צוויי מיליאן דאלאר חלוקה געלט לחינוך עטה''ק

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
א שוויצער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:33 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

צוויי מיליאן דאלאר חלוקה געלט לחינוך עטה''ק

שליחה דורך א שוויצער »

קומענדיגער דאנערשטאג וועט דער פאנטאסטישער סומע פון צוויי מיליאון דאלאר פאר מוסדות החינוך על טהרת הקודש פארטיילט ווערן דורך גאב''ד ירושלים והרה''צ הגרח''צ ט''ב רב דקהל מהרי''י בירושלים
די געלט איז געשיקט געווארען דורך זיין פאטער די רבי פון סאטמאר וומ''ס, ספעציעל צום היצטיגען שווערן מצב בארה''ק, וואס ווי באקאנט ווען נישט די תמיכה פון די ציוניסטישע געלט וואלט די מצב נישט געגרייכט אזוי ווייט,

היצט האט אדמור הגרי''י איינגעשפאנט פילע עשירים ונגידים מתוככי הקהילה צו שיקען גרעסערע סומעס קיין אר''י פאר די מוסדות שאינם סמוכים על שלחן איזבל
אן איינלאדענונג פאר די מנהלים ואדמורי''ם השייכים לכיתות המתבדלים איז ארויסגעשיקט געווארען צו קומען אנטייל נעמען און די פאנטאסטישער חלוקה וואס דער גאב''ד ירושלים וועט פארטיילען פאר די קיום המשך חינוך על טה''ק

בסך הכל האלט שוין די סומע פון די פארגאנגענע יאר להצלת החינוך אינאיינעם מיט קרן הצלה קרוב צו ''צען מיליאן דאלער''

ומכאן הקריאה יוצאת אויב סאטמאר וואס איז א שפיי קעגן אנדערע קהילות יכול'ט צוצושטעלן אזא סומע א יאר איז בלי שום ספק אז די אנדערע יכול'ן פי כמה און קענען שיקען לכה''פ ''צוויי הינדערט מיליאן'' א יאר
אנא! שאו ידיכם שארט אייך ארויף די ארבעל און פרובירט צו העלפן די מוסדות החינוך ניצול צו ווערן פון זייער עדיקשען צו די קאסע הציוני די לעצטע צענדליגער יארען
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

וואס מיינט אז סטמאר איז א שפיי קעגן אנדערע למשל קעגן וועמען ?
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

צוויי מיליון איז נישט גענוג? פון וויפיל מוסדות רעדט מען?
Under influence
א שוויצער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:33 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך א שוויצער »

קעגן די ''אכט הינדערט פופציג טויזענט'' מלוים ביי די לוי' נעכטן וואס לעומתם בארצות הגולה האבען זיי מסתמא נאך עטליכע הינדערט טויזענט וואס ברענגט זייער צאל צו איין א האלב מיליאן נו אז די עטליכע פערציג פופציג טויזענט סאטמארע מיטגלידער קענען שטילערהייט אהן פאמפע דאס באווייזען נו..

מ'קען רואיגערהייט נעמען די אלע מוסדות וחצרות החנפים ל'שיסעל ה'ציוני און זיי אויסהאלטען מיט די כח פון כלל ישראל איבער די וועלט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום א שוויצער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

האסט געשריבן "קעגן אנדערע קהילות" יעצט זאגט איר עפעס אנדערש
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
א שוויצער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:33 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך א שוויצער »

בשבילי! האט געשריבן:האסט געשריבן "קעגן אנדערע קהילות" יעצט זאגט איר עפעס אנדערש


בסך הכל זאג איך אויב סאטמאר וואס איז א שפיי קעגן די אנדערע אידען איבער די גארער וועלט איז ביכולת דאס צו שיקען נו צו וואס ברויך מען דעם גאנצען געקישעכץ מיט די טמאי נפש האלט'ס ענק אליינס אויס ושלום על ישראל און לאפיד העט קענען גיין שרייען צו אלע בייזע רוחות

דערווייל האלט נאך דער בעלזער גאר שטארק אז מ'ברויך ראטעווען אינזערע געלטער ווייל די פעטער האט אזוי געזאגט

איך ווייס נאר נישט וויפיל טעקס דעי חברה געבן דען אז מ'זאל אזויפיל מסי''נ האבען דייקא אנצוהאלטען דעי געלטער?
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

על פי חשבון, נעמענדיג אין באטראכט דאס וואס עס שטייט אין די צוויי שמוציגע צייטונגען כסדר, שיקט מען בערך 100 מיליאן דאלער א יאר פאר די מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט פון אונזער מדינה...
.
א שוויצער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:33 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך א שוויצער »

I'm back האט געשריבן:על פי חשבון, נעמענדיג אין באטראכט דאס וואס עס שטייט אין די צוויי שמוציגע צייטונגען כסדר, שיקט מען בערך 100 מיליאן דאלער א יאר פאר די מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט פון אונזער מדינה...


