דיסקוסיע - רעדן און לעבן אויפריכטיג פאר די קינדער

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6639 מאל

דיסקוסיע - רעדן און לעבן אויפריכטיג פאר די קינדער

שליחה דורך הוגה »

[justify]איך וויל דא אדרעסירן א דילעמא וואס מען קען זאגן אז עס איז unique צו די היינטיגע צייטן. די נושא פון זאגן ליגנט אדער לעבן א ליגנט פאר די קינדער איז גאר שטארק שכיח און אפשר אפילו א דבר הכרחי צו קענען לעבן אין די היינטיגע צייטן, מיט עטוואס מנוחה והצלחה. עס איז אבער אויך א נושא וואס ליגט שווער אויפן הארץ פון ערליכע קלוגע עלטערן. ס'נישט א לכתחלה ביי קיינעם צו אויס'נער'ן די אייגענע קינדער. דער נושא איז שוין איבערגעשמועסט געווארן מערערע מאל צווישן חברים וידידים, אבער קיין ענדגילטיגע ריכטיגע שלימות'דיגע פיתרון האבן מיר נאך נישט געהערט. אויך דא אין שטיבל אליינס איז דער נושא עטליכע מאל אויפגעברענגט געווארן אבער אן קיין לעהזונג.

איך ווייס אז די שמועס דא איז גאר גאר לאנג, אבער עס איז א וויכטיגע נושא וואס לדעתי בארירט א יעדע איינציגע מעמבער דא אויף א געוויסע פארנעם (יש לי הוכחות לזה). נעמט די צייט, ליינט און האט הנאה.



די שאלות וואס מיר ווילן באהאנדלן:
• ווען מוז מען בלית ברירה לייקענען און ווען נישט?
• ווי אזוי טוט מען עס אויף אן אופן אז די קינדער זאלן נישט פילן violated?
• ווען מען זאגט די אמת, ווי אזוי קען מען עס טון אויף אן אופן אז די מעשה זאל נישט צירוק קומען אונז בייסן?
• מעג מען אנזאגן די קינדער אז זיי זאלן קיינעם נישט פארציילן?
• מעג מען אנזאגן די קינדער צו ענטפערן ליגנט?
• מעג מען פארקויפן אמונות טפילות אדער אנדערע זאכן וואס מען גלייבט נישט פאר די קינדער כדי מען זאל קענען עקזיסטירן אין די סיסטעם?

מיר פארשטייען אז עס איז נישט שייך קיין שלימות ווען עס קומט צו זוכן עצות ווי אזוי צו זיין ליגנערס, אבער מיר ווילן זיך ארויס העלפן איינער דעם אנדערע מיטן געבן עצות, חיזוק און הדרכה. עס איז נישט בא'טעמ'ט צו זיין honest און קלאר מודה זיין אז אזוי ווייט זענען מיר ליידער פארפאלן, אבער אויב וועט מען עס נישט אדרעסירן וועט נאר זיין ערגער. אשר על כן האב איך גענומען אויף מיר די משימת הקדש צו אנהייבן די געשפרעך אויף דער נושא, איך וועל ברענגן עטליכע דוגמאות פון עכטע מעשיות און שאלות וואס איך האב געהערט. איך האף אז די עולם וועט זיך משתתף זיין מיט די ליבון הנושא און מיר וועלן ארויסגיין פון דער אשכל עטוואס קלוגער.

(וזאת למודעי. אויב האלט איר אז איר לעבט פולקאם אמת'דיג און ארענטליך מיט אייערע קינדער, און איר פארשטייט נישט פארוואס עס פעלט אויס לפעמים צו לעבן פאלש און בשקר, דאן איז דער אשכל נישט פאר אייך. איר מוזט נישט מגיב זיין אדער אפילו לייקן, איר קענט זיך צוריק קערן צום שטיבל און ליינען אנדערע אשכולות. יישר כח.)



