נו אז די רעדסט שוין יא, איז לאמיר הערען מער איבער דיין צדיק'ל, די שרייבסט:
קרני צבי האט געשריבן:אזא מסירות נפש, צדקות, אנפייפן כל החבר'ה לצים ושדים, ריין פון חנופה ושקרים און נישט אונטער קיין שום פארטיי און פאליטיק, איז טאקע נישטא אין גאנץ כלל ישראל!
הא הא הא הא הא, כ'קוילער מיר פאר געלעכטער, ס'איז אבער א ביטער געלעכטער,
אבער ס'האט אמת אין זיך:
מסירות נפש ? יא אוודאי ער האט מוסר נפש געווען צענדליגער ריינע נפשות ישראל אויף די מזבח פין זיין ע"ז,
צדקות ? יא ! צדק צדק תרדוף, ער האט גערודפט אומשולדיגע מענטשען מיט אן אמת, מיטען גאנצען הארצען יענעם גערודפ'ט,
"אנפייפן כל החבר'ה לצים ושדים" ? הא הא הא הא, חכם ער אליינס איז די גרעסטע שד, ממילא זעהט ער שדים איבעראל, אזוי ווי ס'שטייט שוין פין בעש"ט אז וואס א מענטש איז דאס זעהט ער ביי אנדערע,
"ריין פון חנופה ושקרים" ? יא אוודאי, ער איז ריין חנופה ושקר" לויטער שקר, יעדע תנועה זיינע איז א מרכבה פאר שקר,
"און נישט אונטער קיין שום פארטיי און פאליטיק", טאקע נישט, ער האט זיך געמאכט זיין אייגענע פארטיי אין אייגענע פאליטיק, וואס איז ערגער פין אלע אנדערע, מיט א שמוץ אריבער,
"איז טאקע נישטא אין גאנץ כלל ישראל!" ? ס'שוין געווען א שבתי צבי, אין אנדערע מחחלי כרם ה', זיי האבען מצליח געווען פאר אביסעל, אין נאכדעם זענען זיי אינטער געגאנגען,
איז הער זיך צי שלמה העלבראנץ, טוה תשובה, הער אויף מיט דיינע שווארצע וועגען, אין טוה תשובה, יא די וועסט דארפען באצאלען א פרייז פאר וואס די האסט געטוהן, אבער ס'אלץ בעסער ווי די זאלסט שטארבען אן תשובה,
הער אויף צי פייניגען דעם באשעפער'ס קינדער, אין פרוביר צי ארבעטען אביסעלע אויף דיינע מידות, וועסטע זעהן אז די האסט גענוג ארבעט פאר דיין גאנצע לעבען, דער בעל דבר איז קלוגער פין דיר אין ער פירט דיר גוט ארום, אין די לאזט זיך פארפיהרען, אין די פארפיהרסט אנדערע, דיינע חטאים זענען אזוי גרויס, כ'ווינדער מיר צי די וועסט נאך אמאל תשובה טוהן, ווייל ס'נעמט גרויסע כוחות הנפש צי אנערקענען אז די ביסט אזוי זינדיג, אבער דאס איז די ריכטיגע וועג, האלוואי ווען די זאלסט ווען זיך אויפוועקען אין תשובה טוהן,
ווען נישט וואס דער בעל דבר חאפט דיר אריין אין זיין נעץ, וואלט כלל ישראל ווען געקענט הנאה האבען פין דיר, ביסטו אריין גלייך אין די נעץ פינעם בעל דבר, אין ביסט אנגעקומען אינעם תהום, אין ווי טיפער איינער גייט אינעם תהום אלץ שווערע איז צי ארויס קומען, אבער ווילאנג מען לעבט קען מען תשובה טאהן,