פרעג קאווע טרינקער אדער איך אויך גענוי די חשבונות, זיי זענען דערין באהאווענט מרוב אהבתם צו דיין מדינע'לע
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

איך פארשטיי נאר נישט... זענען די סאטמארער מחוצפים צו זייערע רביס, אדער פאקעט איינער די געלט?
סאטמאר באשטייט לויט ענק, פון אן ערך פון קרוב צו זעכציג טויזענט אידן, לויט וויפיל מאל א יאר די רביס הייסן געבן. טאמער געבט יעדער 20 דאללער, וואלט געדארפט זיין מער ווי 2 מיליאן.
ווי איז די געלט?
.
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

ביזטו א עבריין (ק. מל) אדער א מומר פארן אייבערשטן? וויפיל פון די מצות וואס דער אייבערשטער האט באפוילן פאלגסטו נישט?
און דער סאטמארער ווי שטארק ער זאל האלטן פון זיים רבין איז ער דאך נישט גאט.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

א שוויצער האט געשריבן:היצט האט אדמור הגרי''י איינגעשפאנט פילע עשירים ונגידים מתוככי הקהילה צו שיקען גרעסערע סומעס קיין אר''י פאר די מוסדות שאינם סמוכים על שלחן איזבל
אן איינלאדענונג פאר די מנהלים ואדמורי''ם השייכים לכיתות המתבדלים איז ארויסגעשיקט געווארען צו קומען אנטייל נעמען און די פאנטאסטישער חלוקה וואס דער גאב''ד ירושלים וועט פארטיילען פאר די קיום המשך חינוך על טה''ק

זעלבע איינלאדענונג ווי פאר דער אדמו"ר איז געפארן קיין ארץ ישראל... רוב מוסדות ווארטן נאך צו זעהן ווי די מיליאן'ס זענען אנגעקומען, ס'שטימט עפעס נישט מיטן סכום וואס זיי האבן געקריגן...
א שוויצער האט געשריבן:בסך הכל האלט שוין די סומע פון די פארגאנגענע יאר להצלת החינוך אינאיינעם מיט קרן הצלה קרוב צו ''צען מיליאן דאלער''

דעס איז שוין מיטן שקל הקודש פאר די מסע המלכות צו פון יענץ האסטו פארגעסן?
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

ס'איז צו באמערקן, א עולם הפוך ראיתי. געווענליך, וועלן די היימישע צייטונגען מער מגזים זיין, ביי די חלוקה אבער האבן אלע פרייע סייטס און אנגלא-אידישע געשריבן עפעס גוזמאות, צען צי פופצן מיליאן דאלער, אבער דער עכטער סכום איז א מאגערע צוויי מיליאן דאלער.

וואס מיר ווינדערט אבער זייער, וואס איז די פשט פון די חלוקה פונקט איצט, פאר די מוסדות וואס נעמען סייווי נישט קיין געלט? איז זייער מצב עפעס שווערער געווארן ווי בעפאר צוליב די קיצוצים? אויב עפעס, וואלט מען געברויכט מאכן א מאסיווע אקציע און שיקן געלט פאר די וואס נעמען יא, זיי זענען אפעקטירט געווארן דערפון.

בנוגע שוויצער'ס טענה, מאטעמאטיש איז עס בכלל נישט אמת. קודם כל, סאטמאר איז די רייכסטע קהילה אין די וועלט פון צווישן די אשכנזים, דאס איז דער פאקט. צווייטנס, א קהילה פון א צוויי רבבות משפחות, קען - צוהעלפן מיט אפאר דאלער צו - טראגן דעם בוזשעט פון אפאר הונדערט, מאקסימום אפאר טויזנט משפחות אין ארץ ישראל. ביי אנדערע קרייזן איז דאך פונקט פארקערט, זייער עיקר עולם איז אין א"י און די פאר עשירים אין חו"ל דארפן טראגן דעם עול פון שווערע טויזענטער משפחות אין א"י. אוודאי איז דאס נישט מעגליך.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