די הצלחה פון די וועלט איז אוועק געשטעלט אויף די יסודות פון צוטרוי צווישן די מענטשהייט. אויב איז נישט דא קיין צוטרוי קען מען נישט טון קיין ביזנעס, שידוכים, שוקן די קינדער לערנען, וואוינען מיט אנדערע מענטשן וכו'. אבער די וויכטיגסטע איז די צוטרוי צווישן עלטערן און קינדער. אויב קענען קינדער נישט געטרויען די עלטערן דאן וועלן זיי נישט קענען מקבל זיין פון זיי. א יעדע זאך וואס די עלטערן וועלן איבערגעבן פאר די קינדער, סיי בפועל און סיי בעקיפין דורך זייערע התנהגות, וועט אנגענומען ווערן דורך די קינדער מיט פארדאכט און מעגליך אפילו מיט ווידערשטאנד. נישט בחנם איז אלוועטליך אנגענומען אז אמת'דיקייט איז א שליסל צו חינוך. עלטערן וואס violate'ן די צוטרוי פון די קינדער, נעמען עס די קינדער אן גאר שווער. ס'הייסט, די מענטש וועם זיי האבן די מערסטע געדארפט קענען געטרויען האט זיי אויסגענארט. די פראבלעם איז אז מיר וואוינען אין א וועלט וואו עס איז כמעט אומעגליך צו עקזיסטירן אן זאגן ליגנט.

דוגמא א' איז די אינטערנעט מערכה. די מוסדות פארלאנגן קאפריזישע תקנות און זיי פארלאנגן אז די עלטערן זאלן אונטער חתמ'נען אז זיי פארשפרעכן אויסצופירן די תקנות. אויב זיי וועלן נישט פאלגן וועלן זייערע קינדער ארויסגעשליידערט ווערן פון די מוסדות התורה. מה יעשה האב? מצד אחד האלט ער זיך נישט ביים לאזן ווערן געפירט דורך מאכט-הונגעריגע פארשוינען, וואס ווילן דיקטירן א יעדע טריט און שריט אין מענטשנ'ס לעבן. ער האלט אויך נישט ביים שוקן זיינע קינדער צו א מאדערנע מוסד אין פלעטבוש צוליב דעם וואס עס וועט מאכן זיינע קינדער שווער דאס לעבן, זייענדיג אנדערש ווי די קרובים, שכנים און גוטע פריינט. בלית ברירה איז די טאטע מחליט אז לטובת זיינע קינדער וועט ער שרייבן ליגנט וזהו.

די עלטערן נעמען דא א ריזיקע אז דאס קינד וועט איין טאג כאפן וואס דא איז פארגעקומען און ער וועט האלטן זיינע עלטערן פאר שקרנים. אבער וואס קענען דען די עלטערן טון, זיי מוזן קודם טון היינט וואס איז וויכטיג פאר היינט, און זיי האפן אז ווען דאס קינד וועט זיין גענוג פארשטענדיג וועט מען אים מסביר זיין אז מיר לעבן היינט אין א וועלט וואו מען מוז פון צייט צו צייט נוצן די שקר אנצוקומען צום אמת. מיינס א חבר וואס פארמאגט א סמארטפאון האט מיר אבער איין טאג געפרעגט. "וואס טו איך אויב מיין קינד פרעגט מיר איין טאג, טאטי, ס'דא אינטערנען אויף דיין סעלפאון? וואס ענטפער איך פארן קינד. ליגנט אים פנים אריין קען איך דאך נישט זאגן, ווידער זאגן די אמת וועט קענען צוברענגן אז דאס קינד זאל זיך פארעדען אין חדר און זיי וועלן מיך אפיר האלטן.” האב איך אים געענטפערט אז ענדערש זאל ער זאגן דעם אמת פארן קינד, און אויב ס'וועט טאקע געשעהן אז די מוסדות וועלן אים פרעגן דערויף, זאל ער 'זיי' זאגן ליגנט, אז ער האט עס קיינמאל נישט געזאגט פאר זיין קינד.

די נקודה דא איז אז מיר לעבן אין א וועלט וואו מען דארף מאכן אזעלכע אומבא'טעמ'טע קאלקולאציעס און החלטות, וואו און ווען איז די בעסטע צו זאגן ליגנט כדי מיר זאלן קענען עקזיסטירן און איבערקומען די טעראר פון די דיקטאטארישע פירערשאפט. מיר זוכן אלץ צו טרעפן א באקוועמע niche צו קענען לעבן די לעבן וואס מיר האלטן איז ריכטיג פאר אונז, אן דארפן ליידן די repercussions פון די א.ג. סיסטעם. ביי איינעם איז די דאגה ווי אזוי די ווייב קען גיין שענער אנגעטון אין די היים, ביים צווייטע איז עס די סמארטפאון, ביים דריטע איז עס לערנען די קינדער critical thinking, ביים נעקסטע איז עס עסן די סעודה אן א שטריימל און בעקישע וכדומה.

