמפן פון אינעווייניג

זיי זעען אז די גזירת גיוס האט נישט געארבעט וועט מען האט איבער געדרייט די היימישע געגענט אין ירושלים ס'האט נישט געארבעט ווען די אמעריקאנער אידן האבען זיך געשלעפט אין די היצען צו פראטעסטען, און אויך נישט ווען מען האט געהאנגען די סיין אין מאנהעטען,
די סיבה: ווייל די מערכה אין מאה שערים אין מער געצילט צו געבען פאָן פאר די יורשלימער ליידיגייער ווי אויפצוטוען, די פראטעסט אין ניו יארק איז געווען מער געצילט מצד די מארגנים די ארונים צו ווייזען פאר די זאלונים מי בראש הקנאות, ווייטער די סיין אין מאנהעטען האט געהאט די זעלבע מיינוג און ציל "ארוני ווייזט פאר זלוני מי בראש הקנאות", ווידער די קנאות פון די בני יוסף זענען טאקע מיט די ריינע מטרה "קנאות" לשם "קנאות", זיי פארדינען גארנישט און קענען גאר דערלייגען אויף אזא מחאה, אבער וויבאלד זיי מיינען עס ערנסט וועט עס זיכער האבען א השפעה מער ווי א כלשהו, דער ביבי האט זיך געפילט זייער זייער נישט באקוועם איידל גערעדט, אזוי אין פרצוף אריין האט עס קיינער נאך נישט געגעבען!


אינטערעסאנט אז דו ביסט א יודע מחשבות. איך ווייס נישט וואס די בני יוסף האבן געטראכט און אויך נישט וואס די בני משה האבן געטראכט. אם תרצה, קען איך דיר זאגן אז די בני יוסף האבן אויך געוואלט ווייזן עפעס. און דוקא קוקט מיר אויס אז דער ראש ממשלה האט זיך גאנץ פיין אויסגעלאכט פון זיין, איידל גערעדט...
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

א שוויצער האט געשריבן:אכשיר'ל ליין דא אביסעל מער איבער די געוואלדיגע מחאה דיינער און טוה א קוק וויפיל חנופה און לעקעריי עס קומט פאר דארט
קוקט נישט אויס בכלל אז א פירער פון א לאנד זאל זיך שרעקן פון אזעלכע חנפים

כאפ א בליק:

viewtopic.php?f=3&t=4906#p154979



פארוואס קומט ארויף אז איך האב נישט קיין רשות צו ליינען דעם פארום?
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

אכשיר דרא האט געשריבן:זה מה שאמרנו
די נפק"מ צווישען א מחאה וואס איז נאר שנאה און טאטאלע התבדלות, צו א מחאה וואס קומט מיט א קלאפ אין פלייצע וואס מען רופט "דיפלאמאטיע"
איך בין נייגעריג וועלכער "היימישער עסקן" דאהי, אפילו פון די סאטמורים וואס וועט זאגען אז ער האט שוין געפויעלט עפעס ביי די רעגירונג דורך די ערשטע וועג פון מחאה,
קלאר ווי די טאג, אז לאו דוקא אז די צווייטע איז אייביג א סוקסעס, אבער זיכער אז די טשאנסן צו מצליח זיין זענען אסאך אסאך מער ווי די ערשטע וועג[/]
אלע היימישע אידען בלוטיגען אויף די מצב אין ארץ ישראל, אבער די פראגע, ווער האט שוין מער געפועלט? ווער האט מער אויפגעטוען? די סאטמארע מיט זייער וועג פון התבדלות און "שרייען" און אונטערצינדען און אנפירען פראטעסטן און הענגען סיינס, צו די אגודה'סטן און די מחנה, וועלכע האבן גענוג און נאך געשריגען, אבער נישט נאר "שרייען" איז זייער געווער, "דיפלאמאטיע" איז די ערשטע שריט זייערע
די זעלבע מיט הרב עובדיה, ער האט גענוג און נאך געשריגן, אבער ער האט אויך פראבירט דיפלאמאטיע, און ער האט אסאך אסאך אויפגעטוען מיט זיין דיפלאמאטיע, און זיינע קינדער זענען דאס ממשיך, זייער גוט!

