הדד בן בדד האט געשריבן: איך האב שוין גענוג מאל געלאזט הערן מיין מיינונג לגבי הרב אמנון יצחק, און איך קען דעם איד פערזענליך. דער איד איז אן אויסערגעווענליכער בעל כשרון, נישט סתם, ווען מען רעדט פון כשרון רעדט מען נאר פון דעם, כשרון. אין כשרון איז אויך דא אסאך עריעס, אבער דער מענטש איז א גרויסער בעל כשרון אין פילע עריעס. און יא, לדעתי איז ער אין געוויסע עריעס א גרעסערער בעל כשרון פון הרב עובדי' יוסף זצ"ל. שפרינג נישט, איך מאך נישט אוועק הרב יוסף, אבער אין געוויסע עריעס איז "לדעתי" הרב יצחק מער בעל כשרון.
ווילאנג א מענטש לעבט איז ער נישט אווער. אפילו הרב יוסף אליינס האט געהאט שווערע תקופות. עס קאסט מיר א לאך ווי די גאנצע ליטווישע וועלט - שוין אפגערעדט די חסיד'ישע - באוויינט אזוי הרב עובדי'. נישט אזוי לאנג צוריק האט מען אים אראפגעריסן אלס א מהרס און עוכר הדת. איך געדענק נאך זייער גוט ווי אין די אנהייב נ' יארן, ווען ער האט דאס ערשטע מאל געווינען אין כנסת מער בענקלעך ווי די אגודה, און ער האט אריינגעפיפן אין הרב שך (וועלכער האט פאקטיש אויפגעבויעט דעם ש"ס פארטיי) און זיך אנגעשלאסן אין די לינקע רעגירונג האט מען אים אראפגעריסן, איך קען עס נישט מסביר זיין פאר ווער עס געדענקט דאס נישט. מנחם פרוש האט געריסן קריעה אין כנסת מיט קולות און דעם דיין האמת בשם ומלכות, אלעס אויף צו ווייזן וואסערע שגץ הרב עובדי' יוסף איז און זיין שס פארטיי זענען.
וואס איז געשעהן, גארנישט, עס זענען אריבער אפאר יאר, פאליטיק האט זיך געטוישט און ער איז צוריק געווארן הייליג. דאס איז פאליטיק.
הרב אמנון יצחק (וועלכער איז טאקע אליינס א בעל תשובה) האט אין די לעצטע וואלן, טראץ די אומגעהויערע פרעשור וועלכע מען האט געלייגט, נישט נאר אויף אים, נאר אויף יעדן וויילער באזונדער, טראץ וואס מען האט אים פערזענליך אזוי מיאוס באשמוצט, טראץ וואס מען האט געמאכט פון אים ליצן ליצנות אויף די העכסטע טענער און פארמען וואס נאר מעגליך, טראץ וואס דער מענטש האט נישט געהאט קיין שום אייגענע קהילה אדער מוסד, טראץ דעם אלעם, האט ער אין די לעצטע בחירות אנגעצויגן 28 טויזענט שטימען. איר הערט? 28 טויזענט. דאס איז גארנישט קיין קליינער נומער. פאקטיש איז עס גענוג פאר איין בענקל אין כנסת, עס איז נאר נישט גענוג אריבער צוגיין דעם אחוז החסימה.
איך בין נישט קיין נביא און איך ווייס נישט וואס גייט זיין. אבער טעאריעס קען איך אייך געבן גענוג און נאך. הרב עובדיה איז געגאנגען אין גן עדן למנוחות עולמים, און יעצט גייט מען זיך ביי די ספרדים אנהייבן רייסן ביי די נעז. הרב עמאר פון איין זייט, זיין מחותן הרב עובדי'ס זון הרב יצחק פון די צווייטע זייט, הרב עדס פון די דריטע, הרב משאש פון די פערטע און קענסט נאך צולייגן נאך אפאר זייטן מיט נאך אפאר נעמען. קיינער ווייסט נישט וואס דארט גייט זיין. ביי די קומענדיגע בחירות גייט די אחוז החסימה זיין נאך העכער, און אזעלכע מענטשן ווי הרב אמסלם למשל, קענען שוין אפילו נישט חלומ'ען מער פון גיין אליינס, און אויב ער וועט וועלן אנקומען ערגעץ וועט ער מוזן מאכן אלייענסעס און זיך צאמשטעלן מיט אנדערע. אין אזא פאל קען הרב אמנון זיין זייער א פיינער מחותן, און אויב געלונגט נאך צוצושטעלן א דריטן גרויסן נאמען, קענען זיי גאר שטארק אריינקומען מיט אפאר בענקלעך. און ברגע ער איז אין כנסת, איז אלעס דערנאך, אין פאליטיק טוישן זיך זאכן אסאך שנעלער ווי איר טוישט זאקן. דאס איז אלעס זאכן וואס קען געשעהן.
דאס איז נאך אלעס פאר נעמען אין באטראכט בכלל דעם מציאות אז הרב יצחק האט זיך גענומען בויען קהילות מיט מוסדות. און ווי געזאגט, ער איז א גרויסער בעל כשרון, און האט גאר גאר אסאך קאנעקשאנס מיט געלט מענטשן און עקספיריענס און שאפן געלט, פון קליין געלט. אין דעם הינזיכט האלט ער אסאאאך ווייטער ווי הרב עובדי' האט געהאלטן אין די יארן (הרב עובדי' אין די יארן איז געווען נישט קיין סאך מער ווי הרב אליהו בקשי דורון איז יעצט... א געוועזענער רב הראשי). סאו מען קען אים נישט אונטערשאצן. און בכלל איז ידוע אז אין פאליטיק איז דער כח הדיבור פון די וויכטיגסטע זאכן, אויך עפעס אין וואס הרב אמנון איז גאר אויסגעצייכנט.
אלזא, צו זאגן אויף עם אז ער איז דערנאך, איז נאך אביסל צו פרי.
א דאנק פארן רעדן די דרשה וואס איך האב נישט קיין כח זיך צו שלאגן און פארברייטערן.
אבער איך האב עס געזאגט אין צוויי ווערטער, ימים ידברו, זאל הרב אמנון אליין באווייזן וואס ער קען. און ער וועט! ער איז א היבשע עקשן און האט שנעלער אויפגעטריבן מאסן און געלט, מצבים און הצלחות.
אוודאי איז עס געווען פאר עהם א פאטש אין פנים, אבער לויט ווי ער גייט ווייטער, און ווי ער דילט מיט דעם, האט מען געפאטשט אין וואנט.
ער האט לעולם נישט געהאלטן פון גיין אין בחירות, ער האט פראבירט די מזל, און ס'נישט פאר עהם. על כל פנים יעצט. גייט ער ווייטער מיט זיין אייגענע גאנג, און בויעט נאך מוסדות על אפם וחמתם. הער מיין ווארט, היימישע יודען וועלן נאך שיקן אין זיינע מוסדות!