דוגמא ב'. א חבר מיינער האלט אז עס איז וויכטיג פאר זיינע קינדער צו וואטשן לפעמים DVD'ס פון שפילן, נאטור וכדומה. פארשטייט זיך אז מען רעדט דא פון זאכן וואס זענען גענצליך ריין און צוגעפאסט פאר קינדער, און זענען געזונט פאר די עמאציאנאלע וואוקס און בילדונג פונעם קינד. די פראבלעם איז אז די מוסדות אסר'ן דאס. מיין חבר האט צוליב דעם איינגעפירט אז מען וואטשט נאר DVD'ס ספעציעלע צייטן ווי חול המועד, זוממער, חנוכה וכדומה. ער האט אנגעזאגט זיינע קינדער אז זיי זאלן נישט פארציילן קיינעם דערוועגן צוליב דעם וואס אנדערע מענטשן לאזן נישט זייערע קינדער וואטשען, און די אנדערע קינדער וועלן זיי מקנא זיין אדער אראפ קוקן אויף זיי צוליב דעם. למעשה האט איינער פון די קינדער זיך פארעדט און א שטיק צייט שפעטער האט די קינד אויסגעפונען אז איינער פון די שכנים לאזט נישט די קינדער קומען צו זייער הויז צוליב דעם וואס מען וואטשט מען DVD'ס. וואס טוט מען דא? די עלטערן האלטן אז פאר זייערע (אלע) קינדער איז דאס וויכטיג. זאלן זיי מוותר זיין דערויף? זאלן זיי אנזאגן די קינדער נישט צו זאגן? ווי אזוי איז די בעסטע וועג עס צו טון אז עס זאל נישט האבן קיין שלעכטע אפעקט?

איך האב גע'עצה'ט מיין חבר אז ער דארף מחנך זיין די קינדער בכלליות אז מען טיילט נישט מיט פרעמדע מענטשן וואס עס גייט פאר אין שטוב. אלעס וואס גייט פאר אין איינעמ'ס הויז איז פריוואט פאר די מיטגלידער פון יענע משפחה. (דער ענין האט מיין ווייב געהערט פון איר כלה לערערין בנוגע אנדערע ענינים.) מען קען אפילו פארציילן אז בלעם האט געזעהן ווי פתחי ישראל אינם מכוונים זה לזה. עס איז וויכטיג (ספעציעל אין די קלימאט וואס מיר וואוינען) צו איינגעוויינען די קינדער איבער די וויכטיקייט פון privacy. איז דאס א גוטע solution? וועלן די קינדער טאקע נישט פארציילן?

אסאך מאל טראכט איך, ווער זאגט אז ס'דארף אנגיין פאר עלטערן אז קינדער פארציילן וואס גייט פאר אין שטוב? וואס איז שוין געשעהן אז א שכן לאזט נישט די קינדער קומען צו דיין הויז, אדער אז מענטשן וועלן רעדן? מען דארף נישט טון די זאכן דייקא פארנט פון אנדערע מענטשן, אבער אפשר איז געזונטער צו לעבן און לאכן? ווייסן זיי נישט איז זיכער גוט, און אויב יא איז אויך נישט געפערליך. איר וועט אבער אלץ אנקומען צו א גדר וואס קען שוין זיין צופיל פאר אנדערע צו קענען אקצעפטירן, און עס קען איינשטעלן אייער משפחה'ס מעגליכקייט צו עקזיסטירן within די געמיינדע. Where do you draw the line?

איך ווייס אז עטליכע וועלן טענה'ן אז בעסער איז צו נישט טון די זאכן טראץ דעם וואס מען האלט אז ס'ריכטיג, אזוי וועט נישט אויספעלן צו באהאלטן אדער לייקענען. אבער מיט וואס איז דער מהלך ווייניגער שקר ווי די אנדערע וועג? עס איז טאקע אפשר גרינגער, אבער פאלש איז עס פארט. די שאלה אין דער אשכל איז, אויב איז מען איבערצייגט אז א מהלך איז מער ריכטיגער און אויסגעהאלטן דאן ווי אזוי קען מען עס טון מיט די ווייניגסטע קאנציקווענצן?