איך בין נייגעריג צו דער בלומענבערג זאל היינט קומען באזוכען ר' אהרן אדער ר' זלמן לייב, וועט מען אים אפווארטען מיט אייער, אדער מען וועט שמייכעלען צו אים די זעלבע פאלטשע חנופה שמייכעל, די חילוק איז אז לגבי ארץ ישראל איז מען ארויף געקראכן אויף א הויכע בוים וואס הייסט "שיטה הקדושה" און די לייטער האט זיך צובראכן, מען טרעפט נישט די וועג אראפ נעבעך


פון ווי ביסטו אזוי זיכער אז די צווייטע וועג האט מער שאנסן, און מיט א דאפעלטן אסאך, אדרבה, דעק דיינע ווערטער. למעשה זעה איך אז מען האלט היינט ביי א מצב פון גיוס בני הישיבות, אריינצווינגען לימודי הליב"ה, עס האלט ביי דעם אז די רעגירונג זאל זיך גענצליך משתלט זיין אויף דעם חינוך. מאן יימר אז ווען דאס גאנצע יהדות החרדית גייט אויף דעם ערשטן וועג וואלט מען נישט אסאך אסאך מער אויפגעטאן???

די זעלבע מיט הרב עובדי' זאגסטו, ער האט אסאך אסאך אויפגעטאן מיט זיין דיפלאמאטיע, לאמיר הערן. אויסער באקומען אסאך געלט צו בויען מוסדות פאר ספרדים, וואס נאך האט ער אויפגעטאן מיט דעם דרך.

איך וועל דיר זאגן קאפויער, זיין דרך פון זיין אין די ממשלה בכל מחיר, אפגעזעהן ווער דער ממשלה איז, אפגעזעהן וואס אנדערע גדולי ישראל זאגן, דאס האט געוויזן פאר די ממשלה וואס הרב עובדי' וויל באמת, און וואס ער זאגט נאר פאר דיפלאמאטיע, און די תוצאות זענען טאקע בהתאם. גיב נאר א קוק אויף דעם אנטווארט פון ביבי'ן צו דעם ביטערן ווייטאג זיינעם...
אכשיר דרא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 7:59 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך אכשיר דרא »

קבל האמת ממי שאומרה!
קטע מהשטייעדיגע תורה של הרבי מבעלז, אין איינע פון די זיסע בעלזע יארען:
די סטאמארע האבען טענות אז מיר נעמען געלט, דאס זענען אונזערע געלטער, אונזערע שטייערען, און ווען אונז זאלען דאס נישט נעמען וואס וועלען זיי טוען דערמיט? בויען בתי מדרשים? בויען ישיבות? מיר וועלען זיכער מאכען אז אונזערע געלטער גייט פאר מסודות התורה אין ארץ ישראל
ווער זענען זיי (די סאטמורים) אונז צו זאגען נישט צו נעמען געלט? זיי שטאפען זיך אן די טאשען מיט גרינע דאלארען פון אלע קרנות און פאר אונז זאגען זיי נישט צו נעמען??

הרב עובדי'ס נעמען געלט שטאמט פון די זעלבע מקור ווי אונז גנב'נען געלטער פון די אמעריקאנער רעגירונג, יא יא די אלע פראגראמען וואס מען איז מקיים בהידור רב "גזל עכו"ם" מיט אלע תירוצים, און יעצט קומען די נעמער'ס רעדען אויף הרב עובדי' אז ער האט געבויעט מסודות פון די געלט? ווי כאילו אז אלע געביידעס פון סאטמאר אין יו עס עי זענען ריינע געלטער...

הרב עובדיה האט אסאך געטוען, פול אויפגעטוען, און זיינע פעולות זענען זיך ממשיך אחרי פטירתו צוליב די פולע הונדערטע טויזענטע ספרדים וואס זענען שומרי תורה בזכותו, צדקתו עומדת לעד!
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