מחר: מהרי''י מסאטמר מחלק מיליוני דולרים
מחר יתקיים כנס בירושלים למוסדות המתבדלים מהמדינה • יחולקו מיליוני דולרים מקרן 'שקל הקודש' ביוזמת האדמו"ר
אברמי פרלשטיין, בחדרי חרדים 20:04 09/10/2013

http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=60044
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

התנתקתם מהממשלה? קבלו תמיכה מ'השקל הטהור'

http://www.inn.co.il/News/News.aspx/263417
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

"משפחה" באריכט איבער די חלוקה
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
א שוויצער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:33 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך א שוויצער »

דעת תורה האט געשריבן:ס'איז צו באמערקן, א עולם הפוך ראיתי. געווענליך, וועלן די היימישע צייטונגען מער מגזים זיין, ביי די חלוקה אבער האבן אלע פרייע סייטס און אנגלא-אידישע געשריבן עפעס גוזמאות, צען צי פופצן מיליאן דאלער, אבער דער עכטער סכום איז א מאגערע צוויי מיליאן דאלער.

וואס מיר ווינדערט אבער זייער, וואס איז די פשט פון די חלוקה פונקט איצט, פאר די מוסדות וואס נעמען סייווי נישט קיין געלט? איז זייער מצב עפעס שווערער געווארן ווי בעפאר צוליב די קיצוצים? אויב עפעס, וואלט מען געברויכט מאכן א מאסיווע אקציע און שיקן געלט פאר די וואס נעמען יא, זיי זענען אפעקטירט געווארן דערפון.

בנוגע שוויצער'ס טענה, מאטעמאטיש איז עס בכלל נישט אמת. קודם כל, סאטמאר איז די רייכסטע קהילה אין די וועלט פון צווישן די אשכנזים, דאס איז דער פאקט. צווייטנס, א קהילה פון א צוויי רבבות משפחות, קען - צוהעלפן מיט אפאר דאלער צו - טראגן דעם בוזשעט פון אפאר הונדערט, מאקסימום אפאר טויזנט משפחות אין ארץ ישראל. ביי אנדערע קרייזן איז דאך פונקט פארקערט, זייער עיקר עולם איז אין א"י און די פאר עשירים אין חו"ל דארפן טראגן דעם עול פון שווערע טויזענטער משפחות אין א"י. אוודאי איז דאס נישט מעגליך.


ווי קען זיין אז אין שטוב פון הרב אויערבאך פון די בני תורה פארטיי
און ביים שטוב פון הגרי'מ ליפקוביץ זענען שוין געווען עטליכע אסיפות פון ערנסטע פלענער אראפצושטעלן א פעסטער פאנד פאר די מוסדות?? אויב איז'ס נישט לאגיש וואו זענען ריזן מיליאנערן געקומען מבטיח זיין אריינצולייגען מיליאנען?

נו? מיט וואס האט זיך די אסיפה געשלאסען? אז די נציגים די שלוחי דקמאי וואס זיצען במסי''נ אין כנסת האבען בדעת תורתם פארשטאנען אז נישט דאס איז דער מהלך..........

ווער עס וועט זעהן בנוגע דער בעלזער מהלך איז אויך היבש קרוב לזה ווי ער טוט כסדר איבער'חזר'ן דעם פליכט ממשיך צו זיין צו נעמען די געלטער און לאזט בשום אופן נישט אפהאקען די תמיכות..


באמת איז'ס בכלל נישט קיין נייעס ווייל די גדולי ישראל האבען פאראויסגעזאגט אז איין מאל מען איז עדיקטעד דערצו איז שווער אויסצושפייען די ביטערע מאנדלען
מי יתן והי' אז ס'זאל שוין זיין דער כסילים מתי תשכילו
א שוויצער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:33 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך א שוויצער »

שעפטל:
אנשטאט זיך מיטשען מיט תגובות איבער יענעמ'ס חלוקה מוטב אז רבינו שליט''א מיט די גבאי זאלען שאפען אפאר מעלאנע'ס און שיקען פאר חלוקת הראב''ד וועלן כאטש די חינוך עטה''ק עפעס נהנה זיין פון די ברידער קריג

סתם האקען אויף יענעמ'ס פעולות קומט מיר פאר ווי זר'ל האט פאריגע וואך געקריצט מיט די ציין ווען קהילתנו אינאיינעם מיט נטרונא ארג. האבען מקדש געווען שם שמים קבל תבל ומלואה
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