דוגמא ג'. א צווייטע חבר פארציילט מיר אזא מעשה. זיינע טעכטער האבן געהאט חנוכה וועקאציע און ער האט מחליט געווען אז עס איז א פאסיגע טאג ארויסצונעמען די קינדער אויף א טריפ. עס קומט נישט אויס גענוג געלעגנהייטן צו קענען פארברענגן מיט די קינדער, און בכלל האלט ער אז קינדער דארפן א ברעיק פון צייט צו צייט. די פראבלעם איז אז האלב פון זיינע קינדער לערנען אין חדר, און עס איז נישט דא קיין וועקאציע פאר די יונגלעך. איז ער אריבער אין חדר און ער האט אריין געקלאפט אין זיין זונ'ס קלאס און ארויסגערופן די זון מיט די אויסרייד אז ער פילט אז ער דארף צולערנען פריוואט מיטן קינד אין בעפארברייטונג צו א גרויסע בחינה. אויפן וועג ארויס פון חדר פרעגט די זון דעם טאטע, וואו גייט מען לערנען, זאגט די טאטע אז מען גייט אויף אן אויספלוג, כ'האב נאר גענוצט לערנען אלץ א תירוץ כדי מען זאל דיר ארויסלאזן פון חדר. עד כאן המעשה.

דוגמא ד'. מיין טאכטערל קומט אהיים פון שולע און פארציילט א מעשה ווי הונדערטע גוים האבן "ברוך השם גע'פייגערט". איך זאג פאר מיין מיידל אז ס'נישט שיין אזוי צו רעדן, גוים זענען אויך human beings, מען דארף זיך באציען צו אלע מענטשן מיט ריספעקט. זאגט זי מיר אז ווען זיי פארן אדורך א בית החיים זאגט די טיטשער הויך ברוך השם, כן יאבדו וכו'. נו, וואס זאגט מען איר? זאל איך איר זאגן אז די טיטשער איז א קי וואס קייט איבער וואס איר קינדערגארטן לערערין האט איר אויסגעלערנט? אדער זאל איך צושאקלן די קאפ און גארנישט זאגן, נאר צוקוקן ווי מיין טאטכער וואקסט אויף א ראסיסט אדער א מענטש וואס ווייסט נישט ווי אזוי צו טאלערירן און לעבן מיט אנדערע מענטשן? כ'האב מיך אויסגעדרייט צו מיינע קינדער און to the best of my ability האב איך זיי מסביר געווען די ענין. איך האב זיי מסביר געווען אז ס'פארהאן גוטע גוים און שלעכטע אידן וכו' כל הענין. איך האב אויך ערקלערט אז רביס און לערערין קענען מאכן טעותים, עס קען זיין א פליטת פה אדער קומען פון זיין אומוויסענד, אבער מיר דארפן יא פרובירן צו טון וואס איז ריכטיג.

דוגמא ה'. א קאזין מיינע וואס איז א שטארקע אוהב נגינה איז היי יאר געפארן מיט זיינע קינדער דאווענען סליחות ביי יודא גרין. ער זאגט אז ער האט שוין לאנג נישט געפילט אזוי קאנעקטיד מיטן באשעפער ווי ער האט דארט געפילט מיט די נגינה וכלי עגבים. ביודעי ומכירי זאג איך אייך אז דער איד איז שוין אפאר יארן נישט געזעהן געווארן ביי סליחות, נישט אויף ראדני און נישט אויף הופער. אבער היי יאר האט ער ערליך געדאווענט. מיין ערשטע קשיא צו אים איז געווען, דיינע קינדער זענען דארט געווען? האסט נישט מורא אז זיי וועלן פארציילן אין חדר? פרעגט ער מיר, "זאל איך זיי הייסן זאגן אז מיר זענען געווען געהעריג אין ראדני... כמיין הופער?"

דוגמא ו'. וואס טוט זיך מכח מחנך זיין די קינדער צו טון זאכן וואס מען האלט נישט דערביי? ביי איינעם איז עס דאווענען, ביים צווייטע איז עס לערנען, ביים דריטע איז עס מנהגים וענינים כגון זיצן ביי די חנוכה לעכט, אויפבלייבן שבועות ביינאכט, זינגען אז ביום השביעי נחת פרייטאג צונאכטס וכדומה. איך האלט אז ס'קלאר אז מחנך זיין א קינד צו זאכן וואס מען האלט נישט דערביי וועט קלאר נישט נתקבל ווערן און אפשר אפילו בעקפייערן. ענדערש זאל די טאטע מחנך זיין דאס קינד צו די זאכן וואס ער האלט יא דערביי, ס'דא גענוג. דאס איבעריגע באקומט מען דאך חינוך אין די מוסדות, פון לערנען תורה און פון די סאסייעטי. די שאלה איז נאר ווי אזוי עקזיסטירט מען אין אונזער וועלט מיט אזא מהלך? און וואס זאגט מען פארן קינד אויב/ווען עס קומט אויף אין א דיסקוסיע? לכאורה, אויב איינער האט א נאנטע און אפענע רילעישאנשיפ מיט זיינע קינדער, און ער האלט זיך מיט א ספעציפישע ליניע – נישט שפרינגנדיג אהין און צוריק, וועט ער נישט פארפלאנטערט ווערן מיט קשיות ותמיהות פון די קינדער. אויב האט מען אפענע דיסקוסיעס איבער די עיקרים ומטרות וועלן שוין קינדער אליינס אויפכאפן וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט.