צו אלע וואס מיינע אז הפגנות/מחאות העלפן.
עס העלפט וואו אריינגיין אין א בעקעריי אין די טאג פון א תענית און נאכדעם ארויסגיין צוויי מאל אזוי הונגעריג וואו פארן אריינגיין. דהיינו מ'גייט מאכן א הפגנה, ווילדעווען איבער די גאסן, צוברעכן לעקטער שטאנגען און ווארפן אייער אויף פאליציי און מענטשן פון די מעדיע. איין מינוט, פון די ראיאטן גייט די שטאט/מדינה זיך ברעכן, חניון קרתא איז אפן פארן ברייטן ציבור 7 טעג א וואך, שוין אפאר יאר, נאך די אלע הפגנות אין א געגנט וואס נישט קיין היימישע, האט דאס נאר געגעבן נאך א סיבה פארן שייגעץ פארוואס צו בלייבן אפן שבת.
די אלע הפגנות וועגן אריינשלעפן בחורים אין מיליטער האבן געהאלפן?! ניין און נאכאמאל ניין! קיין געזעץ איז נישטא און בחורים ווערן נאכאלץ אריינגעשלעפט אדער ארעסטירט, צו זיי ווילן יא צו נישט.
די איינציגע וועג וואו אזוי די חניון קרתא וועט אפשר אויפהערן צו עפענען שבת איז דורך א געזעץ אין די ירושלימ'ע שטאטראט. די איינציגע וועג וואו אזוי אלע פרומע בחורים וועלן נאכאמאל ווערן באפרייט פון מיליטער אן אויסנאם איז דורך א געזעץ, היות די אלטע געזעץ איז אנולירט געווארן. אדער דורך השתדלות אדער דורך חרדי'שע פאליטיקאנטן, וועגן דעם אנשטאט שרייען יאיר לפיד שר"י פוי וכו' גייטס רעדן מיט אים, ער איז נישט אזא ראדיקאל וואו זיין טאטע.

אין קורצען, ס'איז א אידישע מדינה, איין עקשן גרעסער פון צווייטן, די איינציגע וועג וואו אזוי מ'האט זיך ארויסגעדרייט פון אלע גרויסע סקאנדאלן אדער פראבלעמען איז געווען דורך פאליטיק און דיפלאמאטיע, פון שרייען און איבערקערן גאסן האט מען פארדינט אויף אזוי פיל, אז די סיקריקים אין נטורי חרטא געוועלטיגן אויף די יהדות החרדית וואו א מאפיאנערישע מלוכה און כאפט אונז אן מיט אייזערנע צוואנגן ביים גארגל.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
א שוויצער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:33 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך א שוויצער »

אכשיר דרא האט געשריבן:קבל האמת ממי שאומרה!
קטע מהשטייעדיגע תורה של הרבי מבעלז, אין איינע פון די זיסע בעלזע יארען:
די סטאמארע האבען טענות אז מיר נעמען געלט, דאס זענען אונזערע געלטער, אונזערע שטייערען, און ווען אונז זאלען דאס נישט נעמען וואס וועלען זיי טוען דערמיט? בויען בתי מדרשים? בויען ישיבות? מיר וועלען זיכער מאכען אז אונזערע געלטער גייט פאר מסודות התורה אין ארץ ישראל
ווער זענען זיי (די סאטמורים) אונז צו זאגען נישט צו נעמען געלט? זיי שטאפען זיך אן די טאשען מיט גרינע דאלארען פון אלע קרנות און פאר אונז זאגען זיי נישט צו נעמען??

הרב עובדי'ס נעמען געלט שטאמט פון די זעלבע מקור ווי אונז גנב'נען געלטער פון די אמעריקאנער רעגירונג, יא יא די אלע פראגראמען וואס מען איז מקיים בהידור רב "גזל עכו"ם" מיט אלע תירוצים, און יעצט קומען די נעמער'ס רעדען אויף הרב עובדי' אז ער האט געבויעט מסודות פון די געלט? ווי כאילו אז אלע געביידעס פון סאטמאר אין יו עס עי זענען ריינע געלטער...

הרב עובדיה האט אסאך געטוען, פול אויפגעטוען, און זיינע פעולות זענען זיך ממשיך אחרי פטירתו צוליב די פולע הונדערטע טויזענטע ספרדים וואס זענען שומרי תורה בזכותו, צדקתו עומדת לעד!



ס'סתם גערעדט אין די וועלט אריין ווייל דעי וואס זאגען פאר'ן בעלזער נישט צו נעמען די געלטער זענען אידען ווי סאקמיר רב ז''ל און בריסקער רב ועוד פילע גדולי ישראל וואס האבען זיך כל ימיהם מוסר נפש געווען פאר העמדת הדת על תילה און זיך צו באניצען מיט אזעלכע אויסדריקען איז
בעבי'ש קינדי'ש ''ליצנות'' נישט פון מיר נישט פון סאטמאר א.ד.ג.