כ'מיטשע זיך בכלל נישט. מ'שיקט געניג און נאך אן קיין מעמד'ס. פרעג סיי וועלכע מנהל המוסדות וואס בעהט הילף פון "עזר הצלה - זכרון משה" די מנהלי המוסדות דרייען זיך ארום טעגליך אין די סאטמארע (מהר"א) בתי מדרשים מיט די עסקנים, און אזוי אויך איז וועכענטליך דא טיי אווענטס מיט מעמד'ס ביי אנ"ש אינדערהיים.
מוז דאס ממש קומען מיט א פאמפע און נאר אזוי קען מען טיילן? די לעצטע פאמפע ווען יענער אדמו"ר איז געווען אין ארץ ישראל איז עפעס קיינמאל נישט פארגעקומען נאר ווען ער איז שוין לאנג געווען צוריק....
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

עזר הצלה-זכרון משה איז בלויז אויף צו העלפן מיט קעשן העד טשעקס וכדומה אדרבה ווען האבען די אר'''י'דיגע מוסדות באקימען עפעס אן ערנסטע נתינה??

ב.ד.וו. איז די פופציג אלפים'דיגע עד פון מוסד הק' נטרונא אויך דורך מיט א שתיקה אהנ'ע פאמפע?

וועיק אופ טראכט אביסעל בעפאר די געסטוך אינגאנצען איבער פאר די פארשרייבער
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

שעפטל האט געשריבן:כ'מיטשע זיך בכלל נישט. מ'שיקט געניג און נאך אן קיין מעמד'ס. פרעג סיי וועלכע מנהל המוסדות וואס בעהט הילף פון "עזר הצלה - זכרון משה" די מנהלי המוסדות דרייען זיך ארום טעגליך אין די סאטמארע (מהר"א) בתי מדרשים מיט די עסקנים, און אזוי אויך איז וועכענטליך דא טיי אווענטס מיט מעמד'ס ביי אנ"ש אינדערהיים.
מוז דאס ממש קומען מיט א פאמפע און נאר אזוי קען מען טיילן? די לעצטע פאמפע ווען יענער אדמו"ר איז געווען אין ארץ ישראל איז עפעס קיינמאל נישט פארגעקומען נאר ווען ער איז שוין לאנג געווען צוריק....


קענענדיג אביסל די ירושלימער מענטאליטעט קענסטו אזויפיל זיכער זיין אז ווען דער אדמו"ר וואלט טאקע נישט איבערגעלאזט קיין געלט אזוי ווי דו ווילסט דא פארקויפן, וואלט געווען פאשקעווילן אויף אים מדן ועד באר שבע, און יעדע מנהל המוסד וואלט אים באשמוצט ברבים. אבער עכשיו שלא זכית, און ער האט איבערגעלאזט גרויס געלט און שיקט יעצט נאך, כאפ א שמועס מיט סיי וועלכע מנהל המוסד, מעג זיין אפילו אלטר קויפמאן, און דו וועסט הערן ווי זיי רימען און לויבן אים.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

One of the benefits of the new government. All donations are publicized. No more pocketing. (Hopefully)
א שוויצער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:33 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך א שוויצער »

אין צוויי שעה ארום וועט דער מהרי''י ליניע 718-506-9054 צושטעלן אויף נומער 8 א לעבעדיג טעלעפאנישער פארבינדונג פינעם היסטאריש ערשטער חלוקה בראשות הגאב''ד באגלייט מיט די אדמור''י ומנהיגי קהילות הקודש

עס איז צום האפען אז שעפטל העט פועל'ן ביי רבינו שליט''א א קעגנזייטיגער חלוקה
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

א שוויצער האט געשריבן:אין צוויי שעה ארום וועט דער מהרי''י ליניע 718-506-9054 צושטעלן אויף נומער 8 א לעבעדיג טעלעפאנישער פארבינדונג פינעם היסטאריש ערשטער חלוקה בראשות הגאב''ד באגלייט מיט די אדמור''י ומנהיגי קהילות הקודש

עס איז צום האפען אז שעפטל העט פועל'ן ביי רבינו שליט''א א קעגנזייטיגער חלוקה

און האפענטלעך וועט ער געבן 3 מיליון (דאס וועט זיין א שיינע מחלוקות)
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
פארשפארט