דוגמא ז'. וואס איז אויב איינער האט געלערנט און עס איז אים נתברר געווארן געוויסע פארשטאנדן אין די תורה ומצוות און הנהגת הבורא, אנדערש ווי מען פארקויפט אין די מוסדות. איך וועל נעמען דוגמאות פון דא אין שטיבל, אבער לאו דוקא די זאכן נאר וואס אימער איר גלייבט שטארק אין, אבער ס'אנדערש פון וואס די סיסטעם נעמט אן. די היסטאריע פון די וועלט, הבנת המקרא, ענינים וואס שטייען איבער אלעם, מטרות אינם מקדשים אמצעי, אמונת צדיקים, הבנה במושגים כגון מלאכים, גן עדן, גיהינום, שכר ועונש וכו', הבנה בחסידות וכו'. און דאס קינד קומט אהיים און פארציילט איבער די שטותים וואס מען האט זיי אויסגעלערנט. איז עס ריכטיג זיי צו לאזן איבערזאגן די זאכן און זיך פארלאזן אז פונקט ווי עס איז געשעהן מיט אייך וועלן זיי אויך אויפוואקסן און זיך עפענען די קעפ? עס זענען דא וואס טענה'ן אז אויב ווייסטו דעם אמת טאר מען נישט לאזן די קינדער אויפוואקסן איגנאראנט, וכש"כ דו טארסט נישט איבערקייען פאר זיי די אלע זאכן. די פראבלעם איז אז אויב זאגט מען פאר א קינד עפעס קאנטרעווערסיאל און ער זאגט עס איבער אין חדר קען דאס מעורר זיין א שטארקע שערורי' וואס וועט זיך ענדיגן מיטן אפשטעמפלן די עלטערן אלץ כופרים ואפיקורסים כמנהגינו מקדם און דאס ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות.

איך האלט אז ביי די ענינים דארף מען ארבייטן מיט גרויס חכמה. נישט קלאר אוועק מאכן וואס זיי האבן געלערנט אין חדר, נאר ענדערש ביי אנדערע געלעגנהייטן שמועסן פון ענליכע זאכן, פרעגן קשיות ושאלות וואס וועלן צופירן די קינדער מיט זייער שכל אליינס איינצוזעהן אנדערע מעגליכקייטן. דאס וויכטיגסטע איז נישט צו מאכן די פאטאלע טעות און אינדאקטרינעיטן די קינדער קיין שום וועג. די ארבייט פון עלטערן איז צו געבן די קינדער די כלים אז זיי זאלן עווענטואל אליינס מסיק זיין די אייגענע מסקנות. עס איז שווער מסביר צו זיין אין געציילטע שורות די פונקטליכע מהלך. מען דארף ארבייטן מיט שכל אז זיי זאלן עס וויסן אלץ א פראבעביליטי, אבער עס זאל זיי נישט זיין צו עקסייטינג אז זיי וועלן עס נאכזאגן, נאר ענדערש וועט עס זיי געהאלטן ווערן אין קאפ ביז די ריכטיגע מאמענט, ווען זיי וועלן שוין זיין גענוג רייף עס מקבל צו זיין. וואס האלט איר? איז דאס א ריכטיגע מהלך?

איך האב געהערט פון א יונגערמאן א בן תורה. זיין משפחה האט געהערט צו איינע פון די גרויסע חסידות'ער וואו מען איז שטארק באגלייבט אינעם רבי. די טאטע אליינס איז געווען איינגעשטעלט אין די מוסד. די טאטע פעלגט פרובירן ווען אימער ער האט געקענט זיך ארויסדרייען פון גיין צו די טישן וכ"ש די פראפאגאנדע צוזאמקומענישן, טראץ דעם וואס די טאטע האט שטארק געהאלטן פונעם רבי. ווען די טאטע פלעגט שוין יא גיין האט ער ווייניג מאל מיטגענומען די קינדער. ווען ער האט שוין יא מיטגענומען די קינדער האט זיך אלץ פונקט געמאכט א שמועס איבער זאכן אין די וועלט וואס פארבלענדן די אויגן און מאכן אונז נישט זעהן דעם אמת, פארדרייען אונז די אמונה, מאכט אומגעטליכקייט אויסזעהן ווי געטליכקייט וכדומה. דער יונגערמאן זאגט מיט אז די טאטע'ס מעסעדזש איז גוט אריין אין די ביינער אן דעם וואס ער זאל האבן געזאגט עפעס קלאר. דאס מיינט מחנך זיין מיט חכמה.