נאר פון גדולי ישראל וואס דער בעלז'אי האט אין זיין קיין השגה נישט און דעריבער האט'ס ארויפגעברענגט דאס בייז בליט פון אלע גדולים בימים ההם וואס דאס האט אים געברענגט צום היצטיגען מצב אז ער ווארט בכליון עינים אויף יעדן רעבל ואדמו''ר אז מ'זאל אים קומען געבן א וויזיט, די חברה זיינע קערן איבער וועלט'ן בלי שום גוזמא אויף יעדן בנש''ק'ל צו קימען טון א טובה פאר'ן רב אין געבן א בליק אין פרצוף

אבער דר'אמת ער איז נישט שולדיג אין זיין התנהגות ער איז נעבעך תיכף קליינערהייט געווארען א יתום און די מאמע נעבעך האט אויך נישט מיט אים געוואלט קאפערירען און ער איז נעבעך ביי די ''ניין'' יאר אריבער א שווערע קאורט קעיס צו קענען עקזיסטען אלס אן ערליכער יוד סא ס'איז נישט געווען עפעס מער צו ערווארטען
אבער צו ווערן א לידער א פירער און טיילען דעות אפ'צו'חוזקען פון גדולי ישראל דאס האט די וועלט שוין נישט געקענט דילדען ביז ער איז נעבעך אנגעקומען צו דעם מצב אז ווען ער מאכט ענדליך חתונה דאס ערשטער אויסגעבעטן אייניקעל האט א חאכאם מ'עדת הספרדים געברויכט קומען מעיד זיין אויפען גרויסקייט פונעם רבי'ן

כ'וואלט אים געראטען צו מאכען א יו טורען און גיין אויפען נארמאלען אלטען אויסגעטרעטענעם בעלזער מהלך העט ער עפעס איבער לאזען פאר'ן זון אחריו

טייערער 'איך אויך' 'קאווע טרינקער' ועוד ביים נעקסט'ן וויזיט ביים רבי'ן געט אים איבער די תוכן און לאזט אים גריסען
הי איז דאינג גרעיט לויט פון ווי ער קומט


נ.ב. איך וויל דא מעומקא דליבא בעטן מחילה וסליחה פון אנהענגער פון די רוחניות'דיגע מנהיגי בעלז ו'ש''ס ביטע זייט מוחל איך האב באמת נישט געמיינט קיינעם פערסענעל
איך האב דזשאוסט קלאר געשטעלט דעם בילד וויאזוי און פ''ו דער מצב זעהט אזוי אויס, ווען מ'רעדט צורעדט זיך אזוי מיט ליצנות והפקרות אויף גדו''י.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

מחילה לך מחילה לך מחילה לך
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

אכשיר דרא האט געשריבן:קבל האמת ממי שאומרה!
קטע מהשטייעדיגע תורה של הרבי מבעלז, אין איינע פון די זיסע בעלזע יארען:
די סטאמארע האבען טענות אז מיר נעמען געלט, דאס זענען אונזערע געלטער, אונזערע שטייערען, און ווען אונז זאלען דאס נישט נעמען וואס וועלען זיי טוען דערמיט? בויען בתי מדרשים? בויען ישיבות? מיר וועלען זיכער מאכען אז אונזערע געלטער גייט פאר מסודות התורה אין ארץ ישראל
ווער זענען זיי (די סאטמורים) אונז צו זאגען נישט צו נעמען געלט? זיי שטאפען זיך אן די טאשען מיט גרינע דאלארען פון אלע קרנות און פאר אונז זאגען זיי נישט צו נעמען??

הרב עובדי'ס נעמען געלט שטאמט פון די זעלבע מקור ווי אונז גנב'נען געלטער פון די אמעריקאנער רעגירונג, יא יא די אלע פראגראמען וואס מען איז מקיים בהידור רב "גזל עכו"ם" מיט אלע תירוצים, און יעצט קומען די נעמער'ס רעדען אויף הרב עובדי' אז ער האט געבויעט מסודות פון די געלט? ווי כאילו אז אלע געביידעס פון סאטמאר אין יו עס עי זענען ריינע געלטער...

הרב עובדיה האט אסאך געטוען, פול אויפגעטוען, און זיינע פעולות זענען זיך ממשיך אחרי פטירתו צוליב די פולע הונדערטע טויזענטע ספרדים וואס זענען שומרי תורה בזכותו, צדקתו עומדת לעד!


אכשיר, איך ווייס נישט וואס דו האסט זיך דא צולאזט מיט נעמען געלט פון די מדינה, ש"ס, בעלזא וגו'. איך וויל דיר מסביר זיין וואס איך האב געזאגט. דו האסט געשריגן אז הרב עובדי' האט גאר אסאך אויפגעטאן דורך גיין אויף דעם פארקערטן וועג ווי די וואס קומען פון עדה החרדית\סאטמאר געמיינדע און איז אנשטאט דעם געגאנגען "מיט" די מדינה, און כאילו לוחם געווען פון אינעווייניג, מיט דיפלאמאטיע. אויף דעם האב איך דיר געענטפערט. מאן יימר. איך זעה נישט קיין שום אויפטוען אין דעם הינזיכט פון מעמיד זיין הדת על תילה דורך דעם מהלך.

הרב עובדי' האט געבעקט גיוס בנות אין זיינע אינגע יארן, ווען עס האט זיך אים געלוינט פאליטיש, און אין זיינע שפעטע יארן, ווען פאליטיש האט זיך אים אנדערש געלוינט, האט ער אויסגעדרייט דעם דאשיק און לוחם געווען קעגן גיוס בני ישיבות. "אלע" מוסדות וואס ער האט אויפגעשטעלט איז געטוען געווארן דורך די ש"ס פארטיי מיט געלט וואס ער האט באקומען פון די מדינה. איך מיש זיך בכלל נישט אריין אין די שאלה צו מען מעג אדער מען טאר נישט. אבער דאס איז די מציאות.

לאמיר נעמען למשל אזא איד ווי דער ערלויער רב, אויך אן אנהענגער פון אגודה (און פון שלימות הארץ און נעמען געלט וכדו'), אבער דער איד האט פון אלס אינגערמאן אן אויפגעשטעלט א ישיבה, מרביץ תורה געווען לעדרים, און ארום געלאפן ארום די גאנצע וועלט און זיך פאשווארצט אויף צו שאפן געלט אויפצוהאלטן זיין ישיבה און אויפשטעלן תלמידים הגונים. און אין די זעלבע צייט האט ער פארגעלערנט שיעורים, געשריבן תשובות בד' חלקי שולחן ערוך און געהאלטן דרשות לעורר בני ישראל לתשובה ותיקון המעשים. "דאס" הייסט אין מיינע אויגן א מנהיג (גראדע בין איך שוין דא פארקראכן פון דעם ענין פון מחאה), און דער מנהיג און גדול האט דוקא יא פארשטאנען אין געוויסע פעלער אז מען דארף מוחה זיין און שרייען. עס זענען געווען צייטן ווען ער האט געשיקט זיינע תלמידים מוחה זיין און שרייען קעגן חילול שבת, דוקא אין פרייע געגענטער. יארן לאנג איז אויף זיין ישיבה געהאנגען א גרויסער טאוול "זכור את יום השבת לקדשו", אין א פרייע געגענט.

סאו בין מחאה למחאה, האסטו נישט קיין שום באווייזן אז דיין מהלך ארבעט בעסער ווי דאס אנדערע. העכסטנס קענסטו שרייען אז זיי ארבעטן ביידע אייניג.

אבער דאס איז נאר לגבי דעם ענין פון מחאה, אין אנדערע עניינים איז דא פיל מער באווייזן אז די התבדלות מהלך ארבעט בעסער.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

Shvitz. The two rebbes you mentioned. Had similar behavior and upbringing
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

איך פלעג אלס פרעגן די קנאים וואס זיי וועלן טוען אויב זיי קומען ארויף נאך 120 און זעהן דעם רבש"ע אנגעטוען מיט א געשטריקטער קאפל (כביכול). וואלטן זיי שנעל אנטלאפן און פארלאנגט אן עמערדזענסי גולגול?!
פארשפארט