דוגמא ח'. א טאטע וואס האלט אז די קינדער'ס מוסד איז צו עקסטרעם בעניני צניעות. ער וויל אז די קינדער זאלן אויפוואקסן מיט די ריכטיגע אפטייטש און פארשטאנד וואס די תורה מיינט מיט "צניעות", והצנע לכת וכו'. עס ליגט א חיוב פארן טאטע צו שמועסן און לערנען די קינדער די ריכטיגע באדייט, און מאכן זיכער אז דאס קינד זאל נישט מיינען אז דיקע שטרימפ אדער אויסזעהן פאר'מואס'ט איז די רצון השם ח"ו. קינדער קענען גוט פארשטיין די קאנצעפט אז טראץ דעם וואס מען האלט און מען פארשטייט אנדערש פון די מוסדות דאך שטעלט מען זיך אינגאנצן צו צום אטאריטעט. איך זאג אלץ פאר מיינע קינדער, "ווען דו וועסט ארבייטן פאר א בעל הבית וועסטו טון וואס ער פארלאנגט אפגעזעהן צו די פארשטייסט אדער נישט, און אז נישט וועסטו פליען פון דארט. די זעלבע איז אז ווען אייער מאן/ווייב וועט עפעס בעטן פון אייך וועט איר זיך אמאל דארפן צושטעלן למען השלום. יעצט שטעלט מען זיך אויך צו למען השלום והשלווה אפילו מען פארשטייט נישט אדער מען פארשטייט אנדערש."

עס איז פאר מיר פערזענליך זייער א פיינפולע נושא. איך שטיי אויפן זייט און איך זעה וויפיל ענערגיע גייט אריין אין מענטשנ'ס לעבן צו זיין אויפן וואך און מאכן זיכער אז זיין לעבנ'ס הנהגה טוט צופרידן שטעלן א יעדע פימפענאטער. מען האט ווירטואל ארויסגענועמן די בחירה פון די הענט פונעם המון עם. מען האט פארוואנדעלט די וועלט אין א גרויסע קאפי-פעיסט מאשין. א יעדער איינער מוז אויסזעהן די זעלבע. אלע בחורים מוזן לערנען עיון בקיאות והלכה. אלע יונגערלייט מוזן גיין אין כולל. אלע פרויען מוזן זיין טיטשערס אדער סעקראטארן. א יעדער איינער מוז קויפן א מאראקא אתרוג מיט א סעמי-גארטל. אלע בעלי בתים מוזן האבן א שיעור צופרי און גיין ארבייט וכו'. מען האט ארויסגענומען די ATTRIBUTES וואס דיפיינען די אינדיווידואליזם פונעם מענטש און אינ-איינוועגס דאס גדלות השם. דאס מושג פון שוכן לשבטיו איז אויסגעריסן פון די אלטע טעסטעמינט. די נייע טעסטימענט פארלאנגט רבי איבער גאט, קהלה איבער עם ישראל, אויסזעהן איבער סובסטאנץ, און די עיקר אמונה איז 'קאנפארמעטי'. עס טוט אזוי וויי צו רעדן דערפון. אבער די האפענונג איז דא אין פולן קראפט. עס איז קלאר אז אונזערע אייניקלעך וועלן זיך נישט ספראווען מיט די פראבלעמען, אולי ואולי אפילו אונזערע קינדער. די שאלה דא איז וואס צו טון דערווייל. ווי אזוי האלט מען די באלאנס צווישן נישט ארויסגעשפיגן ווערן אבער אויך שטיפן די וואגאן פאראויס.

איך קען אזוי ווייטער אנגיין מיט פולע דוגמאות, אבער די שמועס איז שוין way too long. עמיר זיך דא אפשטעלן דערווייל. ליינטס עס אדורך, טראכט אריין אין דער נושא, און ביטע טיילט מיט פון אייערע עקספיריענסן, און וואס איר ווייסט פון אנדערע. וואס זענען איר מסכים און וואס זענט איר נישט מסכים, און בעיקר פארוואס.





.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר